בלאט 14 פון 21

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 5:41 pm
דורך כרם
יוראפ האט געשריבן:
כרם האט געשריבן:ס'אידאך היינט געוועין די ראדאשיצערס יארצייט

ווילסט הערן די מעשה אדער ווילסט פרעגן קאשעס...?

כ'האב איבער געקוקט ווער ס'האט עס געשריבן איז שוין פאר ענטפערט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2014 5:54 pm
דורך נשמה
קאשעס מיט מאסעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 12:59 pm
דורך נישט אלעס איז אמת
זייער א שנעלע ראקציע פון די איי וועלט אחראים
נאכדעם וואס איינער האט געשריבן אין די נייעס געוויסע וועטער וואס באלאנגט נישט אויפן וועלטל דא
ישר כחכם! כה לחי!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:52 pm
דורך לכאורה
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:זייער א שנעלע ראקציע פון די איי וועלט אחראים
נאכדעם וואס איינער האט געשריבן אין די נייעס געוויסע וועטער וואס באלאנגט נישט אויפן וועלטל דא
ישר כחכם! כה לחי!

אז מען שרייבט די וועטער פון ערגעץ אנדערש דארף מען שוין מעקן?


דזשאסט קידינג...

--------
איך האב היינט געזען א בר מצוה בחור'ל וואס איז אזוי ווייט מקפיד צו הערן זיין שטומע פארן עמוד יעדע תפילה, אז ער האט אפגעפוצט פונעם מנין צוליב דעם וואס עס איז שוין געווען דארט א בעל תפילה, און געווארט און געווארט ביז די נעקסטע מנין צו קענען נערווירן די מתפללים מיט זיין גרילצנדע שטומע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 9:56 pm
דורך ידיד
אפשר איז ער א חיוב?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:02 pm
דורך רייזענדער
ידיד האט געשריבן:אפשר איז ער א חיוב?

חיוב?!, געווענליך זענען בחור'לעך 'עדיקטעט' (האסטמער א צווייטע לשון?) צום ברעטל סך מער ווי חיובים...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:52 pm
דורך לכאורה
ידיד האט געשריבן:אפשר איז ער א חיוב?

אודאי אזוי, ער דאווענט נאך די מתי מבול.

א גאנץ יאר פרייליך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2014 10:56 pm
דורך רייזענדער
ביי אונז אויפן באס איז דא עימיצער וואס חיוב'ט אויך עפעס ארום וכו' (ארטיקל בפני עצמו ואכמ"ל), אויפן באס שמועסט מען אז ער דאווענט נאך 'די גוטע צייטן'...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2014 8:04 am
דורך msp
פאציענטען....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 12:16 pm
דורך רייזענדער
כ'ווייס נישט פשט, אפשר קען מיר עימיצער לערנען פשט אויף דעם...

ביים צענטראלן סינק פון ביהמ"ד, (יא יא דארט וואו יעדער וואשט זיך מיט דעם קאלעכיגן שלעשודעס-בילקעלע אין טאש), ליגט א פריש געעפענטע טוט-פעיסט מיט א פרישע טוט בראש, ווארשיינליך געציילטע סעקונדעס נאכדעם וואס יענער האט זיך געענדיגט פיצן די ציין....

אבער דער בעל המעשה איז שוין נישט דארט געווען...אשאד...

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2014 7:03 am
דורך נשמה
כ'האב אפגעפיצט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:29 pm
דורך רייזענדער
אימעיל אדרעסס במקום טעלעפאון נאמבער!

א בר-מצוה-בחור'לס (א קליין ליטוויש בחור'ל מיטן ברייטן היט..) נייע געביגעלטע תפילין בייטל, אין וואס ס'איז עמברוידעד דעם "בחור'לס פערזענליכע אימעיל אדרעסס" אויפן פלאץ דארט אינעווייניג אינעם בייטל וואו ביינונז פלעגט זיין עמברוידעד די טעלעפאון נאמבער...

זאגסטעניש צו די היינטיגע יונגווארג אין די 'טו-טאוזענט-&-פארטין' טעכנאלאגיע עפאכע?...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 3:49 pm
דורך ידיד
אבי נישט א פעיס-בוך אקאונט..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 6:58 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
זיין ניק אין אייוועלט שטייט נישט דארט פערצופאל?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 8:22 pm
דורך יוראפ
אמממ כ'דארף טשעקן נאכאמאל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 11:34 pm
דורך לכאורה
רייזענדער האט געשריבן:אימעיל אדרעסס במקום טעלעפאון נאמבער!

א בר-מצוה-בחור'לס (א קליין ליטוויש בחור'ל מיטן ברייטן היט..) נייע געביגעלטע תפילין בייטל, אין וואס ס'איז עמברוידעד דעם "בחור'לס פערזענליכע אימעיל אדרעסס" אויפן פלאץ דארט אינעווייניג אינעם בייטל וואו ביינונז פלעגט זיין עמברוידעד די טעלעפאון נאמבער...

זאגסטעניש צו די היינטיגע יונגווארג אין די 'טו-טאוזענט-&-פארטין' טעכנאלאגיע עפאכע?...

דארפסט פארשטיין אז ער פלאנט אוועקצופארן פון זיין פעטערליכע שטוב ביז געציילטע יארן, איז נישט רעלעוואנט צו שטעלן זיינע עלטערנס טעלעפאן נומער. זיין אימעיל אדרעסע וועט ער האבן צו די האנט וואו אימער ער געפונט זיך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 11:52 pm
דורך יוראפ
ווי פאר מעריב האט מען אריינגעברענגט אין בעסמעדרעש א שיינע סייז בעקעלע מיט טועמיה... אפאר ווייסע בערד [אויך אפאר שווארצערע] זענען ארויפגעפאלן דערויף, ביז נאך מעריב איז כמעט נישט געבליבן קיין זכר, והבן כי קצרתי מאוד.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 9:57 am
דורך ק.נ.א. וועטער
פאר מעריב האט מען זיך געזעצט עסן טועמי'?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 9:58 am
דורך יוראפ
איש איש כפי מנהגו...

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:02 am
דורך ק.נ.א. וועטער
דו ביסט זיכער פון די ווייסערע בערד געווען דארט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:03 am
דורך יוראפ
נישט קיין חילוק

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 10:05 am
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'איז שוין גאר א גרויסע נפק"מ

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:00 pm
דורך msp
deja vu

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:06 pm
דורך לוי יצחק
רייזענדער האט געשריבן:אימעיל אדרעסס במקום טעלעפאון נאמבער!

א בר-מצוה-בחור'לס (א קליין ליטוויש בחור'ל מיטן ברייטן היט..) נייע געביגעלטע תפילין בייטל, אין וואס ס'איז עמברוידעד דעם "בחור'לס פערזענליכע אימעיל אדרעסס" אויפן פלאץ דארט אינעווייניג אינעם בייטל וואו ביינונז פלעגט זיין עמברוידעד די טעלעפאון נאמבער...

זאגסטעניש צו די היינטיגע יונגווארג אין די 'טו-טאוזענט-&-פארטין' טעכנאלאגיע עפאכע?...

המממ... דאס איז אן איינפאל!!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:17 pm
דורך פליגל
טאמער ווערט'ס איבערגעלאדענט מיט דזשאנק (#בחור)?