בלאט 15 פון 21
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 02, 2014 10:18 pm
דורך קיקיון
אין א טקוה ציווישען די פלעשלעך העד ענד שאלדערס וכדומה

איך האב ניט געוויסט אז אזעלכע באשעפענישען וואס האבען MANES AND TAILS גיין אויך אין מקוה
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 02, 2014 10:21 pm
דורך פליגל
מסתמא א שוואנץ...
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:22 pm
דורך יוסף שרייבער
איינער וואס האט געגעבען א נאמען פאר זיין רך הנולד יהלי ע''ש יהי ה' לי.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:24 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
א ספרדי?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:39 pm
דורך יוסף שרייבער
חצי חצי.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:44 pm
דורך מחותן
מיין שבת אוצר איז איינע פון די גליונות וואס איך פרינט יעדע וואך פאר די קינדער צו ליינען.
די וואך האבן זיי געהאט א אינטערסאנטע מעשה..
אהבת ישראל
“זיך כולל זיין צוזאמען מיט כללישראל....“
כ“ק מרן מהר“א מבעלזא זי“ע האטשטענדיג מעורר זיין די חסידים, איבער
די וויכטיגקייט פון זיך כולל זיין אינאיינעם מיט כלל ישראל און נישט ארויסשטיין
מיט אייגענע פרומע חומרות. ס‘איז געווען איינע פון די חסידים, וואס האט
געהאט א חומרה אז ער האט נישט געגעסן וואס מען האט דערלאנגט צום
טיש ביי א סעודת מצוה אדער סעודת מרעים פון חסידים, נאר ער פלעגט זיך
מיטברענגען זיין אייגן עסן.
איין טאג האט מרן זי“ע אים געלאזט רופן, און אויךגעהייסן רופן די שטוב
מענטשן זיי זאלן אלע קומען. ווען אלע זענען שוין געווען אין שטוב, האט מרן
זי“ע געזאגט אזוי: “איךוויל אייך זאגן אז ווען מען קומט אין א חסידישע שטוב
דארף מען נישט נאכפארשן און נאכפרעגן וועגן די כשרות פונעם עסן, נאר
מען קען עסן וואס מען דערלאנגט צום טיש“. און מרן זי“ע האט דערציילט
אז דער זיידע כ“ק מרן מהר“י זי“ע האט באפוילן פאר די חסידים וואס זענען
געפאהרן צוזאמען נעמען “מעמדות געלט“ אין די שטעט, אז אין די אכסניות
פון חסידים, ווי זיי שטייען אן, זאלן זיי עסן און טרונקען וואס מען גיט זיי, אהן
חוקר ודורש זיין, די כשרות פונעם עסן און טרונקען. ביי די געלעגענהייט האט
דעמאלט מרןזי“ע דערציילט אז אויפ‘ן וועג קיין ארץ ישראל [נאכ‘ן פארלאזן די
שטאט פעסט אין אונגארין], האט ער מסכים געווען זיך צו לאזן פאטאגראפירן
צוזאמען מיט א גרופע רבנים וואס האבן דאס געבעטן. [פארזעצונג אין קומענדיג‘ן
“אוצר“].
נישט איבעראל וואלט מען אריינגעשטעל אזא מעשה.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:47 pm
דורך יאנקעלע קליגער
יוסף שרייבער האט געשריבן:חצי חצי.
דערמאנסט מיך פון יענעם וואס האט מתפלל געווען צו השי"ת אז ער וויל ווערן א מלאך
נו תפלה עושה מחצה א מלאך איז ער נישט געווארן אבער אויס מענטש איז ער יא געווארן
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:48 pm
דורך יוסף שרייבער
באקאנטע מעשה.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 1:59 pm
דורך לוי יצחק
ייש"כ מחותן, געדענק צו ברענגען די המשך אויך.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:03 pm
דורך מחותן
יוסף שרייבער האט געשריבן:באקאנטע מעשה.
יו דאנט געיט איט, די חידוש איז אז זיי שטעלן עס אריין היינט צוטאגס פאר קינדער כאילו עס איז א תורה שלימה און עס איז א הוראה וואס גייט אן ביז משיח'ס טאג..
אויב איז עס געווען אמת 40 יאר צירוק ווען א "חסידישע איד" איז נאך געווען א "חסידישע איד".. איז עס דען אמת היינט צוטאגס? מעג מען דען עסן היינט צוטאגס ביי יעדעם איינעם אין שטוב?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:05 pm
דורך לוי יצחק
יא, מ'מעג שטעלן א איד וואס זעהט אויס ווי דו בחזקת כשרות.
(איך וואלט נישט קאמענטירט אויף איינער וואס שרייבט אויף א מעשה וואס רוב אייוועלט ליינער האבן נישט געוואוסט "באקאנטע מעשה").
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:19 pm
דורך יוסף שרייבער
מחותן האט געשריבן:יוסף שרייבער האט געשריבן:באקאנטע מעשה.
יו דאנט געיט איט, די חידוש איז אז זיי שטעלן עס אריין היינט צוטאגס פאר קינדער כאילו עס איז א תורה שלימה און עס איז א הוראה וואס גייט אן ביז משיח'ס טאג..
אויב איז עס געווען אמת 40 יאר צירוק ווען א "חסידישע איד" איז נאך געווען א "חסידישע איד".. איז עס דען אמת היינט צוטאגס? מעג מען דען עסן היינט צוטאגס ביי יעדעם איינעם אין שטוב?
דאס גייט שוין אריין אין דעם אלטען אויסעדראשענעם וויכוח צו אכשר דורינו צו נישט.
עס לאזט זיך זאגען אז דער עוורידש היימישע(ל''ד חסידיש) שטוב איז היינט אויף א העכערע דרגה כשרות ווי די תקופת הצנע פון פופציג יאר צוריק ומכ''ש פון אינדערהיים.
דאכט זיך אז די חסידים פון מרן מהר''י בשעתו אויסגעטייטשט דעם טעם הוראה כדי אז דער חסיד זאל האבען א השפעה אויך די בעל אכסניא ובני ביתו. אן עס איז טאקע דא אומצאליגע מעשיות פון גאנצע משפחות דורי דורות וואס זענען נתקרב געווארען צום דרך ה' בכלל און דרך החסידות בפרט דורעך אזעלכע מעמדות קאלקטערס נודדים בכול החסידות והחצירות.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:23 pm
דורך מחותן
קען זיין, וואס איז די לימוד פון די מעשה? עס דארף זיין א לימוד ביי אלע חלקים אין יודשקייט אז "זיי נישט פרומער און האב נישט קיין עקסטערע חומרות" אדער נאר ביי כשרות?
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:24 pm
דורך יוסף שרייבער
זעהט מיין הוספה.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 2:25 pm
דורך לוי יצחק
מחותן האט געשריבן:קען זיין, וואס איז די לימוד פון די מעשה? עס דארף זיין א לימוד ביי אלע חלקים אין יודשקייט אז "זיי נישט פרומער און האב נישט קיין עקסטערע חומרות" אדער נאר ביי כשרות?
מ'מעג האבן חומרות, מ'זאל נאר זעהן עס נישט ארויסצו-ווייזן, און אויב איז די פרייז פון נישט ארויסווייזן אויפן חשבון פון מוותר זיין, איז עס כדאי.
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:37 am
דורך msp
מען מעג האבען חומרות, אבער זיך נישט האלטען בעסער ווי יענעם
פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:55 pm
דורך בערקא
קיקיון האט געשריבן:אין א טקוה ציווישען די פלעשלעך העד ענד שאלדערס וכדומה

איך האב ניט געוויסט אז אזעלכע באשעפענישען וואס האבען MANES AND TAILS גיין אויך אין מקוה
ער האט בטעות גענומען די שוויגער'ס...
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 2:39 am
דורך msp
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 7:00 pm
דורך בערקא
...צוויי קינדער אריילויפן אין די קארס ביים קראסן ביי א רויט לייט, עס האט געפעהלט א האר פאר א טראגעדיע רח"ל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 7:30 am
דורך msp
שומר פתאים השם....
מען דארף האבען אייזערנע נערווען ווען מען זעהט אזא זאך....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 2:05 pm
דורך מחותן
געוואר געווארען פון א קרוב אז רוב טעלמארקערס אין קר"י געבן די אפשען אז מען זאל קענענן אראפ נעמען די היים טעלפאון פון זייער ליסטע.. קאלט אריין צווישן 9 און 5 און בעט אז אייער פאון נומער זאל אראפ גיין און זיי נעמען עס אראפ...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 2:13 pm
דורך ידיד
שיק ארום א ריקארדינג דערוועגן מיט איינע פון די טעלעמארקעטערס צו אלע ק"י איינוואוינער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 2:19 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ידיד האט געשריבן:שיק ארום א ריקארדינג דערוועגן מיט איינע פון די טעלעמארקעטערס צו אלע ק"י איינוואוינער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 2:22 pm
דורך לוי יצחק
ידיד!!!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2014 8:03 pm
דורך מחותן
ידיד האט געשריבן:שיק ארום א ריקארדינג דערוועגן מיט איינע פון די טעלעמארקעטערס צו אלע ק"י איינוואוינער...
__
איך האב עס געשריבען וויבאלד עס איז ממש אשאד אז מענטשן זאלן נישט אויסניצען די פרייהיינט וואס זיי קענענן האבן, מען הערט אזויפיל ווי מענטשן רעדן זיך אפ אויף די קאלס, אשאד אז זיי ווייסען נישט אז זיי קענען דאס לעזן אין פינף מינוט