בלאט 16 פון 21
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 10:14 pm
דורך קיקיון
מחותן האט געשריבן:ידיד האט געשריבן:שיק ארום א ריקארדינג דערוועגן מיט איינע פון די טעלעמארקעטערס צו אלע ק"י איינוואוינער...
__
איך האב עס געשריבען וויבאלד עס איז ממש אשאד אז מענטשן זאלן נישט אויסניצען די פרייהיינט וואס זיי קענענן האבן, מען הערט אזויפיל ווי מענטשן רעדן זיך אפ אויף די קאלס, אשאד אז זיי ווייסען נישט אז זיי קענען דאס לעזן אין פינף מינוט
עס איז דא א
NO CALL LIST ווי מען קען זיך רעגעסטרירען ביי די רעגירונג
און טעלעמארקעטערס טארען ניט רופען די וואס זענען רעגעסטרירט
חוץ

- Capture.GIF (8.29 KiB) געזעהן געווארן 527 מאל
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 8:07 am
דורך farshlufen
א פליגן שטייג.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 8:11 am
דורך נשמה
farshlufen האט געשריבן:א פליגן שטייג.
מיינסט צו זאגן א ספעשעל געבויעטע שטייג?
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 8:47 am
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:א פליגן שטייג.
א שטייג אדער א נעסט ?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:36 am
דורך msp
בעסער פליגען ווי בינען....
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:22 pm
דורך יאנקעלע קליגער
410 אומגעענטפערטע אשכולות אויף אייוועלט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:42 pm
דורך פיטום
נו ביסטאך יא א קלוגער... נו ברענגזשע אהער איין תירוץ וועלכע זאל דאס אלעס אפענטפערן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:49 pm
דורך קיקיון
עס דרייט זיך ארום אין אייוועלט א ניקעל וואס איך בין מסופק צי ער האט שוין מהנה געווען ווערט א ניקעל
אבער ער איז א רעקארד ברעיקער
און ווייניגער ווי 6 חדשים האט מען אים געדארפט מעקען 12% פון די באמערקונגען
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:52 pm
דורך מיסטעריעז
איין תירוץ אלעס אפגעענטפערט:
באצייכן די אשכולות אלס געלייענט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 4:55 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ס'איז 2 באזונדערע זאכן
ס'איז אומגעליינטע דאס מיינט איך האב עס נאך נישט געליינט
און ס'איז דא אומגעענטפערטע דאס מיינט קיינער האט נאך נישט מגיב געווען דארט
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:01 pm
דורך מיסטעריעז
קיקיון האט געשריבן:עס דרייט זיך ארום אין אייוועלט א ניקעל וואס איך בין מסופק צי ער האט שוין מהנה געווען ווערט א ניקעל
אבער ער איז א רעקארד ברעיקער
און ווייניגער ווי 6 חדשים האט מען אים געדארפט מעקען 12% פון די באמערקונגען
12% פון וויפל?
ווייל אויבּ פון 8 איז עס בּלויז 1 תגובּה...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 10, 2014 5:04 pm
דורך מי יודע
אמאל איז געווען אזא אפשען למעשה האט רוב שטעטל אריינגעקאלט און די אדווערטייזערס זענען געוואר געווארן אז כמעט קיינער באקומט נישט זייער קאל האט זיך דאס אויפגעהערט, דאס איז א מעשה פון מער ווי 10 יאר צוריק
אויב ווייסטו אז ס'איז נאכאמאל דא אזא אפשען אדרבה לאז אונז וויסן, ווי דארף מען קאלן ארויפצוגיין אויף די דא נאט קאל ליסט?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2014 7:46 am
דורך farshlufen
נשמה האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:א פליגן שטייג.
מיינסט צו זאגן א ספעשעל געבויעטע שטייג?
געבויעט פון פלעסטיק קאפס מיט פעיפער טעיפ, קינדערישע איינפאלן, געלויבט דעם פון אויבן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:36 pm
דורך רייזענדער
מיט צעבויגענע קישן-פיאות; מיט א פאררויטלטן פנים; שיעפע היט; און וואס נישט... הקיצור דער נידעריגער בחורל שטורעמט אריין אין ביהמ"ד מיט א שאפינג בעג אין איין האנט און אין די צווייטע האנט דער תפילין בייטל וואס ער האלט צוגעדרוקט נגד הלב, לויט זיין ספיד איז קענטיג אז ער איז אונטער דרוק פונעם דרויענדן פינגערל פונעם מגיד שיעור וועלכער האט אים געווארנט אז נאך איינמאל ער קומט שפעט פארטאגס וועט אים עס קאסטן א גאנצן דאללער קנס, ער שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט; מיטן זעלבן אימפעט – פאר'חלומ'טערהייט - שטורעמט ער גלייך צו די מקוה גראטעס, ושם גיט ער זיך אזא דריי אריין ווען ער האלט נאך דעם שאפינג בעג מיט דעם תפילין בייטל כאחדים בידו... און ער וויל שוין גיין ווייטער אבער דא ווערט ער אפגעשטעלט דורך עימיצן וועלכער מאכט אים אויפמערקזאם איבער דעם תפילין בייטל וואס ער האלט נאך שטייף אין די הענט...
סך הכל: שטייט א בחור'ל 6:30 פארטאגס אין מקוה מיט א תפילין בייטל אין די האנט און ווארט אז עימיצער זאל זיך מרחם זיין אויף אים און ארויסראטעווען דעם תפילין בייטל פון זיינע הענט....עד כאן המעשה!
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 10:55 pm
דורך חסידישער יוד
רייזענדער האט געשריבן:מיט צעבויגענע קישן-פיאות;--הקיצור -- וועט אים עס קאסטן א גאנצן דאללער קנס, --כאחדים בידו...
הנאה געהאט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:53 pm
דורך בערקא
מיין ספידאמיטער אויף 118
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 9:08 pm
דורך רייזענדער
בערקא האט געשריבן:מיין ספידאמיטער אויף 118
ווי האט נאר
בערקא געשריבן;
גיי לערן זיך דרייוון...
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:51 am
דורך קיקיון
טבלת התחזקות ל- 40 יום מר"ח אלול עד יום הכיפורים
השנה לא מפספסים את ה- 40 יום !
הדפס דף זה ומלא כל יום.
בהצלחה!!!

- Capture.GIF (8.62 KiB) געזעהן געווארן 267 מאל
www.shtaygen.co.il/?CategoryID=1198&ArticleID=3556&Page=1
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:54 am
דורך למעלה משבעים
...ווי איינער שרייבט דאס: "הארכתי כי מרוב שיחי וכעסי שלא זכיתי ללמוד כראוי הוצרכתי להאריך כאן", קענט איר צוטרעפן ווער?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:05 pm
דורך msp
שטימט מיט דער פאקט אז רש"י מיט אנדערע ראשונים האבען מקצר געווען
אבער ווער איז דאס טאקע?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:10 pm
דורך שנאפס
בערקא האט געשריבן:מיין ספידאמיטער אויף 118
קילאמעטער?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 2:28 pm
דורך טייבעלע
למעלה משבעים האט געשריבן:...ווי איינער שרייבט דאס: "הארכתי כי מרוב שיחי וכעסי שלא זכיתי ללמוד כראוי הוצרכתי להאריך כאן", קענט איר צוטרעפן ווער?
פמ"ג א"א סי' נ"א סוסק"ג.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:13 pm
דורך בערקא
שנאפס האט געשריבן:בערקא האט געשריבן:מיין ספידאמיטער אויף 118
קילאמעטער?
ביסט מיר חושד דערויף?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:29 pm
דורך למעלה משבעים
טייבעלע האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:...ווי איינער שרייבט דאס: "הארכתי כי מרוב שיחי וכעסי שלא זכיתי ללמוד כראוי הוצרכתי להאריך כאן", קענט איר צוטרעפן ווער?
פמ"ג א"א סי' נ"א סוסק"ג.
יאפ. אינטרעסאנט ווי ער ניצט די לשון הפסוק ביי חנה.
באמת אבער כאפ איך נישט די כוונה דערפון.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 4:32 pm
דורך בנימין הלוי
אמאל געזען פון א גויאישן חכם להבדיל
"If I had more time, I would have written a shorter letter"
Blaise Pascal