איך האב היינט געזען:

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג פאברואר 05, 2013 9:31 pm

ווי א איד קומט אריין אין שוהל און גייט צום שראנק נעמט ארויס א סידור'ל, גייט צום באלעמערל און עפענט דעם סידור און שטעלט זיך דאווענען,
אזוי ווי עס איז נאכנישט געוועהן קיין סאך מענטשען אין שוהל, און אויך נישט קיין מנין, האט ער אזוי ארום געשפרייזט פון מאל צו מאל ארויף און
אראפ, נישט ווייט פון ווי יענער האט זיך געשטעלט דריי פיר טריט אוועק איז געשטאנען א צווייטער און געדאווענט פון פארנט, אזוי איין מאל ווען
דער ערשטער וואס איז געשטאנען ביים באלעמער האט זיך געגעבען א שפאנציר, האט דער צווייטער זיך אוועק געדרייט פון זיין פלאץ ווי ער איז
געשטאנען און צוגעגאנגען און פארמאכט זיין ביז היצטיגער סידור, און זיך געגרייט צוגיין אהנטוהן טו"ת, האט ער נאך געהאלטען אינמיטען זאגען
עפעס, ווען ער איז אריבער דעם ערשטענס פלאץ האט ער געמישט יענעמס סידור צו וואו ער האט געהאלטען און גענדיגט דארט וואס ער האלט
אינמיטען.

דערווייל קומט דער ערשטער צוריק, ווילאנג נעמט שוין איינעם זיך רגעבען א דריי ארויף און אראפ, זעהט ער ווי יענער נוצט זיין סידור, נו ווארט ער
אזוי איידעלערהייט יענער זאל ענדיגען און ער זאל קענען ממשיך זיין דאס זייניגע, יענער האט טאקע גענדיגט, אבער אנשטאט צו לאזען אפען דעם
סידור פאר דעם ערשטען וואס האט דאס אנגעגרייט פארמאכט ער דאס, כאילו עס ווארט קיינער נישט אינטער איהם אויף דעם.

שטייען מיר אזוי פון דערווייטענס און קוקען דאס צו, עס פאלט יענעם אפילו נישט איין אז ער האט דא איינעם קען זיין מצער געוועהן, ער האט פארגעסען
אז ער האט געטראפען דעם סידור אפען, עס האט זיך דאך נישט אליין געפענט, דער ביהמ"ד איז דאך נאכנישט אזוי פיל אז ער זאל טראכטען ביי זיך,
אז קען זיין איינער האט דאס פארגעסען און געלאזט אפען, גיב זיך א דריי אויס קוק ארום, יענער שטייט דאך אינטער דיינע פלייצעס און ווארט זאלסט
איהם צו לאזען צו זיין פלאץ, ער איז נישט פארקראכען ערגעץ אין דעם אנדערען עק, מען קען שוין מיינען אז דער שוהל איז אזוי גרויס, טראכט אביסעל
פונעם צווייטען, און אזוי דאס זעהענדיג היינט האבן מיר זיך געלערענט א פרק מוסר, און נאך א טייטש מה דסני לך לחברך לא תעביד.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג פאברואר 05, 2013 9:43 pm

און נאכדעם ווינדערט מען זעך פארוואס......

טייבעלע האט געשריבן:ווי דריי אידן כאפן א טענצעל נאכען דאווענען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דינסטאג פאברואר 05, 2013 10:18 pm

טייבעלע, סארי כ'האב גארנישט געמיינט, כ'האב פלעין נישט געטראכט.
נעם דיך נישט אזוי צוםהארצן, אויף קיינעם קיין ערגערס.

ב.ד.וו. 1 - וויאזוי מאכסטו דער פאראגראף זאל אויסקומען justified? קיינמאל געזען פריער אין קרעטשמע.

ב.ד.וו. 2 - כ'האב געמיינט דו שרייבסט "ס'שוין נישט געווען קיין סאך מענטשן", דערווייל שרייבסטו גאר פארקערט, אשרי לך.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג פאברואר 05, 2013 10:34 pm

1) כ"ז עס גשעהט נישט פאר מיר זעלבסט פארוואס זיך נעמען צום הארצן, און אפי' עס וואלט געשעהן פאר מיר זעלבסט,
איז דאס זיכער א לימוד ספעציעל פאר מיינעט וועגען, א קלארע השגחה עליונה, מען האט דא געוואלט ארויסברענגען אז
מען קלערען אויף יעדען שריט וואס מען טוהט, און זיין אויסגערעכענט, נישט זיך פירען כמצות אנשים מלומדה, עס זענען
פארהאן נאך מענטשען ארום, און מיט א ריהר קען מען ח"ו ווייטוהן פארן צווייטען, חשוב על הזולת.

2) יעדער ווארט וואס מען שרייבט איז אויסגערעכענט איינס מיטן צווייטן עס זאל זיין מיט אן אייניגקייט אויף די ליניע,
דאס וואס ווארד טוהט אטאמאטיש טוהען מיר מיט אויסגערעכענטקייט, עס גלונגט טאקע נישט אייביג פונקטליך אויף
די האר, אבער עס קומט אויס גאנץ נאווענט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג פאברואר 05, 2013 11:56 pm

טייבעלע טייערער, פארוואס נישט דן זיין דעם צווייטן איד לכף זכות, זיין קאפ האט אים געפיבערט מיט א געוויסע דאגה [לאמיר זאגן א שמחה'דיגע דאגה ב"ה], און ער האט זיך ממש אויסגעטוהן פון זיין וועלטל, ער ווייסט נישט גארנישט וואס טוהט זיך ארום אים, ער מאכט אויף סידורים און מאכט צו סידורים, אבער ער טוהט אלעס כעור הממשש באפילה, ווייל ער איז פארנומען מיט זיין מחשבה שבלב.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך פאברואר 06, 2013 3:42 am

לכאורה האט געשריבן:טייבעלע טייערער, פארוואס נישט דן זיין דעם צווייטן איד לכף זכות, זיין קאפ האט אים געפיבערט מיט א געוויסע דאגה [לאמיר זאגן א שמחה'דיגע דאגה ב"ה], און ער האט זיך ממש אויסגעטוהן פון זיין וועלטל, ער ווייסט נישט גארנישט וואס טוהט זיך ארום אים, ער מאכט אויף סידורים און מאכט צו סידורים, אבער ער טוהט אלעס כעור הממשש באפילה, ווייל ער איז פארנומען מיט זיין מחשבה שבלב.

דאס איז נישט קיין מעשים בכל יום???

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך פאברואר 06, 2013 8:13 am

לכאורה האט געשריבן:טייבעלע טייערער, פארוואס נישט דן זיין דעם צווייטן איד לכף זכות, זיין קאפ האט אים געפיבערט מיט א געוויסע דאגה [לאמיר זאגן א שמחה'דיגע דאגה ב"ה], און ער האט זיך ממש אויסגעטוהן פון זיין וועלטל, ער ווייסט נישט גארנישט וואס טוהט זיך ארום אים, ער מאכט אויף סידורים און מאכט צו סידורים, אבער ער טוהט אלעס כעור הממשש באפילה, ווייל ער איז פארנומען מיט זיין מחשבה שבלב.

עס איז נישט קיין סתירה.
מען האט דן געוועהן יענעם לכף זכות אז זיין קאפ איז נישט אויפן פלאץ געוועהן, נאכדערצו ווען ער איז שוין געוועהן אין שוהל אזוי פרי, און מסתמא זיך געלייגט שפעט אויך,
און פון מיין זייט וואס מיר האבן דאס געזעהן, איז נישט קיין אומזינסטע מראה, מען דארף אריין קלערען און זיך לערנען דערפון, וויייל כל נגעים אדם רואה חוץ, מנגעי עצמו,
איז דאס געוועהן פאר אונז א לימוד, אז עס איז נישט קיין חילוק אינעם אומשטאנד, מען דארף פראבירען האלטען קאפ.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג פאברואר 11, 2013 11:26 pm

ווי א איד דאווענט צוויי מאל שמו"ע ביי מנחה.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » זונטאג פאברואר 17, 2013 11:00 pm

דעם פארגאנגענעם פרייטאג צו נאכטס האב איך געזען א יונגערמאן גיין אין סמעדרעש מיט "דער שטערן" אונטער די פלייצע... מסתמא גאנץ א שיינע לכה דודי געווען אין זיין שול.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג פאברואר 18, 2013 2:58 am

לוי יצחק האט געשריבן:דעם פארגאנגענעם פרייטאג צו נאכטס האב איך געזען א יונגערמאן גיין אין סמעדרעש מיט "דער שטערן" אונטער די פלייצע... מסתמא גאנץ א שיינע לכה דודי געווען אין זיין שול.

איך האב איינעם אין שול וואס איז אלערגיש, ער זעהט נאר א צייטונג די אנדערע עק סעמעדרעש ווערט ער ווילד אז ס'איז צרות....

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

האסט כאטש מיט געקרעכצט ?

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג פאברואר 18, 2013 6:31 am

לוי יצחק האט געשריבן:ווי א איד דאווענט צוויי מאל שמו"ע ביי מנחה.

ער איז זיכער געוועו ציבראכען אז ער האט נישט ג'האט דעם קאף אויפען
פלאץ און פארגעסען יעלה ויבוא

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג פאברואר 19, 2013 3:18 pm

א היימישער אינגערמאן גייט מיט א טלית וואס האט ווייסע שטרייפען אנשטאט די שווארצע, אזוי ווי די אנשי עדות המזרח גייען.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 19, 2013 3:46 pm

טייבעלע האט געשריבן:א היימישער אינגערמאן גייט מיט א טלית וואס האט ווייסע שטרייפען אנשטאט די שווארצע, אזוי ווי די אנשי עדות המזרח גייען.

האסט ג'הערט זיין הברה ?? אפשר איז ער אן ארגנגנטינער אמת איך האב נאך נישט ג'זעהן אן ארגנגנטינער מיט אזא טלית BUT YOU NEVER KNOW
וועם עס קען איינפאלען להחזיר עטרה לישנה

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דינסטאג פאברואר 19, 2013 3:54 pm

יא געהערט זיין הברה, געדאווענט מיט א פיינעם חסידישען הברה מיט א שטיקעל אקצענט ווי די איינוואוינער אין א"י.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג פאברואר 19, 2013 4:32 pm

נישט געזעהן נאר געהערט
נישט היינט נאר שוין א פאר יאר
מייך זון האט ג'ארבייט מיט אן ארגענטינער אינגערמאן
ער האט געהאלטען פאר א ברית האט ער זיך אויסגערעדט אז ער איז איו א פלאנטער
ער איז אן איידעם ביי זיין ברודער און ביידע זיידעס (דער טאטע מיטן שווער) ווילען דעם נאמען נאך זיך
פרעגט מען מיך מאך איך א פשרה נאך דעם עלטער זיידע

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך פאברואר 20, 2013 11:31 pm

...א ניק, וואס ווען ער שרייבט געווענליך קריטיקירט ער, אבער היינט האט ער איינעם קאמפלעמענטירט.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך פאברואר 20, 2013 11:33 pm

יוש מיינסט מיך? וועמען האב איך בטעות קאמפלימענטירט?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך פאברואר 20, 2013 11:35 pm

באקומען אין אישי:

שרייב עס אריין אין "איך האב געזען" אשכול

היינט האב איך ביי א פריע מנחה געזען ווי איינער דאווענט מנחה אלס ש"ץ
אפאר שעה דערויף האב איך אים ווידער געזען דאווענען אלס ש"ץ
געפרעגט האב איך אים "האסט פארגעסן אז דו האסט געדאווענט?"
זאגט ער "איך האב נישט געהאט קיין עמוד ביי שחרית, האב איך איבערגעדאווענט נאר חזרת הש"ץ מיט די קדישים".


צו איז דאס אויסגעהאלטן? כ'ווייס נישט. אבער צו דיר טייערער אישי, פארוואס האט איר געדאווענט צוויי מאל?...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך פאברואר 20, 2013 11:35 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:יוש מיינסט מיך? וועמען האב איך בטעות קאמפלימענטירט?

ניין, כ'האב נאך דאס נישט געזען, אפשר מארגן...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך פאברואר 20, 2013 11:45 pm

ער איז דער שמש וכדו' אין יענע שוהל, אדער א געלט גייער.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מיטוואך פאברואר 20, 2013 11:53 pm

פליגל האט געשריבן:ער איז דער שמש וכדו' אין יענע שוהל, אדער א געלט גייער.

יענער האט שוין אפאר מאל געשריבן אז ער דאווענט אין שומר שבת. קומט אויס אז ער איז הלל?! אה דאס וואלט געווען אינטרעסאנט...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 12:14 am

לוי יצחק האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:ער איז דער שמש וכדו' אין יענע שוהל, אדער א געלט גייער.

יענער האט שוין אפאר מאל געשריבן אז ער דאווענט אין שומר שבת. קומט אויס אז ער איז הלל?! אה דאס וואלט געווען אינטרעסאנט...

לעצטענס האט איינער דא דערציילט אז ער האט געזען משה דעם גבאי פון דארט ווי ער האט געדאווענט צוויי מאל הויכע שמו"ע פון מוסף שבת ווייל ער האט געהאט צוויי יארצייטן יענע וואך.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12613
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 3:54 pm

אין א WAITING ROOM דעם "אוצרות" מיט אן ארטיקעל
Untitled picture.png
Untitled picture.png (103.64 KiB) געזעהן 1625 מאל

פונקט ווען איך האב עס געוואלט ליינען איז אנגעקימען מיין נעקסט

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 9:27 pm

די היינטיגע קינדער ווייסן נישט וואס די נישט אמת פון כעלם איז. די אלע דזשאוקס פון דעמאלס זאגן זיי היינט אויף די אנדערע חסידות...
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4208
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 10:36 pm

אויף דעם וואס כ'האב נעכטן אנגעמערקט אז איך ווייס נישט צו ס'איז אויסגעהאלטן צו דאווענען צוויי מאל הויכע שמו"ע.
א יודע ספר האט מיר צוגעצייכענט א נשמת ישראל פון הגרי"ד הארפענעס שליט"א, וואס דארט קומט אויס אז ס'איז יא אויסגעהאלטן.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט