בלאט 3 פון 21
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2013 8:02 pm
דורך למעלה משבעים
ווי איינער לייגט צו א צדיק.
קיקיון האט געשריבן:אין א WAITING ROOM דעם "אוצרות" מיט אן ארטיקעל
Untitled picture.png
פונקט ווען איך האב עס געוואלט ליינען איז אנגעקימען מיין נעקסט
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 25, 2013 9:11 pm
דורך קיקיון
למעלה משבעים האט געשריבן:ווי איינער לייגט צו א צדיק.
גערעכטע טענה!! אל תצדק הרבה
איך נעם עס אלס קאמפלימעמט אז מען האט געדארפט צירוקגיין ביז דאנערשטאג טרעפען א TYPO
איך האב דאך געשריבען אז איך האב עס קוים געהאט אין די האנט
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 01, 2013 10:16 am
דורך קיקיון
אין אן אעמעיל פון HAKHEL
קארעקטין PROOFS פון סטייפלער זצ"ל
אפילו ד"ת פון וואס ער האט חוזר געווען האט ער נישט אויסגעשטראכען
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 8:47 pm
דורך קיקיון
אין מצודת דוד ביי די פרשה ווען שאו' המלך האט געזוכט דעם טאטענ'ס אתונות און איז אנגעקימען אין שמוא' הנביא'ס שטאט
האט ער זיך נאכגעפרעגט ווי דער נביא וואנט
הנה לפניך. הראו לו מקום ביתו, שהיה לפניו וממולו : זבח היום. זבח הקבוע ליום זה : {יג} כן תמצאון. רצה לומר : עדיין יהיה בביתו ולא עלה הבמה, ותמצאון אותו בביתו : כי לא יאכל העם. רצה לומר : לזה מהר ולך, כי לא הרבה יתעכב בביתו, כי לא יאכל העם עד בואו, וימהר לבוא שמה, שלא יתאחרו הקרואים בעבורו
דוכט זיך א לימוד פאר א סך היינטיגע
שיינע אידען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 11:27 am
דורך קיקיון
נעכטען 10-12 מינוט פאר דעם זמן קבוע פאר מעריב האט זיך א אינגערמאן אנגעטוען וויע א בנש"ק ג'זעטצט דאווענען, ק"ש האט ג'דוירט 4-5 מינוט
ווען איך האב זיך אויסגעדררייט זעהן ווי דער עולם האלט מיט ק"ש איז ער שוין געשטאנען שמ"ע אויסגעטרעטן האבען מיר ציזאמען איך פון קדיש נאך
עלינו ער פון שמ"ע איך האב אים ג'פרעגט דעם ערשטען קדיש און ברכו קענסט די מענעדשען סיזאל זיין ווי מעג? אבער פארפאסט 3 קדישים
אז די שטעלסט זיך סיי ווי נישט מיט דעם עולם דאווען אדער פאר'ן מנין אדער נאכ'ן מנין
זאגט ער מיר די קדישים און ברכו האב איך שוין ערלעדיגט אזוי דאווען כאטש איך א חלק שמ"ע מיט מנין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 2:21 pm
דורך לכאורה
קומענדיגע מאל איז ראטזאם צו רעקאמענדירן א גוטן טעראפיסט, ער ליידט ווארשיינליך אויף OCD ה"י.
איך קען נעבעך עטליכע אזעלכע בנש"ק [עס מאכט זיך ביי אלע סארט, אבער פערצופאל די 2 וואס איך זעה טעגליך טראגן דעם רבי'שן טראגע] וואס חזר'ן איבער ווערטער פון קר"ש ותפילה אומצאליגע מאל מחמת אומזיכערקייט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 2:35 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:קומענדיגע מאל איז ראטזאם צו רעקאמענדירן א גוטן טעראפיסט, ער ליידט ווארשיינליך אויף OCD ה"י..
מאכט נישט דעם רושם
עס זעט נישט אויס אימפולסיוו
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 9:34 pm
דורך לוי יצחק
איך האב היינט געזען...
טאקע מענין לענין באותו ענין.
אין א ביהמ"ד, איז ביי די סינקס (די זיידע פלעגט עס רופן קראן) געווען א טעפל (די זיידע פלעגט עס רופן קארט), וואס גאר גאר גרויס, אזש ס'נעמט א גוטע מינוט עס אנצופולן, ווארשיינליך איז דאס טאקע געמאכט פאר מענטשן וואס ליידן אויף הנ"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 07, 2013 11:00 pm
דורך קיקיון
איך פארשטיי נישט!! מען קען נישט דעם מענש און מען גיט א פסק'ן אפ OCD
ער מאכט זייער א גיטען רושם בכלל נישט אנגעצויגען
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 08, 2013 12:47 am
דורך לכאורה
אנגעצויגן האט מיט OCD וואס ארבעס מיטן וואנט.
די רואיגסטע מענטשן קענען ליידער ליידן דערויף.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 08, 2013 12:57 am
דורך רבניש
בערעלע קליין אין זיין רעסטוראן
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:08 pm
דורך לוי יצחק
איך האב געזען, נישט איינמאל נאר צוויי מאל, א איד מיט טלית ותפלין, נו מילא?
איינס איז געווען 4:00 נ.מ., און די צווייטער 6:30 נ.מ.
(אמת'ע עפיזאד ליידער).
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:10 pm
דורך מאנ-יימער
אנגעטוהן? אדער דער בייטל אין די הענט?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:15 pm
דורך לוי יצחק
ניין, דאס וואס דו ווילסט נישט הערן. מוכתר בטלית ותפילין, איינער האט געדאווענט אין א סידור, און דער אנדערער האט געדאווענט אין א טעלעפאן.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:44 pm
דורך למעלה משבעים
רבינו תם'ס? שימושא רבא?
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:52 pm
דורך לוי יצחק
דער נאך וועמען איך הייס וואלט זיכער אזוי געזאגט.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 17, 2013 10:57 pm
דורך פליגל
כ'קען באשטיין אז די מעשה איז נישט אמת, נאר כדי דן זיין לכף זכות, אפשר האט'ר געהאט איינעם אין שפיטאל און געברויכט ענטפערן זאכן שנעל און די איינץיגסטע אופן איז געווען צי טעקסטן אינמיטן דאווענען?
הלוואי איז'ס סתם דמיון אבער פון ערפארונג קען'ס זיין ליידער אמת.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 18, 2013 3:11 am
דורך מכטי1
פליגל האט געשריבן:כ'קען באשטיין אז די מעשה איז נישט אמת, נאר כדי דן זיין לכף זכות, אפשר האט'ר געהאט איינעם אין שפיטאל און געברויכט ענטפערן זאכן שנעל און די איינץיגסטע אופן איז געווען צי טעקסטן אינמיטן דאווענען?
הלוואי איז'ס סתם דמיון אבער פון ערפארונג קען'ס זיין ליידער אמת.
דער נאך וועמען ר' לוי יצחק הייסט וואלט זיך זיכער געפרייט מיט דיר.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 19, 2013 9:40 pm
דורך לוי יצחק
לוי יצחק האט געשריבן:איך האב געזען, נישט איינמאל נאר צוויי מאל, א איד מיט טלית ותפלין, נו מילא?
איינס איז געווען 4:00 נ.מ., און די צווייטער 6:30 נ.מ.
(אמת'ע עפיזאד ליידער).
איינער האט מיר געשיקט אין אישי:
מ'דארף נישט זיין קיין בארדיטשובער דן צו זיין לכף זכות.
היינט האב איך געזען א אינגערמאן זיצן שפעט נאכמיטאג מיט טלית ותפילין, קומענדיג נענטער האב איך געזען אז דאס איז טאקע רש"י'ס,
אבער אביסל שפעטער האב איך געזען אז ער איז אינגאנצן פארמאטערט, האב איך פארשטאנען אז יש דברים בגו.
די כלל איז "הוי דן את כל האדם לכף זכות".
ייש"כ.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 10:51 am
דורך קיקיון
היני דאמרי אינשי משם ? הוי דן את כל האדם לכף זכות
דעם גאצען מענטש זיין מצב וכ' וכ'
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 6:49 pm
דורך קיקיון
א תגובה וואס איז מיר ניט געפאלען האב איך אים געשיקט דעם אישי
-------- אריגענעלע הודעה --------
קעפל: נאך א מזל איך
צייט: מיטוואך מרץ 20, 2013 6:51 pm
פון:
קיקיוןצו:
נאך א מזל איך האב זיך היינט דעמאנט דעם
אלשיך הקדושאזוי ווי איך בין ניט געניג חכם צי זיין א הוכח לחכם
זאג איך גארניט
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 22, 2013 9:01 am
דורך בעאבאכטער
איך בית המדרש, א איד מעוטף בטליתו ומפואר בתפילן דר"ת, האלט עפעס א מין אפאראט אין די הענט, און איז מעיין עיון רב, ואחוז בשרעפיו...
מיין קינדיש נייגער האט מיר אנגעפאלן נישט קענענדיג זיך באהערשן...
איך גיי מאחוריו, איך גיב א בליק אין די 'סוגיא', וואס איז אזוי וויכטיג?
א באריכט פון CNN, ירום הודו אין אר"י, [אין אנוועזנהייט פון כמה רעבעצנס] בענטשט די חסידים...
פארעפענטליכט: שבת מרץ 23, 2013 10:30 pm
דורך לוי יצחק
יעי יע, ליידער.
פארעפענטליכט: שבת מרץ 23, 2013 10:31 pm
דורך לוי יצחק
איך האב היינט געזען א יונגערמאנטשיק 6 יאר נאך די חתונה מיט א הערליך נייע שטריימל,
אויף מיין פראגע וואס איז געשען מיט די אלטע, האט ער געענטפערט אז גארנישט, פשוט "לכבוד יו"ט" האט ער געקויפט א נייע.
אשרי העם שכָּכָּה לו!
פארעפענטליכט: שבת מרץ 23, 2013 10:45 pm
דורך ידיד
גראדע געזען נעכטן נאכט ביי קבלת שבת.
א אינגערמאן איז טיף געשלאפן בשעת'ן דאווענען, זיך אויפכאפנדיג ביי בואו ונצא ווען דער עולם האט זיך אויפגעשטעלט רופט ער זיך אן צו זיין אינגל וואס איז זעזעצן נעבן אים, "יענקעלע, (פיקטיווער נאמען..) דער אייבישטער קוקט וויאזוי מ'דאוונט אפילו ווען די טאטע שלאפט" און ער האט זיך תיכף אראפגעזעצט וישן ויחלום שנית...