Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג יולי 21, 2013 4:46 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:ווי די פינגער איז געפארן איז נישט אזוי נוגע, די עיקר איז ווי די קאפ איז געפארן...

ביי דעם מנין ווי איך דאווען ג'ווענליך מעריב אלס ש"ץ ווייזט מיר דער זעלבער אינגערמאן אז עס איז שוין דא מנין
און מ'קען זאגען קדיש תתקבל
דאנטעשטאג נאכט זאג איך אים אז אויב פון א מנין פון 20 דאווענען נאך 7-8 וויל איך ווארטען נאך א מינוט צוויי
זאגט ער מיר הניחא ווארטען זיי זאלען ענדיגען דאווענען אבער אז זיי זאלען צוריקימען פון די נסיעה שוין ניט
__
איך האב אים מודיע געווען אז פון נעקסטע וואך וועט ער שוין ניט דארפען ווארטען אויף קדיש תתקבל נאר אויף שיר המעלות

Advertisement

פרייטאג ספטמבר 13, 2013 6:18 am

ביי כפרות
א דומ"ץ א ממוה על בית השחיטה האט ג'האט 3 עופות
דאס ערשטע האט ער אליין ג'שאכטען דאס צווייטע האט ער ג'געבען פאר דעם שוחט ווייל די האנט האט געציטערט
2 מינוט שפעטער האט ער שוין צוריקגענינמען דעם חלף און ג'שאכטען די דריטע

מאנטאג ספטמבר 16, 2013 5:36 pm

א בעל תפילה וועלכע האט געשטעלט זיין מנין אויף אויטא פיילאט משך'ן גאנצן דאווענען, און זיך ארויסגעלאזט אויף א געמיטליכע שפאציר לענגאויס די מזרח וואנט, מיט א קורצע סטאפ ביים ברעטל יעדע פאר מינוט נאר אויסצורופן וואו ער האלט (חוץ שמו"ע איז ער יא געווען ביים רעדל שטייציך).

מאנטאג ספטמבר 16, 2013 6:19 pm

איך פלעג דאס זעהן טעגליך ביי א חיוב ל"ע, אבער היות איך ווייס אז יענער ליידט שרעקליך אויף די פיס, האב איך אים זייער גוט פארשטאנען און דן געווען לכף זכות אז ער מוז דאס טוהן פאר געזונטהייט.

מאנטאג ספטמבר 16, 2013 6:29 pm

מ'אניר שוין אמאל געשמועסט אז דאס איז געווענליך ביי די ערב חצות מנינים עפ"י רוב.

איך האב היינט געזען

מאנטאג ספטמבר 16, 2013 7:26 pm

אין די מארק אויף דרייצענטע עוו. ווי צוויי לובאבוטשע בחורים טרינקען א גלעזעלע לחיים און פארגייען זיך אין א טענצעל (מן הסתם האבן זיי געהאלטען נאכען טון א גוט געשעפט)

דינסטאג אוקטובר 01, 2013 9:36 am

נעכטען נאכט אין שומרי שבת פאר מעריב זאגענדיג אשר יצר בין איך דורך פאר א איד וואס האט ג'דאווענט
שטעלט ער מיר אפּ, געמיינט האב איך אז ער מיינט מיין טובה, דערווייל האט ער געוואלט אריינכאפען
אן אמן פאר מי כמוך

דינסטאג אוקטובר 01, 2013 11:07 am

קיקיון האט געשריבן:נעכטען נאכט אין שומרי שבת פאר מעריב זאגענדיג אשר יצר בין איך דורך פאר א איד וואס האט ג'דאווענט
שטעלט ער מיר אפּ, געמיינט האב איך אז ער מיינט מיין טובה, דערווייל האט ער געוואלט אריינכאפען
אן אמן פאר מי כמוך

איר מיינט אודאי מי כמוכה...

דינסטאג אוקטובר 01, 2013 11:20 am

בעסער א קריטיק אויף א TYPO ווי פאר שפאציריען אינמיטען אשר יצר

דאנערשטאג אוקטובר 03, 2013 4:11 pm

בהמשך צום דעמ שלה"הק (פונקט געהערט דעם ש"ק ביי סעודה ג')
ספר השל"ה הקדוש (הגהות לתולדות אדם בית אחרון י')
ראיתי וקבלתי אף מי שהוא עם הארץ גמור ומצטער מאד על מיעוט הבנתו ואינו מבין שום דבר, וקורא בכל לבו שמות של תורה שבכתב ותורה שבעל פה, כגון המזכיר שמות חמישה חומשי תורה חומש בראשית שמות תורת כהנים חומש הפקודים חומש משנה תורה, ואחר כך מזכיר שמות כל פרשה ופרשה מהחומש בראשית נח לך לך וכו', ואחר כך שמות נביאים ראשונים ואחרונים וכתובים כגון יהושע שופטים שמואל מלכים ישעיה ירמיה יחזקאל כו' וכן כולם, ואחר כך שמות שיתא סדרי משנה זרעים מועד נשים נזיקים קדשים טהרות, ושמות כל המסכתות ופרקיהן כאשר הם נדפסים בסוף הסמ"ג, ואחר כך שמות מדרשי רז"ל כגון רבות תנחומא ספרא ספרי מכילתא תורת כהנים מדרש תהלים מדרש משלי אבכיר ילקוט ועוד הרבה כיוצא בהם, וכן מדרשים המדברים מסודות אלהיות זוהר ותקוני זוהר ובהיר ופרקי המרכבה ופליאה וקנה וכיוצא בהן, והוא קורא אלו השמות ונפשו חשקה בהן ובוכה על שאינו מבינם, אז הוא מרוצה להשם יתברך, ויזכה לזה לעתיד לבוא, ובתנאי שיסייעו בכל כחו לעזור לאותן המבינים בהם. על כן יעשה כל אחד לוח שירשום כל השמות ויקרא אותם ויהיו שגורים בפיו, כי אף מי שאינו עם הארץ, מכל מקום ראיתי בני עלייה והנה מועטים הזוכים ללמוד כולם, וקריאת השמות תועיל להיות נחשב כאילו עיין ולמד כולם, ובתנאי כשעושה כל המוטל עליו ובכל יכלתו, וישמע חכם ויוסף לקח, עיין שם.
האט א איד געדריקט א לוח השל"ח מיט די נעמען פון אלע סידרות, ספרי נ"ך מסכתות און פרקים אין ש"ס מסכתות קטנות, מדרשים אין זה"ק
להשיג אצל 7183987499

זונטאג אוקטובר 06, 2013 9:14 am

אין THE WEEKLY VORT בשם ר פסח קראהן
א אלטער איד וואס איז געווען ביי זיין זין אין שפיטאל אין גאר א שווערען מצב
"ער וועט זיין געזינט, די דאקטוירים ווייסען מער ווי דער חפץ חיים? לאמיר אהיים גיין"
דער איד איז ג'ווען א מגי' פאר דעם ח"ח וואס האט דוקא ג'זיכט ניט לומדים
ווען ער האט זיך ג'זעגענט פאר פארען קיין אמעריקא
האט אים דער ח"ח געזאגט אז איר וועט זיך האלטען וועט איר מאריך ימים זיין און
עס וועט ניט קיין קינד אוועק בחייכם

זונטאג אוקטובר 06, 2013 10:34 am

א מוראדיגע מעשה!

זונטאג אוקטובר 06, 2013 11:01 am

msp האט געשריבן:א מוראדיגע מעשה!

דא איז עס ככתבה
דער FILE איז צו גרויס צי צילייגען אהער

זונטאג אוקטובר 06, 2013 1:17 pm

א מורא'דיגע מעשה!

מיטוואך אוקטובר 09, 2013 7:26 am

א יונגערמאן לערנט נאר דער ארטסקראל חלק פון די שאטענשטיין גמרא.....
קוקט אפילו נישט אריין אין די גמרא.....
שרעקליך!

תש"ז לויט וועלכען לוח

מיטוואך אוקטובר 09, 2013 7:41 am

זיכעהדיג אין H B האט מיר געכאפט דעם אויג
Capture.JPG
Capture.JPG (10.99 KiB) געזעהן געווארן 274 מאל

lemberg 43.JPG


א איייש דריקעריי אין לעמבערג אין 43 ?

איך האב מורא געהאט בלעטערען אבער דאס גאנצע זעט אויס ווי א חדה סתומה

מיטוואך אוקטובר 09, 2013 7:49 am

היינט איינגעזען, טייל מענטשן האבן שכל אבער ווען מען ברויך עס צו נוצן ליגט עס פערפאקט פארשטויבטערהייט אין א פארשופאן סטארעדזש.

מיטוואך אוקטובר 09, 2013 9:19 am

farshlufen האט געשריבן:היינט איינגעזען, טייל מענטשן האבן שכל אבער ווען מען ברויך עס צו נוצן ליגט עס פערפאקט פארשטויבטערהייט אין א פארשופאן סטארעדזש.

יעצט געוואויר געווארן? מיין רבי האט עס מיר שוין געזאגט אין כתה ד'...

דינסטאג אוקטובר 15, 2013 9:24 am

ווי א איד מיט א נ-נח קאפל וואס איז געזיצן ביים אריינגאנג פון שול פאר נדבות רעדט צו עמיצן אויפן טעלעפאון, און ער זאגט פאר יענעם אז נעכטן איז אריינגעקומען 500 טאלער.

איך קלער ערנסט פון טוישן דזשאב...

דינסטאג אוקטובר 15, 2013 9:27 am

ידיד האט געשריבן:ווי א איד מיט א נ-נח קאפל וואס איז געזיצן ביים אריינגאנג פון שול פאר נדבות רעדט צו עמיצן אויפן טעלעפאון, און ער זאגט פאר יענעם אז נעכטן איז אריינגעקומען 500 טאלער.

בילד:
עטעטשמענטס
BWnqchDCcAAA_UN.jpg

דינסטאג אוקטובר 15, 2013 9:30 am

שכוח פארן מיך ארויסשניידן פונעם בילד...

מיטוואך אוקטובר 16, 2013 7:13 am

אויך א פרנסה....

מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:51 am

אין אלטע בילדער פון וויליאמסבורגער אידן

yield האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:57 איז הרה"צ ר' וואלף זופניק זצ"ל (כידוע האט הרה"ק מהר"י לייזער מ'פשעווארסק מעיד געווען אז ער וועט זיצן נעבן אים אין גן עדן).

אינטרעסאנט פאר מיין זיידע האטער אויכט געזאגט אז ער וועט זיין לעבן אים אין גן עדן א פלא

וואס איז דער חידוש ?
אין פשעווארסק -אנטווערפען איז אלעמאל געווען פלאץ פאר א איד

מיטוואך אוקטובר 16, 2013 11:53 am

קיקיון האט געשריבן:וואס איז דער חידוש ?
אין פשעווארסק -אנטווערפען איז אלעמאל געווען פלאץ פאר א איד

;l;p-

מיטוואך אוקטובר 16, 2013 12:07 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:וואס איז דער חידוש ?
אין פשעווארסק -אנטווערפען איז אלעמאל געווען פלאץ פאר א איד

;l;p-

געהערט אמאל אז איינע פון די פשעווארסע רבי'ס האט מדארינזין האבן ביי פותח את ידיך, ביי שי שם פ-א-י, האט ער געזאגט אז ער האט אינזינען "פאר אלע יודן"!
שרייב א תגובה

Advertisement