גריסן און שמועסן
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:50 pm
יהיה כן האט געשריבן:מיין מגי"ש האט אויסגעלערנט מען קוקט נישט אויף יענעמ'ס בגדים אין מקוה........, און טאמער האסטו געמיינט סי'ז דיינס, איז דאך יענער גערעכט מיטן ארויף שרייבן באותיות גדולות....
נישט אלעס וואס מען האט דיר אויסגעלערנט פריוואט... איז הוראה לרבים.
Advertisement
מאנטאג נובמבר 11, 2013 11:28 pm
...א קאר מיט בערך פופצן אינטענעס אויפן דאך.
דינסטאג נובמבר 12, 2013 5:14 am
לוי יצחק האט געשריבן:...א קאר מיט בערך פופצן אינטענעס אויפן דאך.
שומרים, הצלה, פייער לענדזער, זק"א, וואס נאך??
מיטוואך נובמבר 13, 2013 12:20 am
היינט ביי מעריב אריינפאלנדיג אין שומרי שבת ב"פ, די ריזן מנורה שוין שטיין בקרן דרומית מזרחית מיט... אנגעגרייטע לעכטל אנגעפילט מיט אויל.
מיטוואך נובמבר 13, 2013 12:22 am
מען מעג נאך אריינטראגן חמץ אינעם שול?
מיטוואך נובמבר 13, 2013 4:44 am
ס'איז נאך איבערגעבליבען המן טאשען?
מיטוואך נובמבר 13, 2013 8:17 am
בעאבאכטער האט געשריבן:היינט ביי מעריב אריינפאלנדיג אין שומרי שבת ב"פ, די ריזן מנורה שוין שטיין בקרן דרומית מזרחית מיט... אנגעגרייטע לעכטל אנגעפילט מיט אויל.
ניט געזארגט!!
ר' משה און ר' הלל זענען ב"ה פריש און געזינט, דער מנורה באלאנגט ניט פאר דעם בה"מ און עס איז ניט אנגעגרייט צומ צינדען
איינער האט געמאכט א ריזען מנורה אין וויל עס פארקויפען האט ער עס אראפגעלייגט ווי עס דרייען זיך א סך מענשען און עס וועט קיינעם
שטערען, (שון געזעהן מער מאדנע זאכען )
מיטוואך נובמבר 13, 2013 3:30 pm
אדווערטייזמענט! נישט קיין בילד נאר ממש
דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:09 pm
אז דער בעל תפילה ביי מיין מנין מנחה איז נישט צוריקגעגאנגען דריי טריט נאך קדיש בעפאר די שטילע שמו"ע.
איז די הלכה אזוי?
(ער מעג אליין ענטפערן אויב ער וויל)
דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:11 pm
מסתמא פירט ער זיך מנהג מונקאטש, וכן אני נוהג.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 6:12 pm
מערוך השלחן ויש מי שכתב דכשעומד על מקומו – אינו צריך לחזור לאחוריו שלוש פסיעות כדי לילך לפניו (אליה רבה)
דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:07 pm
דאס איז ביים אנהויבן שמו"ע, ידיד רעדט פון ענדיגן.
דער מנח"א זאגט אז מ'ברויך נישט צוריקגיין נאר כיון שנפטר בשלום וכו' קען מען פון דארט פשוט גיין ווייטער.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:09 pm
איך רעד פון פארן אנהייבן שטילע שמו"ע.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:12 pm
לכאורה האט געשריבן:מסתמא פירט ער זיך מנהג מונקאטש, וכן אני נוהג.
מנהג מונקאטש איז דוקא אויפן בעל תפילה אדער אויף יעדן יחיד?
דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:14 pm
אהא. און יא ער רעדט פאר יעדעם יחיד וש"ץ.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:24 pm
ידיד האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:מסתמא פירט ער זיך מנהג מונקאטש, וכן אני נוהג.
מנהג מונקאטש איז דוקא אויפן בעל תפילה אדער אויף יעדן יחיד?
כ'פליגל. יעדער.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 7:29 pm
פאר די וואס טרעטן יא צוריק נאכן אויסטרעטן איז דא א קפידה אז קיינער זאל נישט דורכגיין אויף די פלאץ אדער איז סתם א מנהג ש***?
דינסטאג דצמבר 10, 2013 8:02 pm
פליגל האט געשריבן:פאר די וואס טרעטן יא צוריק נאכן אויסטרעטן איז דא א קפידה אז קיינער זאל נישט דורכגיין אויף די פלאץ אדער איז סתם א מנהג ש***?
עס ווערט גברענגט אין
שיירי כנסת הגדולה סי' קכ"ג אויף דער בית יוסף עיי"ש סעי' ג, ועיי' גם במגן אברהם שם סי קכ"ג.
אין קיצור של"ה זאגט ער אז אמאל לויפט מען גלייך צוריק כדי איינער זאל נישט דורך גיין, זאגט ער דארט אוחזים "מנהג טפל" ומניחין דין הגמ'.
דינסטאג דצמבר 10, 2013 11:47 pm
טאקע נישט היינט אבער געזען א פאר טעג צוריק - מוצאי זאת חנוכה, א מדורה צו פארברענען די קנויטן, ארום איז געשטאנען א רקידה פון חסידים ואנשי מעשה בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א, און מ'האט געזינגען בר יוחאי און ואמרתם.
מיטוואך דצמבר 11, 2013 8:21 am
כמיין אז דער יסוד איז אז דאס וואס האט נישט געברענט איז ווייל די חיצונים האבען דאס פארכאפט
ממילא דארך עס צו פארברענען גיט מען א קלאפ צו די סיטרא אחרא
זונטאג דצמבר 22, 2013 8:57 am
נעכטען ביי ס"ג א ראש ישיבה פון א ליטווישע ישיבה מאכען א המוציא
12-13 מינוט נאך די שקיעה
מנחה האבען זיינע בעלי אכסניא ג'דאווענט פריער ווי ג'ווענליך לכבודו פון דעם גאסט
אבער ס"ג האט אים שוין ניט געברענט
זונטאג דצמבר 22, 2013 12:04 pm
הגר"ח הלוי זצ"ל האט געטענה'ט אז ווילאנג מען עסט די דריטע סעודה אין א זמן וואס האט קדושת שבת איז מען מקיים מצות ס"ג
עס איז אבער יא פארהאנען א פראבלעם וועגען זאגען רצה
כמדומה אז דער משנ"ב איז דאס מעורר
זונטאג דצמבר 22, 2013 12:29 pm
msp האט געשריבן:הגר"ח הלוי זצ"ל האט געטענה'ט אז ווילאנג מען עסט די דריטע סעודה אין א זמן וואס האט קדושת שבת איז מען מקיים מצות ס"ג
עס איז אבער יא פארהאנען א פראבלעם וועגען זאגען רצה
כמדומה אז דער משנ"ב איז דאס מעורר
בענין וואס? אזא ה"ת ? זיי אזוי גוט זיך עס אויף
און מחבר שטייט בענין נמשכה בלילה אז מען גייט בתר התחלת סעודה
למעשה האט דער ראש ישיבה געזאגט רצה נאך ר"ת'ס זמן
אינטערסאנט אז דער מרא דאתרא א חסידישער האט ניט ג'טרינקען קייו רביעית וויין
טועם געווען און ג'טיילט פאר קינדער
און דער "ליטוואק" האט געטרינקען א רביעית
זונטאג דצמבר 22, 2013 10:12 pm
א מורא'דיג ווארט אין תהלימ'ל פון ישמח משה:
הרי מבואר דמהב' של בראשית מבואר דעוה״ז דומה לפרוזדור בפני עוה״ב, והוא מוסר גדול ונורא כמעט כולל כל המוסרים שתמיד יהי' לנגד עיני אדם שהוא עומד בפרוזדור ואינו יודע אימתי יקראנו המלך לטרקלין, וצריך להיות מוכן בכל עת כדאיתא בגמ' מס' שבת. (תהלים תפלה למשה קיא פסוק י')
מאנטאג דצמבר 23, 2013 8:15 am
עקבי הצאן האט געשריבן:א מורא'דיג ווארט אין תהלימ'ל פון ישמח משה:
הרי מבואר דמהב' של בראשית מבואר דעוה״ז דומה לפרוזדור בפני עוה״ב, והוא מוסר גדול ונורא כמעט כולל כל המוסרים שתמיד יהי' לנגד עיני אדם שהוא עומד בפרוזדור ואינו יודע אימתי יקראנו המלך לטרקלין, וצריך להיות מוכן בכל עת כדאיתא בגמ' מס' שבת. (תהלים תפלה למשה קיא פסוק י')
טאקע א שטארק ווארט!
שכוח!