גריסן און שמועסן
מאנטאג ינואר 14, 2013 3:59 pm
וואס מאכט אסאך מאל די זעלבע טעות פרייטאג צונאכטס און הייבט אן זאגן עלינו נאך קדיש שלם אנשטאט מזמור לדוד ה' רועי וכו' ?
----
די אשכול איז געווידמעט פאר ווער אימער ס'וויל געוואויר ווערן אויף א געוויסע געוואוינהייט/משוגעת וואס ער טוט צו ער איז דער איינציסטער משוגענער אין שטאט...
Advertisement
מאנטאג ינואר 14, 2013 4:17 pm
...וואס האט שוין אויפגעהערט רייכענען בערעך 20 מאל
מאנטאג ינואר 14, 2013 4:31 pm
אייער_קיכל האט געשריבן:וואס מאכט אסאך מאל די זעלבע טעות פרייטאג צונאכטס און הייבט אן זאגן עלינו נאך קדיש שלם אנשטאט מזמור לדוד ה' רועי וכו' ?
HOW ABOUT איך הייב אן נאך אמן פון ברכו "מזמור לדוד"....
מאנטאג ינואר 14, 2013 4:44 pm
וואס מאכט א טעות פרייטאג צונאכטס ביי ה' מלך גאות לבש, לבש ה'.. און איך זאג די צווייטע לבש פאר די ערשטע
דא לאכט מען.
מאנטאג ינואר 14, 2013 8:15 pm
וואס טרעפט ביי בשלום נאך איידערן אויסלאזן ביי הזן את הכל?
(Via פותח את ידיך)
מאנטאג ינואר 14, 2013 8:20 pm
וואס כאפט זיך נישט און געט א מאך צו די סידור פאר ספירת העומר?...
מאנטאג ינואר 14, 2013 8:27 pm
וואס לייגט ארויף די האנט אויפן קאפ, איידערן אריין גיין אין בור, זיכער צו מאכן אז ס'קאפעל איז אויסגעטאהן.
מאנטאג ינואר 14, 2013 8:46 pm
וואס האט נישט קיין געלט?
מאנטאג ינואר 14, 2013 9:28 pm
בן אחר בן האט געשריבן:וואס האט נישט קיין געלט?
ניין, איך קען עטליכע
מאנטאג ינואר 14, 2013 9:29 pm
בן אחר בן האט געשריבן:וואס האט נישט קיין געלט?
מאנטאג ינואר 14, 2013 9:29 pm
...וואס גייט צוריק דריי טריט אנצוהייבן שמו"ע נאך קדיש פאר מעריב?
דינסטאג ינואר 15, 2013 7:51 am
...וואס באקומט רויט לייטס נאר ווען איך יאג מיר?
דינסטאג ינואר 15, 2013 8:01 am
וואס מיינט אז אזא אשכול איז שוין דא ערגעץ ווי אין קעלער?
דינסטאג ינואר 15, 2013 9:17 am
וואס קען זאגן והוא רחום נאך חצי קדיש פון מנחה אנשטאט אנהויבן שמו"ע?
-----
שנאפס; לאז צורוה...
דינסטאג ינואר 15, 2013 9:32 am
שנאפס האט געשריבן:וואס מיינט אז אזא אשכול איז שוין דא ערגעץ ווי אין קעלער?
וואס האט נישט קיין פראבלעם אויב ס'שוין דא אזא אשכול אין קעלער?
דינסטאג ינואר 15, 2013 11:02 am
וואס האט נישט קיין פראבלעם אז דו האסט נישט קיין פראבלעם...
דינסטאג ינואר 15, 2013 11:14 am
וואס קלאפט זיך קיינמאל נישט ביי סלח נו, אזוי אויב פארפאר איך ביים שבת'דיגן מנחה פארשפאר איך זיך די בושות?
דינסטאג ינואר 15, 2013 11:56 am
אה... דו ביסט דער וואס האט געדאווענט לעבן מיר (שומר שבת סוכה...) היינט א שבתדיגע מנחה?
דינסטאג ינואר 15, 2013 12:04 pm
דינסטאג ינואר 15, 2013 2:10 pm
Ron Paul האט געשריבן:וואס קלאפט זיך קיינמאל נישט ביי סלח נו, אזוי אויב פארפאר איך ביים שבת'דיגן מנחה פארשפאר איך זיך די בושות?
עס שטייט אין די פוסקים אז מען זאל נישט קלאפן סלח לנו אין א טאג וואס מען זאגט נישט קיין תחנון. אויך שטייט אז מען זאגט נישט קיין תחנון במקום שאין ס"ת. אויך שטייט אויף אייוועלט אז ראן פאול דאווענט ליידער ... אלזא ברויכסטו טאקע נישט קלאפן סלח לנו.
דינסטאג ינואר 15, 2013 2:15 pm
וואס האט נישט קיין געדולט צו ארבעטען היינט
דינסטאג ינואר 15, 2013 2:15 pm
וואס האט נישט קיין צייט צו ארבעטן היינט
דינסטאג ינואר 15, 2013 2:26 pm
...וואס ווען איך שרייב די ווארט 'נישט' אין גוגל טאלק קומט עס אויס אזוי 'נשיט'?
דינסטאג ינואר 15, 2013 2:28 pm
נאאאא!!..
דינסטאג ינואר 15, 2013 8:52 pm
...וואס צינדט אן די בלינקערס די לעצטע רגע איידער איך דריי מיך