בלאט 27 פון 82

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 4:02 pm
דורך איינס
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אמאל פלעגן אלע פארמעקטע ניקס ווערן אנאנים.

וואס הייסט אמאל?
און וואס איז היינט?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 4:03 pm
דורך קלאָצקאָפּ
היינט בלייבט די ניק נאמען, נאר ווען מ'קליקט דערויף קומט ארויף "נישטא אזא ניק."

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 5:25 pm
דורך אפגעבריעטער
א פייגל
א בוים
א קאר
א הויז

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 5:58 pm
דורך סקאראמוטשי
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
היינט בלייבט די ניק נאמען, נאר ווען מ'קליקט דערויף קומט ארויף "נישטא אזא ניק."
דאָס איז ווען מען דעאַקטיוויזירט אַ ניק, ווען מען מעקט אָן קיין וועג צוריק בלייבט די ניק אָבער עס איז נאָר פלעינע טעקסט.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 5:59 pm
דורך גיב א שמייכל
א גאלדענע קוואדער

q2.JPG
q2.JPG (11.24 KiB) געזען 1729 מאל
q1.JPG
q1.JPG (11.31 KiB) געזען 1729 מאל

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 2:37 pm
דורך ניס קראכער
א אינגערמאן וואס האט נעכטן חתונה געמאכט
זיצן אין ביהמ"ד בערך האלב זיבענע אינדערפרי!

אוי הייליגע באשעפער חזו בני....

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 2:48 pm
דורך אדער יא
אין די מנין וואס כ'האב היינט געדאווענט האב איך אויפגעפאסט א געמיש פון עטליכע קאלירן אויף די תשמישי קדושה, ווי פאלגנד:
די פרוכת - ווייס
מענטעלע פון ספר תורה - גרין
בימה טישטוך - בלוי
עמוד טישטוך - רויט

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:55 pm
דורך שפיגליצקי
צ/ק

א חופה וואו מ'האט געזונגען בלויז היינטיגע ניגונים אן טעם, אפילו א ניגון מיט אידישע גראמען! איך ווייס נישט צי נייע אדער אלטע.

ס'ערשטע מאל וואס איך זע אזאנס ביי א חופה.

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 12, 2019 10:58 pm
דורך אדער יא
נו, לאמיר זונגען קה אכסוף
אגב טראכט איך אלס ביי דעם ניגון, אז ס'וואלט געווען פאסיג דאס צו זונגען אלס הכנה צום שבת, מען זאל שפירן א טעם אין שבת.

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2019 11:26 am
דורך Think and Thank
אדער גאר אום שבת זעלבסט, זיך צו קאכן אינ'ם שבת...

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2019 11:35 am
דורך לעגאו מענטשעלע
צ\ק
אההג
א טלית בייטל מיטן נאמען פייוועל ברקוביץ... איך בין באמת נייגעריג וואס האט אים באוואויגן צו שרייבן פייוועל מיט אן עי"ן, און ברקוביץ לאזן קרח מכאן וקרח מכאן...

געשריבן: מיטוואך יאנואר 15, 2020 7:27 pm
דורך nmi
מ'קען נאך אמאל טרעפן אלטע באטשיס (גוים פארשטייט זיך) אדער לאו לייף חברה מיט א בעסיק פאון. היינט האב איך אבער געטראפן א 30 יעריגער סוקסעספולער אהערגעשטעלטע שיינע ערל מיט א בעסיק פאון :oops:

(מסתם איז ער אן אפגעפארענער יוד נעבעך...)

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 11:08 am
דורך אזוי גאר!
א הצלה מעמבער אנגעטון אינגאנצען ווייס

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 11:29 am
דורך חוח בין השושנים
א איד גיין אין גאס מיטן טלית ותפילין בייטל בריש גלי!


ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין אפריל 2020 וועט מען אזוינס זען??

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך אפריל 01, 2020 12:05 pm
דורך אזוי גאר!
חוח בין השושנים האט געשריבן:א איד גיין אין גאס מיטן טלית ותפילין בייטל בריש גלי!


ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין אפריל 2020 וועט מען אזוינס זען??

קוק נישט ווי מ'דארף נישט

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:53 am
דורך סטיטשינער
חוח בין השושנים האט געשריבן:א איד גיין אין גאס מיטן טלית ותפילין בייטל בריש גלי!


ווער וואלט זיך געגלייבט אז אין אפריל 2020 וועט מען אזוינס זען??

מ'דארף דן לכף זכות זיין אז ער האט עס יעצט איינגעקויפט און קומט פון סטאר מיט דעים....

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 10:17 am
דורך nmi
א אלטער גוי גיין מיט א היימישע קוטשמע....

Re:

געשריבן: זונטאג מאי 10, 2020 10:17 am
דורך nmi
גיב א שמייכל האט געשריבן:א גאלדענע קוואדער

q2.JPG
q1.JPG

דו האסט עס?

Re:

געשריבן: דינסטאג מאי 12, 2020 5:06 am
דורך אויף געבלאזן
אפגעבריעטער האט געשריבן:א פייגל
א בוים
א קאר
א הויז

ווי לאנג ביסטו שוין נישט ארויס פון שטוב נעבעך

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 10:13 am
דורך כאניש וואס צו טון
אלטערס אלטע ניק
אלטער האט געשריבן:

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 11:21 am
דורך אלטער
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אלטערס אלטע ניק
אלטער האט געשריבן:

גוט גוט... אבער וואס טוט זיך וועגן גילוי?. דעס איז גארנישט?

פון יענע ניק קען מיר יעדער, פארדעם האב איך א נייע'...

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 7:31 pm
דורך טשאלענט
אלטער האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:אלטערס אלטע ניק
אלטער האט געשריבן:

גוט גוט... אבער וואס טוט זיך וועגן גילוי?. דעס איז גארנישט?

פון יענע ניק קען מיר יעדער, פארדעם האב איך אלטער'...

כצ"ל

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 7:34 pm
דורך nmi
א גוי זיך אויפרעגן און גענומען א צייטונג ארויס אינמיטן גאדער און עס צושאסן און צופליקט און ציפיצלט.

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 7:37 pm
דורך טשאלענט
nmi האט געשריבן:א גוי זיך אויפרעגן און גענומען א צייטונג ארויס אינמיטן גאדער און עס צושאסן און צופליקט און ציפיצלט.

:lol:
לינק ביט... כ'מיין קליפ...

Re: איך האב היינט געזען:

געשריבן: מיטוואך מאי 13, 2020 7:38 pm
דורך simcha
nmi האט געשריבן:א גוי זיך אויפרעגן און גענומען א צייטונג ארויס אינמיטן גאדער און עס צושאסן און צופליקט און ציפיצלט.

מעגליך דו דארפסט בענטשן הגומל,
יצא אפו חמתו על צייטונג ולא אויף דיך.....