בלאט 4 פון 5

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 4:01 pm
דורך יוסף שרייבער
דער שמייכעלדיגער איינעמ'ס נאמען הייבט זיך אן מיט א מ?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 6:30 pm
דורך שנאפס
יא, משה לעזער דער גאבע

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 4:44 am
דורך מכטי1
יוסף שרייבער האט געשריבן:דער שמייכעלדיגער איינעמ'ס נאמען הייבט זיך אן מיט א מ?

קען זיין איינע פון די אידען וואס צושמייכלען זיך הייבען זיך אויך אהן מיט א מ....

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 8:14 am
דורך געלעגער
געזאגט תחנון ביי מנחה (א תגובה פון נעכטן)

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 11, 2013 6:25 am
דורך תרגום יונתן
...געזען אן אזיאנער איד גיין נאך געלט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 8:35 pm
דורך לוי יצחק
...געזאגט א ליגענד

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 8:55 pm
דורך ידיד
לוי יצחק האט געשריבן:...געזאגט א ליגענד

דאס איז שוין די צווייטע ליגענד...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 10:02 pm
דורך בן אחר בן
גארנישט מחדש געווען

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 10:11 pm
דורך לוי יצחק
ס'נאך צו פרי, הערשט מארגן נאכט איז די פריסטע זמן, פאר די וואס ווארטן נישט קיין ז' שלימים.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 13, 2013 10:13 pm
דורך מאנ-יימער
;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 20, 2013 1:36 pm
דורך גוגל
ידיד האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:...געזאגט א ליגענד

דאס איז שוין די צווייטע ליגענד...

ביז יעצט איז עס געווען א דזאוק יעצט איז עס א ליגענד

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 9:51 am
דורך בן אחר בן
געדאווענט שחרית זונטיג פאר'ן טרינקען א קאווע, ס'געווען יענס דאווענען.....

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:13 pm
דורך לוי יצחק
...געקומען שפעט צו די ארבעט.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 3:33 pm
דורך לכאורה
...געזען א מאדנע נוסח אויף אן אינוויטעישאן, אונטער די לעבעדיגע זיידעס און באבעס לאורך ימים, איז צוגעלייגט א שטיקל נוסח פון זוה"ק אז מען שיקט אראפ די עלטערן פון גן עדן צו די שמחות פון די קינדער, און אונטערדעם שטייען די נעמען פון 2 פארשטארבענע באבעס.

האט איינער שוין געזען אזאנס? איז דאס א נייע טרענד?

----
אגב, טאקע נישט היינט, אבער איך האב לעצטנס געזען ביי א חתונה הזמנה "11" זיידעס און באבעס אונטערגעשריבן אויף די אנדערע זייט, בלי עין הרע.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 5:16 pm
דורך לוי יצחק
געזען אין סמעדרעש 2 באזונדערע הזמנות מיט דעם שטיקל. איך וואלט עס קיינמאל נישט באנערקט ווען נישט וואס איינער איז געגאנגען מיט א פעדער און עס אונטערגעשטראכן.

זעט אויס ס'איז אין יעצט, און ס'עט שוין לכאורה בלייבן לעולם דוד, ווייל קיינער גייט זיך נישט וואגן משנה א זאך וואס איז "מקובל", אזויווי אלע אנדערע מנהגים'לעך וואס איינער מאכט נאך דעם צווייטן.

פארעפענטליכט: שבת מאי 25, 2013 10:21 pm
דורך פליגל
טיילמאל כאפן נישט קרובים ווער די אידן זענען אונטערגעשריבן אלס מחותנים און וואס פארא שייכות האבן זיי צי יענעם אז מ'האט געשיקט אן אינוויטעישאן, מה עשה הקב"ה? שיקט ער אראפ די זיידעס פון גן עדן און לאדענען איין אלע אייניקלעך און גוטע פריינט צו די חתונה.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 26, 2013 9:28 am
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:...געזען א מאדנע נוסח אויף אן אינוויטעישאן, אונטער די לעבעדיגע זיידעס און באבעס לאורך ימים, איז צוגעלייגט א שטיקל נוסח פון זוה"ק אז מען שיקט אראפ די עלטערן פון גן עדן צו די שמחות פון די קינדער, און אונטערדעם שטייען די נעמען פון 2 פארשטארבענע באבעס.

האט איינער שוין געזען אזאנס? איז דאס א נייע טרענד?

----
אגב, טאקע נישט היינט, אבער איך האב לעצטנס געזען ביי א חתונה הזמנה "11" זיידעס און באבעס אונטערגעשריבן אויף די אנדערע זייט, בלי עין הרע.

לכאורה איז די כוונה איין ספעציפישע באבע וואס איז שוין נישט בעלמא הדין אריבער 25 יאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 27, 2013 1:19 am
דורך ר' יצחק
ווייסעך נישט וועלכע באבע פישעלע מיינט, אבער האבן מיר געזעהן אזא אינוועטאציע מיט די ווערטער פון זהר שוין מער פון 5 יאר צוריק.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:13 pm
דורך לכאורה
געזען ווי דער בעל תפילה גייט גלילה, און אנשטאט מכבד זיין א צווייטן מיט די יהי רצון'ס, האט ער זיי געזאגט בעל פה אינמיטן אנטוהן די גירטל און מענטעלע...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:58 pm
דורך בן אחר בן
לכאורה האט געשריבן:געזען ווי דער בעל תפילה גייט גלילה, און אנשטאט מכבד זיין א צווייטן מיט די יהי רצון'ס, האט ער זיי געזאגט בעל פה אינמיטן אנטוהן די גירטל און מענטעלע...


חחח... :grin:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:42 pm
דורך לוי יצחק
מסתמא טוט ער דאס כסדר אז ער קען עס שוין פון אויסענווייניג.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:38 am
דורך לכאורה
לוי יצחק האט געשריבן:מסתמא טוט ער דאס כסדר אז ער קען עס שוין פון אויסענווייניג.

צוגעטראפן! ער זאגט מיר אז ער האט דאס אמאל אנגעהויבן זאגן בטעות, און געזען אז ער קען... זינט דאן האט ער דאס שוין געטוהן עטליכע מאל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:10 pm
דורך לכאורה
געזעהן ביי א היימישע חתונה פון חסידים ואנשי מעשה יראים ושלמים א גאנצע רינג, אנהייב פון די טענץ [נישט ווען יעדער איז שוין עקסייטעד און ארויס פון די גלייזן] א גאנצע פאמיליע רינג פון א זיידע און זיינע צענדליגער אייניקלעך, אלע מיט בלויז א קאפל אויפן קאפ, און אלע היטן/שטריימלעך אויסגע'שורה'ט נעבן דעם זיידנ'ס בענקל אינדערמיט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:14 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אינטערסאנט...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 14, 2013 11:43 pm
דורך derech eretz
נישט קיין ספאדיקעס?.. פאר גערער אידן מאכט עס סענס (אדער מתמידים אידן..)