בלאט 18 פון 21
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 1:53 pm
דורך קיקיון
זעט אויס אז איך דארף מפייס זיין חסידישער יודד
אויב א פארבלאנדזשעטער טראקטאר טרעילאר אויפן הארלעם ריווער דרייוו איז א חידוש
איז א בה"מ וואס האט ניט קיין כסא של אלי' א קאנדידאט פאר GUINNESS BOOK OF RECORDS
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 2:09 pm
דורך ידיד
אויפן קעפל פון דעם אשכול שטייט דאס ווארט 'חידוש'?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 7:47 pm
דורך חסידישער יוד
א קשיא אויף קקיון...
דאנט ווארי אונז זעמיר נאך גוטע חברים פון ישיבה. ניט געזארגט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 6:02 pm
דורך קיקיון
אויף די גאס לעבען זיין דירה א אינגערמאן מיט לאנגע געקרייזעלטע פאות
מיט א ט"ק אויפען העמעד אינדרויסען לכה"פ א 26 אן שווארצע שטרייפען
קאטאן ? א ספרדי?
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 10:25 pm
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:אויף די גאס לעבען זיין דירה א אינגערמאן מיט לאנגע געקרייזעלטע פאות
מיט א ט"ק אויפען העמעד אינדרויסען לכה"פ א 26 אן שווארצע שטרייפען
קאטאן ? א ספרדי?
איך קלער אז דאס איז זיין שלאף ט"ק און ער וויל ניט עס זאל זיין א כסות לילה טוט ער עס
אן לעתים בייטאג
אפשר גאר געליינט דעם שמיעס
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 10:28 pm
דורך מאנ-יימער
אדער האט זיין ווייב געהאלטן אינמיטן וואשן די וואלענע ט"ק.
דער אינגערמאן האט זיכער נישט אזוי סאך געטראכט פארן אנטוהן די ציצית וויפיל איר טראכט פארוואס ער האט עס אנגעטוהן...
נאר וויץ שטייצעך...
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2014 10:52 pm
דורך פליגל
farshlufen האט געשריבן:געזען נעכטן נאכט א פארבלאנדזשעטער טראקטאר טרעילאר אויפן הארלעם ריווער דרייוו.
היינט געווען נאכיינס.
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2014 8:53 am
דורך קיקיון
ניט נור היינט
דעם שכן מיט דעם גרויען הוט צוריק שלעפען די ליידיגע מיסט קאנעס פון א שכן א ראש ישיבה
אני הפעוט און: איך געדענק נאך ווען... האט געשריבן:דא א איד אויף מיין בלאק וואס איך מוז אים אויסכאפען דאס גריסען א האלבען בלאק
פאר מיר טרעפען זיך אלס מפני שיבה
(ער לאזט ניט פארגעסען אז אמאל זענען געווען גאר וואלע אידען וואס האבען געטראגען גרויע הוטען )
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 5:39 pm
דורך שנאפס
פליגל האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:געזען נעכטן נאכט א פארבלאנדזשעטער טראקטאר טרעילאר אויפן הארלעם ריווער דרייוו.
היינט געווען נאכיינס.
דער נעכטיגער האט נישט אזוי גוט אפגעשניטן, זייער קרום געמאכט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 9:32 pm
דורך א גראם מיט טעם
געזען א יונגעל מיט א רעעין באנעט....
ביי כפרות...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 30, 2014 9:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
א גראם מיט טעם האט געשריבן:געזען א יונגעל מיט א רעעין באנעט....
ביי כפרות...
א בראך! אשרי למי שבניו זכרים אוי לו למי שבניו נקבות......
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:21 am
דורך msp
שוין בעסער צו לייגען א נעפפי אויף דאס הינדעל....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:30 am
דורך farshlufen
געזען היינט פארטאגס א 2 קאר היי-ספיעד רעיס אויף די בעדפארד גאס, ביי העיווארד ביים דריי האב איך ערווארט א הילכיגן זעץ, אבער הנה לא ינום ולא ישן שומר ישראל, וואס אייביג און אלעמאל, סיי בייטאג און סיי ביינאכט, אויף זיין הייליג פאלק היט און וואכט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 01, 2014 7:34 am
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:שוין בעסער צו לייגען א נעפפי אויף דאס הינדעל....
אין ענגלאנד רופט מען א דייפער א
NAPPY
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2014 12:16 am
דורך כרם
א איד מיט דאבעל ברידש גלעזער
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 19, 2014 9:54 pm
דורך לוי יצחק
כרם האט געשריבן:א איד מיט דאבעל ברידש גלעזער
מסתמא צוריק אריין אין סטייל.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 12:41 pm
דורך רייזענדער
אינמיטן א פלעינע-גרינעם-וואכענדיגע-שחרית-מנין, אין איינע פון די שטובלאך ביינונז אין ביהמ"ד, זיצט זיך א אידל - מידל עידזש שטייצעך - איבערגעבויגן קאנצערטרירט איבער א געלע בענאנע, יא יא מיט אלע זיינע עשר אצבעות גרובעלט ער עד דכדוכה של נפש פון א בענאנע, און דער גערוך...אוי דער גערוך איז יפוצו מעינותיו חוצה גלייך אריין אין נאזלעכער פון כל העם הנאספים אפגעזעהן מיט סיי וועלכע סארט טלית דו ווילסט עס פארשטאפן...
אה שיעור נישט פארגעסן; ער האט נישט פארגעסן צוצושלעפן צו דער זייט א ספר'ל אריינצוקוקן... (נעבעך וואס איז דער ספר שולדיג אז דער איד איז יעצט להוט נאך א בענאנע...)
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 1:11 pm
דורך לכתחילה אריבער
זינט ביי מיין ג-ט-זעליגע באבע ע"ה, איז א "באָנאַן" געווען א גאר חשובע ארטיקל, קען איך נישט לאכען אויף דעם וויץ! סארי.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2014 1:14 pm
דורך רייזענדער
כ'האב אויך נישט געלאכט ווען כ'האבעס צוגעזעהן... גארנישט קיין וויץ...
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 9:14 am
דורך farshlufen
רייזענדער, די באנאנע קאסט בערך א צענטל פון א דעניש אבער זעטיגט און קרעפטיגט מער, אלזא וואס איז מאדנע מיט דעם איד? מאדנע זענען די וואס שפענדן טויזענטערס אויף סאו-קאללד מאכלים וואס טוען גארנישט חוץ אראפשלעפן דעם מענטש חוץ וואס עס רופט זיך אפ אין שניידערישן קלייטל.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 9:50 am
דורך נשמה
דהעינגס א מיליאן פאר די אינפארמאציע אז א באנאנע זעטיגט מער.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 1:47 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:רייזענדער, די באנאנע קאסט בערך א צענטל פון א דעניש אבער זעטיגט און קרעפטיגט מער, אלזא וואס איז מאדנע מיט דעם איד? מאדנע זענען די וואס שפענדן טויזענטערס אויף סאו-קאללד מאכלים וואס טוען גארנישט חוץ אראפשלעפן דעם מענטש חוץ וואס עס רופט זיך אפ אין שניידערישן קלייטל.
חוץ פון דעם וואס די באנאנא טוט צוגעבן די זייער וויכטיגע "פעטעסיום" וואס א מענטש דארף האבן. (כאטש נישט אזוי סאך ווי מען מיינט, אבער מער פון רוב רובו פרוכט.)
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 02, 2014 9:14 pm
דורך רייזענדער
בקידה חמש מאות טוה איך איבערבעטן דעם 'באָנאַן'...כ'האב נישט געוויסט אין וואס איך בייס אריין...אוי האט דיך דערוילעם ליב; קוק וויפיל קערעקטארס זענען שוין געקלאפט געווארן דיך צו פארטיידיגן...
נעקסטיים ווען כ'וועל זעהן נאכאמאל אזא סצענע אין ביהמ"ד, וועלעך מעורר זיין דעם 'באנענע קוועטשער' אז ער זאל זיך באגיין מיט מער כבוד און רעספעקט פאר אזא געעהרטע פרי...
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 10:12 am
דורך יוראפ
נו אפשר צייט פאר א באנאנה כולל? ווילט איר ווערן זייט אויף א פיינה בננה סיינטייכויף 40 טעג אין בננה כולל, ספעשעל פאר די ערשטע 40 באקומט די 41'טע בכינים
800-chillu-בננה
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2014 10:23 am
דורך קיקיון
וואס פאר א
גוט יאר האט מען זיך פארלייגט אויף א יציר כפיו