בלאט 17 פון 21

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:44 pm
דורך בנימין הלוי
למעלה משבעים האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:...ווי איינער שרייבט דאס: "הארכתי כי מרוב שיחי וכעסי שלא זכיתי ללמוד כראוי הוצרכתי להאריך כאן", קענט איר צוטרעפן ווער?

פמ"ג א"א סי' נ"א סוסק"ג.

יאפ. אינטרעסאנט ווי ער ניצט די לשון הפסוק ביי חנה.
באמת אבער כאפ איך נישט די כוונה דערפון.

אולי די כוונה אזוי, כידוע דער הייליגער פרמ"ג האט גאר שטארק מקצר געווען בלשונו, לכאורה מטעם "לעולם ישנה אדם לתלמידיו דרך קצרה" אדער פאר וועלעכע אנדערע סיבה, ווייל ווען די זאך איז קלאר קען מען עס ארויסברענגען מיט קורצע און שארפע ווערטער קולעים אל המטרה, ממילא ווען מען קען נישט לערנען כראוי ברענגט מען זיך ארויס מיט אן אריכות, וע"ז הצטער הגאון
קען זיין?
ווען איך האב ווען מער צייט שרייב איך דאס אויבנדערמאנטע אין קורצע ווערטער (קרעדיט: בלז פסקל)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:49 pm
דורך בנימין הלוי
נאך אן אינטערעסאנטער ציטאט פון יענעם, וואס מען זאגט אויך פון צדיקים -להבדיל
People almost invariably arrive at their beliefs not on the basis of proof but on the basis of what they find attractive

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 6:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
בנימין הלוי האט געשריבן:נאך אן אינטערעסאנטער ציטאט פון יענעם, וואס מען זאגט אויך פון צדיקים -להבדיל
People almost invariably arrive at their beliefs not on the basis of proof but on the basis of what they find attractive

שטארק ווארט!!! ער האט נישט קיין קשיות, ער האט תירוצים.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:05 am
דורך msp
הגה"ק ר' אלחנן הי"ד אין זיין הערליכע מאמר על האמונה זאגט אויך אזוי
אז א מענטש'ן'ס נגיעות איז אזוי ווי שוחד
און ער קען פשוט נישט זעהן אנדערש ווי וואס ער וויל דערזעהן

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 7:41 am
דורך farshlufen
למעלה משבעים האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:...ווי איינער שרייבט דאס: "הארכתי כי מרוב שיחי וכעסי שלא זכיתי ללמוד כראוי הוצרכתי להאריך כאן", קענט איר צוטרעפן ווער?

פמ"ג א"א סי' נ"א סוסק"ג.

יאפ. אינטרעסאנט ווי ער ניצט די לשון הפסוק ביי חנה.
באמת אבער כאפ איך נישט די כוונה דערפון.

הבנתי אז ער אנטשולדיגט פארן מאריך זיין מסדר זיין און אויסקלארן עטליכע הלכות שלא במקומם [כדרכו] ווייל לערנענדיג האט ער נישט געקאנט גיין ווייטער איידער עס ווערט אים קלאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:52 pm
דורך msp
איך האב היינט געזעהן א פאצינט וואס קומט פון סלוצק און א פאציענט וואס קומט פון פלאצק

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 1:59 pm
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:איך האב היינט געזעהן א פאצינט וואס קומט פון סלוצק און א פאציענט וואס קומט פון פלאצק

אידען? האט זיך שוין געלוינט דער טויש אז מען קען העלפען א אידיש קינד

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:11 pm
דורך msp
ניין
פוילישע אימיגראנטען
אבער איך וועל לייכטער קענען זעהן אידישע פאציענטען ווייל עס איז אסאך נענטער ב"ה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 2:28 pm
דורך למעלה משבעים
farshlufen האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:...ווי איינער שרייבט דאס: "הארכתי כי מרוב שיחי וכעסי שלא זכיתי ללמוד כראוי הוצרכתי להאריך כאן", קענט איר צוטרעפן ווער?

פמ"ג א"א סי' נ"א סוסק"ג.

יאפ. אינטרעסאנט ווי ער ניצט די לשון הפסוק ביי חנה.
באמת אבער כאפ איך נישט די כוונה דערפון.

הבנתי אז ער אנטשולדיגט פארן מאריך זיין מסדר זיין און אויסקלארן עטליכע הלכות שלא במקומם [כדרכו] ווייל לערנענדיג האט ער נישט געקאנט גיין ווייטער איידער עס ווערט אים קלאר.

יישר כח

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 7:13 am
דורך קיקיון
דעם ש"ק ביי קידוש זיך באקענט מיט מיין וואלווי נ"י קאנקורענט אין געשעפט
א תכשיט פון א אינגערמאן
ווען וואלווי איז אריין און דעם אומנות האט יענער שוין געארבייט 2 יאר
ויהי' היום ביי א סופלייער און געשעפט פילט וואלווי נ"י א געזינטען קלאפ
אין די פלייצע "וואלף דא האס די מיין קארטעל ריף מיך ווען די דארפסט
עפעס" עס איז ניט דא א וואך וואס זיי רעדען ניט לכה"פ 2 מאל
פון אינפארמציע ביז בארגען ארבייטער

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 7:24 am
דורך msp
מי כעמך ישראל

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 11:00 am
דורך יאנקעלע קליגער
אז טייבעלע האט זיך שוין גענדיגט אפרוען אויפן שפיץ בוים און ער פליט ארום מיט א בלעטעל אין מויל און עפעס א בריוו אין די הענט

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 11:32 am
דורך מאנ-יימער
דאס איז יערליך ווען טייבעלע פארט אויף זיינע מיסיעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 11:57 am
דורך מזויף מתוכו
קיקיון האט געשריבן:דעם ש"ק ביי קידוש זיך באקענט מיט מיין וואלווי נ"י קאנקורענט אין געשעפט
א תכשיט פון א אינגערמאן
ווען וואלווי איז אריין און דעם אומנות האט יענער שוין געארבייט 2 יאר
ויהי' היום ביי א סופלייער און געשעפט פילט וואלווי נ"י א געזינטען קלאפ
אין די פלייצע "וואלף דא האס די מיין קארטעל ריף מיך ווען די דארפסט
עפעס" עס איז ניט דא א וואך וואס זיי רעדען ניט לכה"פ 2 מאל
פון אינפארמציע ביז בארגען ארבייטער

ווי באקאנט האט דאך ר' לייבעלע גליק געהאט דעם לעכט פארבריק, ויהי היום, א היימישע סאטמארער איד איז אויך אריין אינעם זעלבען ליין, דער איד האט
זיך זייער געשעהמט פון ר' לייבעלען און האט פראבירט זיך נישט אנצוטרעפן מיט'ן, איין פארנאכטס הערט דער איד קלאפן אויפן טיר והנה ר' לייבעלע איז דא, דער איד האט זיך געראכטן אויפן ערגסטן, דערווייל זאגט אים ר' לייבעלע אזוי, הער זיך איין, מיין פרנסה איז פאר מיר פארשריבן דאס קען קיינער נישט צונעמען, נאר וואס דען, אידן דארפן דאך ליכט פאר שבת, דארף איך שווער ארבייטן צוצושטעלן ליכט פאר'ן גאנצן עולם, יעצט אבער אז איר זענט מיר געקומען ארויסהעלפן וועל איך נאר דארפן צושטעלן פאר א האלבן עולם, קומט דאך אויס איר זענט מיין שותף! אויב אזוי קומט לאמיך אייך אויסלערנען די סודות פון חדר.

ווי פלעג די באבע זאגן? דער אויבערשטער האט נאכנישט באנקראטירט

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 12:08 pm
דורך קיקיון
מזויף מתוכו האט געשריבן: ווי פלעג די באבע זאגן? ווי פלעג די באבע זאגן? דער אויבערשטער האט נאכנישט באנקראטירט.

גוט געזאגט!
נישט בגשמיות נישט ברוחניות

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 12:18 pm
דורך לכתחילה אריבער
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז טייבעלע האט זיך שוין גענדיגט אפרוען אויפן שפיץ בוים און ער פליט ארום מיט א בלעטעל אין מויל און עפעס א בריוו אין די הענט

דאס מיינט אז מען פארט שוין ארויס אין די נסיעה! זאל ער האבן הצלחה אין אלע זיינע וועגן! מיר וועלן ווארטען מיט איין אטעם אויף זיין צוריקקער.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 12:24 pm
דורך טייבעלע
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז טייבעלע האט זיך שוין גענדיגט אפרוען אויפן שפיץ בוים און ער פליט ארום מיט א בלעטעל אין מויל און עפעס א בריוו אין די הענט

דאס מיינט אז מען פארט שוין ארויס אין די נסיעה! זאל ער האבן הצלחה אין אלע זיינע וועגן! מיר וועלן ווארטען מיט איין אטעם אויף זיין צוריקקער.

עס איז דא נאך עטליכע טעג, דאס איבערבייטען די בילד ווייזט אהן אז עס איז נאנט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 6:12 pm
דורך חסידישער יוד
א כסא של אליהו צאם געשטעלט פון צוויי בענקלעך און א ווייסע טישטעך\ליילעך אויף זיי.
דובי דו ווייסט ווי?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 6:54 pm
דורך קיקיון
חסידישער יוד האט געשריבן:א כסא של אליהו צאם געשטעלט פון צוויי בענקלעך און א ווייסע טישטעך\ליילעך אויף זיי.
דובי דו ווייסט ווי?

טאקע א חידוש! WOW!!! מוראדיג!!
אבער פארוואס האסט ניט געכאפט א בילד פון א זעלטענעם ערשיינונג?
איך האב שוין געזעהן לכה"פ איין מוהל וואס ברענגט מיט א סאמעטענעם אויסשפרייט
20250-B.jpg

פאר אזעלכע פעלער ווי עס איז ניט דא שטיק מעביל פאר כסא אלי'

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 8:27 pm
דורך נשמה
ווי איינער האלט א שטריימל.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 8:29 pm
דורך נשמה
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:אז טייבעלע האט זיך שוין גענדיגט אפרוען אויפן שפיץ בוים און ער פליט ארום מיט א בלעטעל אין מויל און עפעס א בריוו אין די הענט



ס'איז זיס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 9:09 pm
דורך חסידישער יוד
קיקיון האט געשריבן:
חסידישער יוד האט געשריבן:א כסא של אליהו צאם געשטעלט פון צוויי בענקלעך און א ווייסע טישטעך\ליילעך אויף זיי.
דובי דו ווייסט ווי?

טאקע א חידוש! WOW!!! מוראדיג!!
אבער פארוואס האסט ניט געכאפט א בילד פון א זעלטענעם ערשיינונג?
איך האב שוין געזעהן לכה"פ איין מוהל וואס ברענגט מיט א סאמעטענעם אויסשפרייט
20250-B.jpg

פאר אזעלכע פעלער ווי עס איז ניט דא שטיק מעביל פאר כסא אלי'

איך בין ניט אזוי פארגעשריטן ווי אייך און די יונגע דור. איך האב נאך א סעליעלער פאן.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2014 9:21 pm
דורך קיקיון
יעננר מוהל וואס נעמט מיט א אויסשפרייט איז א בן שבעים פלוס בלעה"ר
ווען איך בין געווען א צוצואק און טעלעפאנען האבען אוסגעזעהן אזוי
בילד
האבען זייער ווייניג היימישע בה"מ געהאט א מעבילשטיק פאר כסא של אלי'
דער עולם האט זיך נאך ניט געקענט ערלויבען אזא לוקסוס

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 7:19 am
דורך farshlufen
געזען נעכטן נאכט א פארבלאנדזשעטער טראקטאר טרעילאר אויפן הארלעם ריווער דרייוו.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2014 11:34 am
דורך ידיד
ער איז געבליבן מיטן דאך?