בלאט 3 פון 110

געשריבן: דינסטאג פעברואר 05, 2013 7:11 pm
דורך בן אחר בן
אויפגעכאפט אז מ'דארף כסדר מענטעינען די אשכולים וואס מ'עפנט ווייל אז נישט ווערט עס שטויביג

געשריבן: מאנטאג פעברואר 11, 2013 8:54 am
דורך מאנ-יימער
מיטגעהאלטן ווי א מנין שחרית פון בעל בתים און ארבעטס אידן האט געדויערט א שעה מיט פערציג מינוט..... דער עולם דאווענט מיט אזא מתינות און אזא מתיקות, הלואי ווען איך קען דאס באווייזן.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:14 am
דורך אויפריכטיג
בן אחר בן האט געשריבן:אויפגעכאפט אז מ'דארף כסדר מענטעינען די אשכולים וואס מ'עפנט ווייל אז נישט ווערט עס שטויביג

:lol:

געשריבן: מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:31 am
דורך טייבעלע
מאנ-יימער האט געשריבן:מיטגעהאלטן ווי א מנין שחרית פון בעל בתים און ארבעטס אידן האט געדויערט א שעה מיט פערציג מינוט..... דער עולם דאווענט מיט אזא מתינות און אזא מתיקות, הלואי ווען איך קען דאס באווייזן.

אה, אזוינע מנינים האבן מיר ליב, אפשר זאגסטו נאר וואו איז דאס, אויב מיר וועלען זיין אין דיין געגענט זאלען מיר הנאה האבן פון אזא מקום.

געשריבן: מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:01 am
דורך מכטי1
מאנ-יימער האט געשריבן:מיטגעהאלטן ווי א מנין שחרית פון בעל בתים און ארבעטס אידן האט געדויערט א שעה מיט פערציג מינוט..... דער עולם דאווענט מיט אזא מתינות און אזא מתיקות, הלואי ווען איך קען דאס באווייזן.

געוואלדיגע זאך, ליידער קענען מיר נישט אבער ס'איז געווען היינט א פיינער מנין פון א שעה א פערטעל, געשמאק געפארען, נישט געיאגט ווייל די עולם האט מיטגעהאלטען פון אנהייב ביז צום סוף.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:02 pm
דורך בן אחר בן
געגעסן פליישיגס פאר לאנטש אין ס'גארנישט געשען

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:04 pm
דורך טייבעלע
וואס האט ווען געדארפט געשעהן?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:05 pm
דורך ווינקל
בן אחר בן האט געשריבן:געגעסן פליישיגס פאר לאנטש אין ס'גארנישט געשען

וואס פלעגט פאסירט ביז דאס מאל?

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:06 pm
דורך מאנ-יימער
טייבעלע האט געשריבן:וואס האט ווען געדארפט געשעהן?

ווערן פליישיג, און דאס איז די חידוש.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 4:08 pm
דורך מאנ-יימער
ווינקל האט געשריבן:
בן אחר בן האט געשריבן:געגעסן פליישיגס פאר לאנטש אין ס'גארנישט געשען

וואס פלעגט פאסירט ביז דאס מאל?

דו ביזט אין די ערשטע מאל אשכול.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:03 pm
דורך בן אחר בן
טייבעלע האט געשריבן:וואס האט ווען געדארפט געשעהן?


פראביר עס אויס

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 6:09 pm
דורך טייבעלע
בן אחר בן האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:וואס האט ווען געדארפט געשעהן?


פראביר עס אויס

מיר האבן געוואוינט אין א"י עטליעכע יאר און דארט איז דאס די נארמאלע טאג טעגליכער סדר.

געשריבן: דינסטאג פעברואר 19, 2013 10:15 pm
דורך לוי יצחק
געלערענט זעקס שעה רצופות

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:18 pm
דורך לוי יצחק
געכאפט א פסק פון מיין שוויגער

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:24 pm
דורך תרנגול
לוי יצחק האט געשריבן:געלערענט זעקס שעה רצופות

לוי יצחק האט געשריבן:געכאפט א פסק פון מיין שוויגער

ביידע געשעהן היינט? wow!

געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 11:25 pm
דורך יוראפ
לוי יצחק האט געשריבן:געכאפט א פסק פון מיין שוויגער

זעקס שעה רצופות?

געשריבן: מוצ"ש מארטש 02, 2013 11:51 pm
דורך שנאפס
יוראפ האט געשריבן:
לוי יצחק האט געשריבן:געכאפט א פסק פון מיין שוויגער

זעקס שעה רצופות?

נאר זעקס שעה? גאנץ בחסד, זי איז זיכער געווען אין א גוטע מוד

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2013 9:21 pm
דורך לוי יצחק
באקומען א קאמפלימענט פון מיין בעה"ב

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2013 9:42 pm
דורך יוראפ
לוי יצחק האט געשריבן:באקומען א קאמפלימענט פון מיין בעה"ב

יעצט פרעגיך שויניש צו 6 שעה רצופות

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2013 11:15 pm
דורך געלעגער
געזען היינט א איד ניצן זיין פאסיק אנשטאט א גארטל

געשריבן: זונטאג מארטש 03, 2013 11:26 pm
דורך רבניש
געזען א איד מיט די אייזערנע האקעדיגע טעפס אויף די שיך

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 12:01 am
דורך לוי יצחק
@געלעגער @רבניש וואלט עס נישט מער געפאסט אהער
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=19051

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 12:05 am
דורך רבניש
געזען לוי יצחק פייטען פאר דזשאסטעס (נישט צום ערשטן מאל)

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 12:12 am
דורך לוי יצחק
יא די ערשטע מאל (אופס, יעצט די צווייטע).

געשריבן: מאנטאג מארטש 04, 2013 3:34 am
דורך מכטי1
רבניש האט געשריבן:געזען א איד מיט די אייזערנע האקעדיגע טעפס אויף די שיך

דא לעבען מיר איז דא איינער וואס גייט אזוי יעדען טאג, און דו קענסט זעהן אין שול ווען ער קומט אריין אלעמאל איז דא איינער וואס צושמייכלט זיך...