בלאט 7 פון 21
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:39 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:דער איד האט געהאט א שטיקל מיחוש אויפן קאפ און נישט געקענט זיך שערן ערב שבועות.
ב"ה נישט ערנסטער
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm
דורך לכאורה
ב"ה אז יעצט קען ער שוין שערן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:43 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מיר פסק'נען "יש לו תשלומין כל שבעה", נו ביז 7 טאג נאך שבועות קענסטו נאך זאגן אז ס'איז לכבוד שבועות, אבער יעצט איז עס שוין לכבוד שב"ק שלח.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:45 pm
דורך לכאורה
קומען מיר צוריק צו דאס וואס מיר האבן געשריבן פאריגע וואך, אז די אידן וואס האבן נישט געקענט מאכן פסח ראשון און האבן דאס געמאכט פסח שני, איז זייער מחשבה טובה פאררעכנט געווארן ווי גלייך זיי וואלטן דאס געמאכט ביים פסח ראשון, אלזא, גלייב מיר אז דער איד האט געהאט א מחשבה טובה זיך צו שערן אויף שבועות...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:13 pm
דורך קיקיון
לכאורה האט געשריבן:קומען מיר צוריק צו דאס וואס מיר האבן געשריבן פאריגע וואך, אז די אידן וואס האבן נישט געקענט מאכן פסח ראשון און האבן דאס געמאכט פסח שני, איז זייער מחשבה טובה פאררעכנט געווארן ווי גלייך זיי וואלטן דאס געמאכט ביים פסח ראשון, אלזא, גלייב מיר אז דער איד האט געהאט א מחשבה טובה זיך צו שערן אויף שבועות...
מיר איינגעפאלען
מחשבה טובה פון עי"ט מצרפה למעשה פון יעצט
איז יעצט לכבוד יו"ט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:27 pm
דורך ווינקל
גוט!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 31, 2013 7:47 am
דורך קיקיון
א שיינעם איינפאל
ביי קין שטייט "ואל מנחתו לא שעה" איז טייטש לא פנה
דאס זעלבע יש קונה עולמו בשעה אחת מיט איין "פני'' " איין ריק
איך האב נעכטן געזען
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:23 pm
דורך לוי יצחק
ווי א סטאדע בהמ... כ'מיין מענטשן, האבן געמאכט א "דענס" אויף די ניגון(?) "אידן, אידן", און דערנאך אויף די ניגון(?) "משיח", זיי זענען געלאפן אהין און צוריק, געפאטשט מיט די הענט און די פיס, איך האב מיך געקאטשעט פאר געלעכטער.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:54 pm
דורך בעאבאכטער
געזעהן היינט ווי א איד שפאצירט אריין 7:30 PM אין ביהמ"ד מיט טו"ת אונטערן ארעם, און נעמט זיך דאוונען... שחרית...
דעם אמת? איך האב אים אין הארצן געשעצט.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 04, 2013 8:58 pm
דורך הערליך
געשעצט, איבער וואס?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 12:00 am
דורך בעאבאכטער
הערליך האט געשריבן:געשעצט, איבער וואס?
באלד אין אנפאנג האב איך געטראכט, געוואלד! טאקע אן קיין ברעקל בושה?...
אח"כ עלתה במחשבתי, וויפיל אזעלכע רח"ל וואס קומען כלל נישט און וכו' ליידער.
און דער איז געקומען אין ביהמ"ד, געלייגט תפילין, געמיינט אז ער האט געדאוונט... איך האב געזעהן אין אים א תמימות'דיגן פונק.
אבער איר זענט גערעכט, נישט אזוי דריקט מען זיך אויס ווען מ'זעהט אזא זאך, סיידן אז מ'איז מסביר וואס מ'מיינט.
ייש"כ הערליך פארן מעורר זיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 05, 2013 4:35 am
דורך מכטי1
בעאבאכטער האט געשריבן:הערליך האט געשריבן:געשעצט, איבער וואס?
באלד אין אנפאנג האב איך געטראכט, געוואלד! טאקע אן קיין ברעקל בושה?...
אח"כ עלתה במחשבתי, וויפיל אזעלכע רח"ל וואס קומען כלל נישט און וכו' ליידער.
און דער איז געקומען אין ביהמ"ד, געלייגט תפילין, געמיינט אז ער האט געדאוונט... איך האב געזעהן אין אים א תמימות'דיגן פונק.
אבער איר זענט גערעכט, נישט אזוי דריקט מען זיך אויס ווען מ'זעהט אזא זאך, סיידן אז מ'איז מסביר וואס מ'מיינט.
ייש"כ הערליך פארן מעורר זיין.
ער האט סך הכל געלייגט ר"ת.....

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 11, 2013 5:34 pm
דורך בערעלע קבצן
א איד אין בארא פארק האט גענומען אויך זיך צו געבן טעגליך פאר הונדערטער אידן צו עסן אן א קבלת שכר .
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 11, 2013 5:36 pm
דורך שנאפס
הערליך האט געשריבן:געשעצט, איבער וואס?
איז מעגליך אז ער האט געהאט א קינד? געווען אין שפיטאל מיט א קרוב און נישט געקענט ארויסגיין דאווענען?
נוץ דאס קעפעלע
אגב, דיין אוועטער פארמישט אביסל מיט א אנדערע ניק "מר קליען", ביטע טוישט אייערס
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 11, 2013 5:44 pm
דורך בעאבאכטער
דער האט געהאלטן נאך די ארבייט.
א שיעור אין כבוד הריאות
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 18, 2013 4:45 pm
דורך קיקיון
אור לג'
א רבי טיילען לעקאח און בראנפען מיט די לינקע האנט
געווען מיט נכדי החן זיינע עלטערין ומחותנים ביי אדמו"ר שליט"א אפנעמען מז"ט ולחיים
ער האט ג'געבען פאר 2 זיידעס בבת אחת
און נאך דעם פאר די מחותנים בבת אחת
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 19, 2013 10:27 am
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:ווי מען זאגט אנעים זמירות נאך שחרית, צוליב א ברית מילה.
עוד מקור מצאתי,
ספר מנהגי קהילתינו - ק"ק פיורדא
איך האב נעכטן געזען
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 19, 2013 9:41 pm
דורך לוי יצחק
אויפן וויליאמסבורג-ב.פ. באס איז א בחור'ל געזעצן, געבליבן איז איין איד שטיין, דער בחור'ל האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים.
ווען דער איד האט געזאגט, נע נע ס'גוט.
האט דער בחור געענטפערט: איך גיי יעצט ליינען קרי"ש שעה"מ גיי איך מילא שטיין.
ער האט זיך ארומגעדרייט די גארטל און אראפגעלייגט אן עבודה!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 19, 2013 9:45 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
געוואלדיג!
ווען איך וואלט געווען א שדכן וואלט איך שוין זיכער געמאכט נישט אראפצוגיין פון באס איידער דער בחור איז אידענטיפיצירט. ווייל ווי ס'קוקט אויס איז דער בחור א כלי שלימה.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 19, 2013 10:16 pm
דורך קיקיון
אנהייב עמוד שרייבט ער אז נאך יקום פרקו איז מען מזכיר נשמות מיינט ער אב הרחמים ? מען איז נישט מזכיר קיין נעמען
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 19, 2013 10:56 pm
דורך בעאבאכטער
לוי יצחק האט געשריבן:אויפן וויליאמסבורג-ב.פ. באס איז א בחור'ל געזעצן, געבליבן איז איין איד שטיין, דער בחור'ל האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים.
ווען דער איד האט געזאגט, נע נע ס'גוט.
האט דער בחור געענטפערט: איך גיי יעצט ליינען קרי"ש שעה"מ גיי איך מילא שטיין.
ער האט זיך ארומגעדרייט די גארטל און אראפגעלייגט אן עבודה!
גוט גוט, אבער גוט.
און גוט איז אז מ'נעמט אין אכט אזוינע עובדות.
און גוט איז אז מ'טיילט עס מיט.
און איר בעל ה"וועטער", זייט מוחל און זוכט אפיר דעם צדיק, איר וועט באקומען באצאלט...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 19, 2013 11:46 pm
דורך קיקיון
זארג דיר ניט אויף דעם בחור ווארט שוין זיכער א גאנצער LINE
אזא הנהגה האט זיך ניט אנגעהויבען היינט אויף דעם בוס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:23 pm
דורך farshlufen
קיקיון האט געשריבן:אנהייב עמוד שרייבט ער אז נאך יקום פרקו איז מען מזכיר נשמות מיינט ער אב הרחמים ? מען איז נישט מזכיר קיין נעמען
לכאורה באזונדערע זאכן, זעהט דף י"ב עמוד א' [page 25] סי' ס"ט וואו ער רעכנט זיי באזונדער.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:31 pm
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:קיקיון האט געשריבן:אנהייב עמוד שרייבט ער אז נאך יקום פרקו איז מען מזכיר נשמות מיינט ער אב הרחמים ? מען איז נישט מזכיר קיין נעמען
לכאורה באזונדערע זאכן, זעהט דף י"ב עמוד א' [page 25] סי' ס"ט וואו ער רעכנט זיי באזונדער.
זעט אויס אז אב הרחמים האט מען און פיורדא געזאגט נאר ש"ק פאר שבועות
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 4:38 pm
דורך farshlufen
וכן גם בבין המצרים, עיין סי' ע"ד.