גריסן און שמועסן
דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:38 pm
איין קליינע טענה, בני-היכלא;
נעבן יאסעלע אדער לעבן יאסעלע?
און אז איך האב זיך שוין גע'טענה'ט, קען איך שוין פונאנדערגיין אין א זייטיגע שמועס מיט מיין גוטן ידיד ר' בני-היכלא (רופן אויפן פולן נאמען איז א סגולה צו אריכת ימים כידוע, אפשר קען מען מאכן ניק/נאמען לגזירה שוה, הוא שיבה הוא ביאה): פון וואנעט האסטו געוואוסט מיין סייז, אז דו האסט געקענט אנרעכטן אן ארט פאר מיר נעבן יאסעלע'ן? און זאג'זשע נאר צדיק'ל, וועט עס כאטש זיין אין די זעלבע שורה, מיט די זעלבע מאס מציבה?
Advertisement
דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:44 pm
איך האב געוויסט עטץ גייטס שפרינגן אויף דעם לעבן, אבער אזוי רעדט מען יעדער אן אויסנאם, אזוי האט מען געשריבן אמאל אויך שווארץ אויף ווייס, נישט יעדע ווארט דארף זיין אנדערש געספעלט, והא ראי' טויזענטער ווערטער, גיין פארדרייען א ווארט, און שרייבן נישט ווי מ'זאגט עס, ווייל ח"ו גייט עס אויסקוקן ווי א צווייטע ווארט, איז נישט אויסגעהאלטן לדעתי, ווער ס'וויל געזונטערהייט.
און ניטאמאל איז עס א צווייטע ווארט, וואו קען א זאך זיין לעבן, אויב נישט אין לעבן, נאכן טויט איז דא א לעבן מיינסטו? הא?
און מיט דעם ווערט שוין פארענטפערט דיין צווייטע שאלה, מיינסט טאקע ס'איז א חילוק ווי מ'ליגט, לעבן וועם מ'ליגט, ווי טיף מ'ליגט, וועמענס שכן מ'איז דא דארט לעבן דעם לעבן יענעם, הבלים, הכל הבל, [אבל שהכל אינו הבל כידוע], סדנא דארעא חד הוא.....
דיין סייז, שטאמט פון כל ארוך שוטה[יעב"ץ], [שההפרש בין המח ולב רחוק מאד ליקוטי מוהר"ן און די צווייטע העלפט פון די גמרא אין חלק, זקנקן דקדקן שוטה פון בן סירא.
אחרון אחרון, האב איך נישט גערעדט צו דיר........
דאנערשטאג אוקטובר 18, 2007 11:55 pm
בחחחחחחחחחחחחחחחח כאלי.........
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:00 am
בני היכלא
ווער זאגט אז עס איז געווען בכלל א יוסעלע גולם , ביזט זיכער דערין
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:00 am
מאשקע,
וואס איז די ערשטע בית? קוקט אויס אז קודם האסטו נאך געקענט האלטן די מויל צוגעמאכט, האסטו געזאגט א אות השפתים, דערנאך ווען ס'איז געווען א יתפלצון, האט שין נאר געקענט ארבעטן א אות הגרון, כנלענ"ד לפרש את החאחיי של מאשקע יצ"ו....
זאג מיר אבער נישט אז קרעמער האט עס גענומען ערנסט, איך מיין ער איז טאקע אן ערנסטער אינגערמאן כמותו ירבו, אבער סאמטיימס יו גאטע טעיק עי וויץ.
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:05 am
די בי"ת איז געווען קעגן עין הרע... וסימנך, וישמע בבי"ת זה קול שמחחחחחחחחחה....
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:05 am
לאקשן.
געב מיר נאר דיין אדרעס, וועסט מיר שוין זאגן צי עס איז דא אזאנס, איך האב אויך אמאל געמיינט ס'איז א שפילעכל, נאו נאו נאו, נישט מיט יאסעלע, דאונט מעס וויט יאסעלע, ער וועט זיך באווייזן בהוד קומתו, אז דער אפעטיט וועט פארגיין, דער מלאך המות'ס אויסקוק מיט די פיל אויגן, איז נישט קיין פארגלייך, ווען יאסעלע ווארפט א בליק נאר מיט זיין איין האלבע אויג, פאלן איין מדינות שלימות ווי א זייפן בלאז..... נאופס נישט מיט יאסעלע... דער לעצטער.....
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:07 am
איפה יאסעלע?
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:12 am
בני-היכלא;
היינט ביסטו צו ספוקי (נישט מלשון ספוקי מספקא ליה ונקיט הכא לחומרא והכא לחומרא, נאר מלשון ספוקי-הויז וואו מיר פלעגן אלס קינד ציטערן אריינצוגיין ביי די חול המועד אויספלוגן), איך וועל שוין ענדערש רעדן צו יאסעלע זעלבסט ווי צו דיר...
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:16 am
א געניט אויג כאפט אלעס אויף, ביסטאך אזוי גערעכט, דא רעד איך פון גיין צו אברהם אבינו'ס טיש נעמן שיריים צינג, דא רעדט מען פון ליגן לעבן דעם נאכן טויט, דא רעדט מען פונעם הבל הבלים, דא רעדט מען פונעם מלאך המות, און צו אלע צרות א יאסעלע מיט אלע בחינות און גוזמאות.
וואס איזדאס מיט מיר געשען, וואס האב איך מיך אזוי צוספאקיט.? וואס קען דאס זיין?????????
מאשקע, זינג ווייטער, טרא לא לא לא ליי ליי, לאך פון מיינע צרות, דער נאר לאכט און דער חכם וויינט..........
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:18 am
אויף דיין ספוקי'נעס וואלט איך שוין פארקוקט, אבער - דא קומט א העכערע טאן - דו האסט מיר גערעכט געגעבן אינעם טענה'ן אשכול!!!
אפשר תשובה מאהבה, תשובה ברבים, תשובה עילאה... כולי האי ואולי.
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:21 am
וואס איך בין אין טענה'ן אשכול, ווירקליך??? ריעלי? אין די ריעל ווארלד אוו טענה'ן?
שוין יאג איך ארויס, וואס איך טענה'ן, ח"ו, חזיר טרייף, מ'האט דאס נישט געזען נישט ביים וכו' וכו', עה, ס'שטייט מיר ניטאמאל גוט, ס'איז נישט מיין סייז בכלל.
און וואס טוט זיך מיטן אל תטוש, די מאמע פלעגט דאך טענה'ן יומם ולילה, אפשר דאך גייסטו שוין שלאפן שעפעלע?
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:22 am
"נישט ליל ששי" - פלעגט מען ענטפערן די מאמע שתחיה...
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 10:16 am
הייבטס אן א נייע סאבדזשעקט, כאב גארנישט וואס צו טענהן אויפן פריערדיגע... א קאטאסטראפע.
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:15 pm
ס'איז נישט קיין קאטאסטראפע...
פרייטאג אוקטובר 19, 2007 12:28 pm
דו ווייסט דען וואס קאטאסטראפע מיינט?
שבת אוקטובר 20, 2007 11:52 pm
קאטאסטראפע מיינט = אזוי ווי א טאסטראפע , וואס א טאסטראפע אליין איז זאל מען בעסער נישט וויסען
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:12 am
נישט אזוי ווי א טאסטראפע, נאר אזוי ווי אן אטאסטראפע.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:14 am
די "קא" איז במקום די "כ"
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:15 am
כ'האלט קלאר אנדערש, (רבש"ע כ'דאנק דיר פארן געבן אויף וואס צו טענה'ן.)
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:16 am
זיי מסביר דיין שיטה
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:18 am
ניין איכער, מ'קען זאגן אנדערש אויך. נישט אזוי ווי ער האט געזאגט, נאר א דריטע וועג.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:22 am
כ'מיין אז מ'קען נישט זאגן א דריטע וועג.
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:24 am
ס'דא איין גלייכע וועג
פארוואס גייט עטץ זיכען שארטקאט'ס
זונטאג אוקטובר 21, 2007 12:34 am
ס'איז גראדע דא, היבש מער ווי איין גלייכער וועג.