בלאט 6 פון 21

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 12:01 am
דורך קיקיון
אין א סידור ביי מעריב נאך קדיש יתום
huh.png

וועלכער שיר המעלות ? דעם פון פאר ברכו ? קוק און רמ"א ס"ט ס"א
יש אומרים שפורסין בקריאת שמע של ערבית כמו בשחרית (כל בו ובית יוסף בשם הר"ן) ולא נהגו כן משום דליכא קדיש קודם ברכו של ערבית.
נישט זאגען קדיש פר ברכו איז א סיבה אויך נישט זאגען ברכו נאכען דאווענען
דעם שיר וואס די עדות המזרח אין א טייל א"י זאגען ? שטייט נישט אין יענעם סידור
make up your mind whom are you serving

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 4:22 pm
דורך motorola
צוויי קארס זיך ארום הארגענען אויפן טראוועי פאר א גוטע 20 מינוט... אוי איז דאס געווען אינטערעסאנט!! ווען וועל איך אזוי גוט קענען דרייווען ווי זיי??

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:22 pm
דורך לכאורה
א מאדנע עפיזאד:

א אינגערמאן האט אויסגעקלאפט ביי אשרי ובא לציון אן אפיל פאר א געוויסע מוסד, דאן איז ער ארומגעגאנגען באארבעטן דעם עולם און געפאדערט פון יעדן שיינע סכומים. ער שטעלט זיך אפ ביי איין אינגערמאן און הייבט אן רעדן פון ערב ראש חודש סיון, תפלת השל"ה, ובכן זאל יענער געבן א נדבה פון - נישט מער און נישט ווייניגער - ווי כמנין "של"ה"...

כמובן אז דער פרישער אינגערמאן האט נישט אזעלכע השגות, און וואלט געווענליך געגעבן א צענער אדער העכסטנס א צוואנציגער. אבער קיין קעש האט ער נישט פארמאגט אויף זיך, ציהט ער ארויס א קרעדיט קארטל און גיבט דאס איבער פארן זאמלער. דער זאמלער רעדט און רעדט איבער דאס חשיבות פונעם צוועק, און אזוי אן קיין ווארנונג שפייט דאס מאשינדל ארויס א רעסיט פון... $335 [כמנין של"ה]...

דער אינגערמאן האט געהאלטן אינמיטן תהלים זאגן אדער וואס, און האט נישט געקענט אויסרעדן, אבער זיין "הא?" בלשון תמיה האט אפגעהילכט אין היכל מיט א ווידערקול...

איבריג צו זאגן אז דער קאלעקטער האט על אפו ועל חמתו געברויכט קרעדיטן דעם אינגערמאן גאנצע 300 דאלער. [למעשה האט זיך עס אים אבער אויסגעצאלט, ווייל איך גלייב נישט אז יענער וואלט געגעבן 35 דאלער ווען נישט די דווקא'דיגע טעות].

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 1:25 am
דורך שנאפס
אזא איינעם וואלט איך צוריק פארלאנגט די גאנצע געלט, נישט ווייניגער מיט קיין פרוטה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 3:54 pm
דורך ווינקל
שנאפס האט געשריבן:אזא איינעם וואלט איך צוריק פארלאנגט די גאנצע געלט, נישט ווייניגער מיט קיין פרוטה

ניט געזארגט, די נעקסטע 10 יאר מינימום באקומט דער שד"ר קיין פעני אחת פון דעם אינגערמאן...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 4:19 pm
דורך געלעגער
נישט לאנג צוריק מיטגעהאלטן די זעלבע זאך מיט א איד וואס איז ארום געגאנגען פאר א מוסד וואס ניטאמאל ער ווייסט וואס די מוסד איז. און דער האט נישט געהאלטן ביים געבן רעשט פון א דאלער אפילו מען האט אים דאס געבעטן כמה פעמים.

מ'דארף אויסלערנען מענערס פארן גיין נאך געלט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 10:54 am
דורך לוי יצחק
איך האב היינט געזען אויף די סטענד פון קרן שמואל ישעי' א סי.די. פון הרב וואקסמאן. די בילד אויף די סי.די. האבן זיי גענומען פון דא

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 7:33 am
דורך msp
לכאורה האט געשריבן:א מאדנע עפיזאד:

א אינגערמאן האט אויסגעקלאפט ביי אשרי ובא לציון אן אפיל פאר א געוויסע מוסד, דאן איז ער ארומגעגאנגען באארבעטן דעם עולם און געפאדערט פון יעדן שיינע סכומים. ער שטעלט זיך אפ ביי איין אינגערמאן און הייבט אן רעדן פון ערב ראש חודש סיון, תפלת השל"ה, ובכן זאל יענער געבן א נדבה פון - נישט מער און נישט ווייניגער - ווי כמנין "של"ה"...

כמובן אז דער פרישער אינגערמאן האט נישט אזעלכע השגות, און וואלט געווענליך געגעבן א צענער אדער העכסטנס א צוואנציגער. אבער קיין קעש האט ער נישט פארמאגט אויף זיך, ציהט ער ארויס א קרעדיט קארטל און גיבט דאס איבער פארן זאמלער. דער זאמלער רעדט און רעדט איבער דאס חשיבות פונעם צוועק, און אזוי אן קיין ווארנונג שפייט דאס מאשינדל ארויס א רעסיט פון... $335 [כמנין של"ה]...

דער אינגערמאן האט געהאלטן אינמיטן תהלים זאגן אדער וואס, און האט נישט געקענט אויסרעדן, אבער זיין "הא?" בלשון תמיה האט אפגעהילכט אין היכל מיט א ווידערקול...

איבריג צו זאגן אז דער קאלעקטער האט על אפו ועל חמתו געברויכט קרעדיטן דעם אינגערמאן גאנצע 300 דאלער. [למעשה האט זיך עס אים אבער אויסגעצאלט, ווייל איך גלייב נישט אז יענער וואלט געגעבן 35 דאלער ווען נישט די דווקא'דיגע טעות].


עס איז מיר אמאהל אזוי נמאס דער יענה עזות פון די משולחים
ווי איז דער תחנונים ידבר?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 5:36 pm
דורך יוראפ
ווי איינער שרייבט אין א אשכול וואס איז רעזערווירט פאר סאכדעסן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 5:37 pm
דורך שנאפס
עס איז רעזערווירט פאר מנהלים

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 5:41 pm
דורך יוראפ
דעמאלטס דארף ער אפשר אויך שרייבן אינעם זונטאג מאנטאג דינסטאג וכו' אשכול שלא בזמנה :shock:

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 3:16 pm
דורך היפאקריט
פלוני זאגט מיט התלהבות "לעילא חד, לקבל חד"
(לאו דווקא היינט און לאו דווקא געזעהן)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 3:48 pm
דורך יאנקעלע קליגער
א איד אין די הויכע אכציגערס זיך בייזערן
ס'האט מיר ארויפגעברענגט נאסטאלגיע פון די אלטע גוטע צייטן ווען די ביהמ"ד איז געווען פיל מיט די אידן
איי ווי נעמט די אלטע צייטן

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 7:40 pm
דורך יוסף שרייבער
האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א טאנצען מיט האדמו"ר מבעלזא שליט"א.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 12:03 am
דורך לכאורה
יוסף שרייבער האט געשריבן:האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א טאנצען מיט האדמו"ר מבעלזא שליט"א.

יעצט קען מען דן זיין אויב מראות קודש הייסט געזען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 8:13 am
דורך תרגום יונתן
רעדענדיג איבער משולחים, איך בין געווען דעם ווינטער אויף אפרו און מסדר געווען מיינע תפילות אין א חב"ד שול אין געגנט. געלט-גייערס האבן ווי פארשטענדליך נישט געפעלט. איינער דארטן האט מיר ממש ארויסגענומען פון די כלים, ווען כ'האב אים געבעטן רעשט. ער האט זיך געעפנט א מיאוס פיסק אויף מיר און מיך באוואשן בפני כל הקהל: "יו ניו-יארקערס! יו קאם היער, איט אין עקספענסיוו רעסטוראנטס, פעי פאר פענסי האטעלס, באט יו קענט גיוו פראפער צדקה! שעים אן יו!".

פון זיין קוק-ווינקל איז ער טאקע גערעכט געווען, ער זעט בלויז דאס - איך ערלויב מיך פון אלעם גוטן און דא קארג איך אויף די עטליכע פרוטות. איך בין אבער נישט אינגאנצן שולדיג, איך בין דורכ'ן יאר דריי מאל א טאג פארנומען טיילן צדקה, ביי יעדער תפילה, איצט איז גארנישט אנדערש. עכ"פ ביז ער האט מיר אריינגעגעבן און כ'האב געכאפט אז כ'בין נישט אין ניו יארק אין מיין שטענדיגער שול ביי מיין מנין - דא מעסט מען מיך אנדערש.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 9:21 am
דורך קיקיון
וואס אייער_קיכל האט געשריבן:
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז חסד הייבט זיך אן ביי זיך אין שטוב... כ'האלט דיך אין איין בעטן געלט, האסטו נישט...


זיך דערמאנט
דער ראש הכולל האלט פיר גאר א חשוב'ן אינגערמאן אן עובד
היתכן איר דאווענט מיט דעם בעלהבתישען מנין ?
אברך: עס וואנט אין מיין בילדינג א חשובע אידענע א מטופלת בלעה"ר און קעו זיך ניט קיין עצה געבען אינדערפרי
לייג איך צי א האנט , גיי אין גראסערי, ווארט מיט די קינדער אויפען בוס וכ'
ראה"כ: גאר א חשובע זאך! ווער איז דאס ? אפשר קען מען עפעס צו העלפען?
אברך: זוגתי שתחי'

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 9:38 am
דורך יאנקעלע קליגער
קיקיון האט געשריבן:וואס אייער_קיכל האט געשריבן:
מ'זאגט נאך פון צדיקים אז חסד הייבט זיך אן ביי זיך אין שטוב... כ'האלט דיך אין איין בעטן געלט, האסטו נישט...


זיך דערמאנט
דער ראש הכולל האלט פיר גאר א חשוב'ן אינגערמאן אן עובד
היתכן איר דאווענט מיט דעם בעלהבתישען מנין ?
אברך: עס וואנט אין מיין בילדינג א חשובע אידענע א מטופלת בלעה"ר און קעו זיך ניט קיין עצה געבען אינדערפרי
לייג איך צי א האנט , גיי אין גראסערי, ווארט מיט די קינדער אויפען בוס וכ'
ראה"כ: גאר א חשובע זאך! ווער איז דאס ? אפשר קען מען עפעס צו העלפען?
אברך: זוגתי שתחי'

א אינגערמאן זאגט מיר אמאל אז שבת אינדערפרי פארן דאווענען איז ער עוסק אין גאר א חשוב ענין פון ארויסהעלפן אייניקלעך פון ר"ר אלימלך זי"ע
פרעג איך אים דהיינו?
זאגט ער מיר אז זיינע קינדער זענען אייניקלעך, און ער טוט זיי אן, ער גיבט זיי צו עסן, וכו'

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 11:02 pm
דורך בעאבאכטער
msp האט געשריבן:עס איז מיר אמאהל אזוי נמאס דער יענה עזות פון די משולחים
ווי איז דער תחנונים ידבר?

וועלכער חלק איז נמאס, די עזות אדער די משולחים?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 28, 2013 11:21 pm
דורך לכאורה
א איד וואס האט זיך אפגעשוירן לכבוד שבועות

[פאר די רעקארד: מיר האלטן היינט 2 וואכן נאך שבועות, אבער דער איד האט מחמת סיבה געמוזט ווארטן ביז יעצט]

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 29, 2013 3:01 am
דורך msp
בעאבאכטער האט געשריבן:
msp האט געשריבן:עס איז מיר אמאהל אזוי נמאס דער יענה עזות פון די משולחים
ווי איז דער תחנונים ידבר?

וועלכער חלק איז נמאס, די עזות אדער די משולחים?


די עזות!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:15 am
דורך farshlufen
סדר היום האט געשריבן:ובאלו הה׳ שנים אין לצער לתינוק בשום דרך כי אין לו שכל כלל וכל מה שיקח מצדו ומתבונתו יקח אבל אין להכותו כלל על שום דבר וענין והמכה בו חוטא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:31 pm
דורך שנאפס
לכאורה האט געשריבן:א איד וואס האט זיך אפגעשוירן לכבוד שבועות

[פאר די רעקארד: מיר האלטן היינט 2 וואכן נאך שבועות, אבער דער איד האט מחמת סיבה געמוזט ווארטן ביז יעצט]


אמשינאוו?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 12:42 pm
דורך ווינקל
farshlufen האט געשריבן:
סדר היום האט געשריבן:ובאלו הה׳ שנים אין לצער לתינוק בשום דרך כי אין לו שכל כלל וכל מה שיקח מצדו ומתבונתו יקח אבל אין להכותו כלל על שום דבר וענין והמכה בו חוטא

גאר אינטערסאנט!

אולי יש לעיין ע"פ דברי החובת התלמידים בהקדמה, שכהיום מתפתחים ילדים בגיל צעיר מאד, הרבה יותר ממה שהתפתחו מלפנים, כמו שהחוש מעיד.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:37 pm
דורך לכאורה
שנאפס האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:א איד וואס האט זיך אפגעשוירן לכבוד שבועות

[פאר די רעקארד: מיר האלטן היינט 2 וואכן נאך שבועות, אבער דער איד האט מחמת סיבה געמוזט ווארטן ביז יעצט]


אמשינאוו?

לץ!

דער איד האט געהאט א שטיקל מיחוש אויפן קאפ און נישט געקענט זיך שערן ערב שבועות.