גריסן און שמועסן
מיטוואך אוקטובר 16, 2013 1:51 pm
ממש ראויין הדברים!
Advertisement
פרייטאג אוקטובר 18, 2013 12:15 am
ביי א וואך נאכט בין איך געזעסען לעבען אן אינגערמאן וואס איז צום דעם נייעם זמן ער אריין אין א נייער פארמיטאג
כולל וואס דער רוח החיים דערפין איז א איד א גביר א בעל דעת
עטליכע שעה לערנט מען הלכות תפילה און נ"מ לימודים וואס גרייטען צום עולם העשי' ומתן שכרה בצידה
יעצט אנגעהייבען COMPUTER LITERACY מיט דעם פלאן ממשיך זיין צו Information technology IT
ער האט געזאגט אז ער פילט אז דער פריערדיגער זמן לערנען הל' שכירות וקבלנות איז געווען א איבוד זמן
ווען ער האט ניט געוויסט ווי אזוי מען האלט א כוס ביי קידוש אדער אויפשניידען לחם משנה, און וואס מען טיט
ווען מען שפעטיגט צום דאווענען (אז ער וועט ווערען א CONTRACTOR וועט ער סיי ווי פרעגען דעם דיין)
ווען איך האב אים געזאגט "די ווייסט אז אויסלאזען האלט ניט אויס ע"פ קבלה"
האט ער געזאגט אז פונקט היינט האט איינער פון די חברה געזאגט
אז דאס איז פשט אין
כל המשיא בתו לעם הארץ – כאילו כופתה ומניחה לפני ארי.
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 12:01 pm
... ווי א איד האלט אין טלית זעקל אן אלטע צעטל פון א לאדענונג צו א געוויסע מאורע, און בשעת'ן דאווענען איז עס געליגן מיט די פנים ארויף, און תיכף נאך עלינו האט ער דאס געגעבן א דריי איבער עס זאל ליגן מיט די ליידיגע זייט אויף ארויף.
איך ווייס אז ער דרייט זיך דא... איך ווארט אויף א ביאור...
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 12:15 pm
קיקיון האט געשריבן:ער האט געזאגט אז ער פילט אז דער פריערדיגער זמן לערנען הל' שכירות וקבלנות איז געווען א איבוד זמן
ווען ער האט ניט געוויסט ווי אזוי מען האלט א כוס ביי קידוש אדער אויפשניידען לחם משנה, און וואס מען טיט
ווען מען שפעטיגט צום דאווענען (אז ער וועט ווערען א CONTRACTOR וועט ער סיי ווי פרעגען דעם דיין)
כל המשיא בתו לעם הארץ – כאילו כופתה ומניחה לפני ארי.
איך האלט איר זענט נישט גרעכט מיט דיעם אז אינגערמאן אקערט דורך א סיגיא אפילו עס נישט נוגע יעצט למעשה טאר מען עס נישט אנריפען איבוד הזמן
למעשה רוב ש"ס איז נישט נוגע למעשה ווילסטי זאגען דע אלע אידן וואס לערנען דעים דף היומי צי דע אלע אידן וואס הארווען און מסכת ווי דע בבא'ס צי כתובות גיטין קידישין איז סתם איבוד הזמן ח"ו
גראדע און הליכת חיים אויף שביעות האט דארט איינע פין דע סקווירא דיינים באשריבן וועגן לימוד התורה נישט וועגן אוסשטיייגען א דיין צי א ראש הישיבה וכדו'
סוואלט געווען זייער גלייך אויב איינער האט דאס דא ארויף צילייגען
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 1:07 pm
דאס איז א חבורה אינגעלייט וואס האבען א יאר אפשר צוויי וואס זיי קענען אריינכאפען
זיי האבען דאך שוין צי טוען בענינ פרנסה
דא האסט די וואס דער בעה"ת שרייבט אין הלכות תלמוד תורה פרק שני
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 1:41 pm
איך האב נישט באמערקט אז דארט זאל שטיין אז מען זאל זיך צוגרייטן צו גיין ארבעטן.... דארט שטייט די הלכה פאר איינער וואס איז א שכחן גדול בטבעו....
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 1:42 pm
בעל דעת האט געשריבן:גראדע און הליכת חיים אויף שביעות האט דארט איינע פין דע סקווירא דיינים באשריבן וועגן לימוד התורה נישט וועגן אוסשטיייגען א דיין צי א ראש הישיבה וכדו'
סוואלט געווען זייער גלייך אויב איינער האט דאס דא ארויף צילייגען
איינער האט דאן געעפנט א אשכול מיט דעם בריוו. זיך עס אפיר.
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 1:45 pm
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 2:13 pm
אין די זעלבע הלכות תלמוד תורה וואס פון דארט האט אונזער הרב קיקיון האט אהער געשטעלט, לערנט זיך פשוט די מסקנות פון דעם בריוו וואס רב שנאפס האט (א דאנק) אהין גערינגען.
דער הייליגער רמב"ם, ווען ער רעדט פון שלא לשמה ביי אן ערוואקסענער, איז די ביישפיל ע"מ שאהיה וכו', און דער ראב"ד איז נישט משיג אויף אים, און אונז ווייס מיר בכהאי גוונא אז ער איז מסכים לדבריו.
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 2:18 pm
לכאורה האט געשריבן:... ווי א איד האלט אין טלית זעקל אן אלטע צעטל פון א לאדענונג צו א געוויסע מאורע, און בשעת'ן דאווענען איז עס געליגן מיט די פנים ארויף, און תיכף נאך עלינו האט ער דאס געגעבן א דריי איבער עס זאל ליגן מיט די ליידיגע זייט אויף ארויף.
איך ווייס אז ער דרייט זיך דא... איך ווארט אויף א ביאור...
לקיים מה שנאמר:
if you see something say something
דינסטאג אוקטובר 29, 2013 2:21 pm
למעלה משבעים האט געשריבן:איך האב נישט באמערקט אז דארט זאל שטיין אז מען זאל זיך צוגרייטן צו גיין ארבעטן.... דארט שטייט די הלכה פאר איינער וואס איז א שכחן גדול בטבעו....
איך האב עפעס דערמאנט וועגען עושה צדקה בכל עת וכ' ,
ביסט גערעכט דער בעה"ת רעדט טאקע פון א שכחן אין פריעדיגען סעיף אבער איז ער ממעט בעה"ב (און FUTURE בעה"ב)פון די הלכה ?
דער פרישה רעדט דאך זיכער פון בעה"ב
___
OK ביסט גערעכט! א שוטה קומט זיך ניט קיין קלעפ
מאנטאג נובמבר 04, 2013 11:49 am
מאנטאג נובמבר 04, 2013 11:51 am
דער איז א קאנדידאט אדער סתם א בילד?
מאנטאג נובמבר 04, 2013 11:51 am
נישט היינט נאר נעכטן, אבער געזען האב איך א טלית קטן אין מקוה נעבן מיין זיץ ארט וואס האט געטראגן די אויפשריפט "טאטי" ביי איינע פון די ווינקלן.
למעשה האט עס א בחור אנגעטוהן :)
מאנטאג נובמבר 04, 2013 11:52 am
טאמער טוט מען עס אן 40 טעג ווערט מען א טאטי?
מאנטאג נובמבר 04, 2013 11:54 am
זארג נישט האט געשריבן:דער איז א קאנדידאט אדער סתם א בילד?
כ'ווייס נישט, די בארד איז אויפגעקלעבט, אבער גענוג שוידערלעך פאר 'סתם' א בילד אויך.
מאנטאג נובמבר 04, 2013 11:55 am
גערעכט
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:05 pm
לכאורה האט געשריבן:נישט היינט נאר נעכטן, אבער געזען האב איך א טלית קטן אין מקוה נעבן מיין זיץ ארט וואס האט געטראגן די אויפשריפט "טאטי" ביי איינע פון די ווינקלן.
למעשה האט עס א בחור אנגעטוהן :)
ביי דיר איז דאס איז אזא חידוש אז מאמי יאגט ניט אן מיט האנט וואשען און ביגלען די ט"ק ?
זאל דיר דער רבוש"ע העלפען די זאלסט אזאנס מיטהאלטען אויף א גוטען אופן
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:08 pm
פארשטיי איך נישט אייער רעאקציע צום געשריבענעם עפיזאד.
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:23 pm
פשוט!
מאמי האט ניט אנגעטאגט מיט זיינע האט ער געבארגט טאטי"ס
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:28 pm
אדער האט טאטי שוין באקומען א פרישע, און דער זוהן האט גע'ירש'נט בחייו...
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:31 pm
אדער איז דער בחור געוואקסן אזוי גרויס ווי א טאטע..
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:32 pm
וואס האסטו געוואלט ס'זאל שטיין דערויף מאמי?
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:38 pm
מיין מגי"ש האט אויסגעלערנט מען קוקט נישט אויף יענעמ'ס בגדים אין מקוה........, און טאמער האסטו געמיינט סי'ז דיינס, איז דאך יענער גערעכט מיטן ארויף שרייבן באותיות גדולות....
לעצט פאראכטן דורך
יהיה כן אום מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:44 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג נובמבר 04, 2013 12:40 pm
גאר א וואלער בחור ! ער טוט אן טאטי'ס אלטע ט"ק