בלאט 26 פון 82

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2018 1:01 pm
דורך מיסטעריעז
ווער האט פארשטאנען?

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 09, 2018 8:44 pm
דורך נו גוט נו שוין
פארשטאנען אז ער מיינט א גרררררויסססעעעע שיעור.....
אולי כיוונתי.... אולי טעיתי ... והוא יכפר

געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 10, 2019 3:07 pm
דורך קיקיון
נישט געזעהן נור געהערט

איך האב היינט יא"צ
מחמת א חולשה בין איך אנגעקומען צום "אט אט" מנין
האט שוין איינער געזאגט ברכות בעט איך אים ער זאל מיר צילאזען צו אשרי און ובא לציון
ער האט לכתחילה נישט געוואלט אבער סוף כל סוף מסכים געווען
ביי חצי קדיש נאך חזרת הש"ץ האט ער זיך ציניעסט
נאך דעם דאווענען זאג איך אים "האסט באקומען א מעסידזש"
זאגט ער מיר "איך האב זיך געפרייט איך האב פארשטאנען אז איר וועט הנאה האבען"

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 14, 2019 1:13 pm
דורך ניס קראכער
א נייע ניק וואס האט שוין דורך געדרייט 6 תגובות
אין נאר איינס קומט נאך ארויף!...

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 3:42 pm
דורך farshlufen
צום קעפל:
א גוט ווארט ס'קען היבש צונוצקומען דאהי.

אסיים בסיפור על ר' שמעון משה דיסקין (סימניק) זצ"ל. כתבתי אותו פעם בפורום ואיני זוכר היכן.
פעם התווכח אתו בחור על עניין כלשהו, הוויכוח מיצה את עצמו ושני הצדדים התחילו לחזור על אותן טענות.
כשראה הרב סימניק כי כך, הציע לבחור הצעת ייעול:
הבה נכנה את סך הטענות שלי "1" ואת סך הטענות שלך "2", ומעתה אצעק אני "1" ואתה תענה לי בהתלהבות "2", וחוזר חלילה. כך נוכל להמשיך להתווכח בנחת וללא טרחה יתירה.

געשריבן: מיטוואך יולי 03, 2019 5:17 pm
דורך shimon7323
;l;p-
פיינע נייעס. יאפ דא אויפן וועלטעל איז עס פונקט און פלאץ

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 9:28 am
דורך פארשיקט
farshlufen האט געשריבן:צום קעפל:
א גוט ווארט ס'קען היבש צונוצקומען דאהי.

אסיים בסיפור על ר' שמעון משה דיסקין (סימניק) זצ"ל. כתבתי אותו פעם בפורום ואיני זוכר היכן.
פעם התווכח אתו בחור על עניין כלשהו, הוויכוח מיצה את עצמו ושני הצדדים התחילו לחזור על אותן טענות.
כשראה הרב סימניק כי כך, הציע לבחור הצעת ייעול:
הבה נכנה את סך הטענות שלי "1" ואת סך הטענות שלך "2", ומעתה אצעק אני "1" ואתה תענה לי בהתלהבות "2", וחוזר חלילה. כך נוכל להמשיך להתווכח בנחת וללא טרחה יתירה.

נישט קיין שלעכטע עצה.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 10:01 am
דורך ממה נפשך
זייער גוט... לייג עס פאר דיין אינטערשריפט...

געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2019 10:43 am
דורך אחת ואחת
ניס .קראכער האט געשריבן:א נייע ניק וואס האט שוין דורך געדרייט 6 תגובות
אין נאר איינס קומט נאך ארויף!...

גראדע פארשטענדליך ווייל ער האט דאך בדווקא געפענט דעם ניק ווייל ער האט געוואלט שרייבען וואס עס גליסט אים אן א חשש אז מען וועט גלייך מאכן נעילה (חסימה בלע"ז)

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 10:02 pm
דורך שמואל בארג
איך האב היינט געזען א שיין ווערטל מיט אן אמאליגן חן אין א ספר'ל, וועל איך דאס דא מיטטיילן.

ווען שלמה המלך האט געשריבן שיר השירים, האט ער נישט געברויכט זאגן ווער ער איז, פון וואנעט ער קומט, בלויז 'שיר השירים אשר לשלמה', און דער עולם איז צופרידן 'ישקני מנשיקות פיהו'. ביים שרייבן קהלת, איז דער עולם שוין געווארן מער הארטער, וועמנס ביסטו? 'קהלת בן דוד', מה טובך? 'מלך בירושלים', מיט דעם אלעם האט דער עולם געענטפערט 'נע, הבל הבלים אמר קהלת, הכל הבל'.

אין היינטיגע צייטן ווערט עס אנגערופן, "רעדט שוין נישט אזוי נעגעטיוו, זיי אביסל פאזאטיוו".

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:03 pm
דורך ויתן לך
א איד מאכט קידוש לבנה מיט א א טלית
(מוצ"ש אין קאמאדא מאנסי, זעהט אויס א תימנ'ער)

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 8:20 pm
דורך אהרן הלוי
אין א חודש ארום וועסטו לכאורה זעהן פיל מער

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:32 pm
דורך Think and Thank
:P

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 1:28 pm
דורך חוח בין השושנים
א יונגערמאן וועמען כ'קען, וואס האט פלוצים זיך באקליידעט מיט שיעפע טאשן און שווארצע זאקן. פרעג איך אים: מה יום מיומיים ומה גבר בגוברין? הגם שאול בנביאים?
זאגט ער מיר: ס'מיר געפעלן די לבוש! פשוט און גראד.
עמיר אויסווארטן ביז שבת צו זען אויב ער קומט צו גיין מיט א קאלירפול בעקיטשע.

בעצם האב'ך שוין לאנג געוואלט אפשמועסן מיט א 20-30 חברים אז מ'זאל אנטון סטראקעס, קאלירפול/ווייסע בעקיטשעס, געעפּעפּאכץ וכו' פאר שבת, און ריפס מיט שווארצע/ווייסע זאקן אינדערוואכן, און פאר די קינדער קאלפיקעס וכו', די גאנצע שמונה שרצ... בגדים, כדי עס ביליג צו מאכן בעיני ההמון, מזאל צעביסלעך זיך אויסלערנען מסתכל צו זיין במה שיש בו, נישט אויפן קנקן אליין...
די סיבה פארוואס כ'אב עס נישט געטון - קען איך דא נישט מגלה זיין לעת'תה.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 2:29 pm
דורך סיז מסודר
חוח בין השושנים האט געשריבן:א יונגערמאן וועמען כ'קען, וואס האט פלוצים זיך באקליידעט מיט שיעפע טאשן און שווארצע זאקן. פרעג איך אים: מה יום מיומיים ומה גבר בגוברין? הגם שאול בנביאים?
זאגט ער מיר: ס'מיר געפעלן די לבוש! פשוט און גראד.
עמיר אויסווארטן ביז שבת צו זען אויב ער קומט צו גיין מיט א קאלירפול בעקיטשע.

בעצם האב'ך שוין לאנג געוואלט אפשמועסן מיט א 20-30 חברים אז מ'זאל אנטון סטראקעס, קאלירפול/ווייסע בעקיטשעס, געעפּעפּאכץ וכו' פאר שבת, און ריפס מיט שווארצע/ווייסע זאקן אינדערוואכן, און פאר די קינדער קאלפיקעס וכו', די גאנצע שמונה שרצ... בגדים, כדי עס ביליג צו מאכן בעיני ההמון, מזאל צעביסלעך זיך אויסלערנען מסתכל צו זיין במה שיש בו, נישט אויפן קנקן אליין...
די סיבה פארוואס כ'אב עס נישט געטון - קען איך דא נישט מגלה זיין לעת'תה.

הייסט דו האסט עס געוואלט אנטוהן מזאל קענען זעהן אויף דיר אל תסתכל בקנקקן?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 5:10 pm
דורך חוח בין השושנים
כ'האב היינט געזען א מקוה וואס האט מער לאקשן ווי זופ...
די פילטער ארבעט שוין נישט אפאר טעג.
סהאט מיר דערמאנט פון די משנה "משתסרח המקוה"... א שייכות מיט סוכות.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 10:31 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
צ\ק
א מאטראץ פליען אין די לופטן.

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 9:59 pm
דורך Kollel
ויתן לך האט געשריבן:א איד מאכט קידוש לבנה מיט א א טלית
(מוצ"ש אין קאמאדא מאנסי, זעהט אויס א תימנ'ער)


ויתן לך, you were also there?

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 5:13 pm
דורך היימישער הייקער
:lol:

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:54 am
דורך farshlufen
א איד האט אויפן טלית בייטל ארויפגענייט שם אביו אויך, נאך נישט געזען אזוינס אפילו צווישן די יואל'יס.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:38 pm
דורך סיז מסודר
farshlufen האט געשריבן:א איד האט אויפן טלית בייטל ארויפגענייט שם אביו אויך, נאך נישט געזען אזוינס אפילו צווישן די יואל'יס.

וויאזוי שטייט עס? משה בן יחוס ענגלענדער?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 12:48 pm
דורך כאניש וואס צו טון
די איינציגסטע אנאנימע ניק אויף אייוועלט.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 1:06 pm
דורך דממה דקה
farshlufen האט געשריבן:א איד האט אויפן טלית בייטל ארויפגענייט שם אביו אויך, נאך נישט געזען אזוינס אפילו צווישן די יואל'יס.

דאס איז א שטארקע הילף פאר די פאנדרעיזערס.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:36 pm
דורך איינס
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:די איינציגסטע אנאנימע ניק אויף אייוועלט.

וואס פשט?

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 03, 2019 3:43 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אמאל פלעגן אלע פארמעקטע ניקס ווערן אנאנים.