בלאט 8 פון 21

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 5:09 pm
דורך קיקיון
אז מען שמועסט שוין פון נוסחאות ומנהגים
1 ווער האט קובע געווען וועלכע זמירות מען זאגט ביי וועלכע סעודות ש"ק ?
2 יוֹם לְיַבָּשָׁה נֶהֶפְכוּ מְצוּלִים איז טיטעלירט אין א סך סידורים "גאולה לברית מילה"
זאגט עס אימיצער אדער אמאל געזאגט אין מיטען צור ישרא'? אזוי ווי עס ג'דריקט אין די
מחזורים פאר שביעי של פסח

איך האב היינט געזען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 9:53 pm
דורך לוי יצחק
אין אונזער מנין דאווענט א יונגערמאן, אין די מיטעלע פערציגע יארן.

היינט האט זיין טאטע אויך מיטגעדאווענט, און געשטאנען נעבן אים.

א משולח איז דורכגעגאנגען און געקלאפט מיט די מטבעות, און דער זון האט געוויזן מיט די הענט אז ער האט נישט,
האט די טאטע פלינק געגעבן א כאפ עטליכע צענט, אהינדערלאנגט פארן זוהן ער זאל קענען געבן צדקה!

יעצט פארשטיי איך שוין אסאך זאכן אויף דעם יונגערמאן וואס כ'האנישט קלאר פארשטאנען ביז יעצט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 2:45 am
דורך msp
קיקיון האט געשריבן:אז מען שמועסט שוין פון נוסחאות ומנהגים
1 ווער האט קובע געווען וועלכע זמירות מען זאגט ביי וועלכע סעודות ש"ק ?
2 יוֹם לְיַבָּשָׁה נֶהֶפְכוּ מְצוּלִים איז טיטעלירט אין א סך סידורים "גאולה לברית מילה"
זאגט עס אימיצער אדער אמאל געזאגט אין מיטען צור ישרא'? אזוי ווי עס ג'דריקט אין די
מחזורים פאר שביעי של פסח

איך שטעל מיר פאר אז די פייטנים אליין וואס האבען מחבר געווען די זמירות האבען מכווין געווען פאר וועלכע סעודה עס זאל באלאנגען
די גאולה לברית מילה איז טאקע נתחבר געווארען צו זאגען פאר ברוך גאל ישראל אויף א ברית מילה שחל להיות בשבת
נאר מנהגנו איז דאך מונע זיין פון פיוטים אין ברכות קר"ש ממילא זאגען מיר דאס נישט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 7:22 am
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אז מען שמועסט שוין פון נוסחאות ומנהגים
1 ווער האט קובע געווען וועלכע זמירות מען זאגט ביי וועלכע סעודות ש"ק ?
2 יוֹם לְיַבָּשָׁה נֶהֶפְכוּ מְצוּלִים איז טיטעלירט אין א סך סידורים "גאולה לברית מילה"
זאגט עס אימיצער אדער אמאל געזאגט אין מיטען צור ישרא'? אזוי ווי עס ג'דריקט אין די
מחזורים פאר שביעי של פסח

איך שטעל מיר פאר אז די פייטנים אליין וואס האבען מחבר געווען די זמירות האבען מכווין געווען פאר וועלכע סעודה עס זאל באלאנגען
אז עס איז זיי אזוי געלונגען איז טאקע א ראי' אז זי האבען מכווין געווען פאר וועלכע סעודה עס זאל באלאנגען אבער פון ווי ווייסען מיר
די גאולה לברית מילה איז טאקע נתחבר געווארען צו זאגען פאר ברוך גאל ישראל אויף א ברית מילה שחל להיות בשבת
האסט אן אלטען סידור ? געזעהן אין א ספרדיש בלעטעל אז זאגען ביי א סעודת ברית איז מנהג אשכנז , ר יודא לוי איז געוען א ספרדי
נאר מנהגנו איז דאך מונע זיין פון פיוטים אין ברכות קר"ש ממילא זאגען מיר דאס נישט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 7:25 am
דורך farshlufen
נעכטן נאכט געזען, א מיניווען פארן אויפן טראוועי מיט דריי רייעס אייער באקסעס אנפילענדיג דעם דאך און צו דעם א קינדער בייק פון אויבן.

עשר אתונות נושאות בר..

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 7:45 am
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:נעכטן נאכט געזען, א מיניווען פארן אויפן טראוועי מיט דריי רייעס אייער באקסעס אנפילענדיג דעם דאך און צו דעם א קינדער בייק פון אויבן.

עשר אתונות נושאות בר..

דער אייבערשטער זאל אפהיטען אלע אידישע קינדער אז עס זאל נישט ווערין פון דעם ת ' א ס'

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 11:29 am
דורך גוגל
על תפתח פה....

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 9:03 am
דורך קיקיון
גוגל האט געשריבן:על תפתח פה....

ביסט פרומער ווי חז"ל? און סידור איז דא פלענטי מפורשדיגע הצילנו

BTW אל תפתח מיט אן א

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 9:53 am
דורך גוגל
שוין האסט מיר געכאפט ביי א טייפא, און בין נישט פרומער פון חז"ל, און די ביסט נישט חז"ל

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 9:57 am
דורך הערליך
אריין אין טשענל 2

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 10:03 am
דורך גוגל
;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 10:16 am
דורך קיקיון
גוגל האט געשריבן:שוין האסט מיר געכאפט ביי א טייפא,
SORRY ABOUT THAT
און בין נישט פרומער פון חז"ל, און די ביסט נישט חז"ל

זעהט אויס אז איך האב ניט פארשטאנען דיין הערה אויף מיין ברכה
זיי אזוי גוט און זיי מסביר

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 12:00 pm
דורך גוגל
next subject

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 1:08 pm
דורך msp
עס דארף טאקע א הסבר ווען מען מעג יא דערמאנען שלעכטע געשעענישען און ווען נישט
מסתמא אויב מען דערמאנט עס אין א תפילה אזוי ווי ידידנו הרב קיקיון האט געזאגט והצילנו איז עס אקעי
אבער סתם צו דערמאנען אזוי רעדענדיג דערפון איז בפשטות נישט ראוי און אזוי ווי ידידנו הרב גוגל האט געזאגט
ממילא מר אמר חדא ומר אמר חדא ולא פליגי
און לאמיר טאקע אלע זיין בשלום איינס מיט דעם צווייטען
מען דארף זיך נישט טשעפען איינעם דעם צווייטען
עס פעהלט נישט אויס

From: Hakhel Organization"s Daily Email

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 5:42 pm
דורך קיקיון
קאוד:
WHO ARE YOUR PEERS? HaRav Yaakov Galinsky, Shlita, writes that in last week’s Parsha, Bilam did not appear shocked at all when the donkey talked to him.  How could this be so?!  He answers that Bilam related to the chamor as a peer and so he was not shocked at all when he was able to converse with it on a one-to-one basis.  This should stir us to consider who we talk to, who we relate to--we should act responsibly in order to avoid our talking to perhaps modern-days donkeys--and getting used to it!


בקיצור אויף אידיש
בלעם איז ניט געווען שאקירט ווען דער אתון האט גערעדט ווייל ער האט איר געהאלטען פאר זיין גליכען
א לימוד ווי ווייט מען זאל זיך היטען מיט וועמען האט שייכות

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 5:44 pm
דורך לכאורה
רבינו בחיי אויפן ארט מאכט אן עסק פון דעם פרעכהייט פון בלעם זיך צו מאכן תמימות'דיג און פירן א געשפרעך מיטן אתון ווי מיט א בשר ודם, אן ארויסווייזן קיין שום התפעלות פונעם נס.

איך האב היינט געזען...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 1:22 pm
דורך לוי יצחק
א קרבן אשר סידור.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 1:30 pm
דורך יוראפ
לוי יצחק האט געשריבן:א קרבן אשר סידור.

שני חלקים?

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 1:30 pm
דורך מאנ-יימער
ברכות זאגן פיהר קינדער.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 19, 2013 7:55 am
דורך קיקיון
צווי אידען ביים זעלבען מנין ביידע האבען געדאווענט ערנסט און פאר ביידע זענען
די פינגער געפארען
איינער אויף א סידור רש"ש און דער צוויטער אויף א מאשינדעל

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 19, 2013 8:06 am
דורך msp
כל הלבבות דורש את השם....

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 19, 2013 8:09 am
דורך למעלה משבעים
ווי די פינגער איז געפארן איז נישט אזוי נוגע, די עיקר איז ווי די קאפ איז געפארן...

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 19, 2013 8:15 am
דורך ק.נ.א. וועטער
היינט באטראכט די הימל, און יא ס'דערקענט זיך די יומידעטי...

ווען איר קוקט ארויף און איר זעהט ווי ס'איז ווייסליך בלוי די הימל, בשעת ס'איז נישטא קיין וואלקענעס, מיינט עס אז ס'איז שטארק יומיד.

ווי בלויער די הימל ווען ס'איז קלאר, אלס טרוקענער און ריינער איז די לופט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 19, 2013 12:35 pm
דורך לכתחילה אריבער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:היינט באטראכט די הימל, און יא ס'דערקענט זיך די יומידעטי...

ווען איר קוקט ארויף און איר זעהט ווי ס'איז ווייסליך בלוי די הימל, בשעת ס'איז נישטא קיין וואלקענעס, מיינט עס אז ס'איז שטארק יומיד.

ווי בלויער די הימל ווען ס'איז קלאר, אלס טרוקענער און ריינער איז די לופט.

אוי איז דא א זיסע הסבר פארוואס די הימל זעהט זיך בלוי. קומט אין "ספעקטראם" אשכול. אי"ה בל"נ עוד חזון.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 19, 2013 12:37 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מיר שפאנען מיט ווארטונג