נישט ערלויבט צו שרייבן דא נאר מיט גראמען

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מיטוואך ינואר 08, 2020 10:28 pm

ניס קראכער האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ טוט סטראשענען
איראן וועט ער צאמפראסקענען

גראמט שוין יא, בוידעם?
אדער ברויך איך זיך לערנען קודם..


נאופ. עס גראמט נישט.

די ק' פון פראסקענען
טוט בהחלט פסק'נען

אז מיט סטראשענען ער איז קיין פאר
לו יחיה גבר טויזענט יאר.

סטראשענען
גייט מיט פאשענען

פראסקענען
שטימט מיט טראסקענען.

דיינע לעצטע צוויי שורות שטימען כמין חומר
ווי די פייל צום בויגן אין ל"ג בעומר.
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 12:59 am

א מין זאך דאס אן אשכול נאר מיט גראמען
רשות כניסה דא צו אריינשפאנען

אויף דעם נישט איך טוה טויגן
האקן פראזען ווי א פייל פון בויגן

מיינע אלע זאפאסן איך טוה אויסקוועטשן
אפשר א שורה צוויי געלונגען וועט צו מעטשען

אבער דאך ס'איז נישט מיין טבע ראשון
מיין מוח ווערט צופיצעלט, איך ברויך א קאליזשען
סוף מעשה במחשבה תחילה.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:33 am

פאר די ערשטע שאנס איז דאס זייער גוט
קאנסט גיין שלאפן רוהיג און גוטמאטיג

קלארע מחשבות וועסטו האבן מארגן אינדערפרי
וועסט קענען שרייבן אן קיין שום מי

אוועטאר
לשמע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:22 pm
לאקאציע: אין די גאנצע וועלט

תגובהדורך לשמע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:29 am

לאמיר זיך אויף הערן קריגן
נישט זען ווער עס קען זיגן
צו עס גראמט יא אדער ניש
לאז יעדן ארויס לייגן זיין חיש
ווייל טיף באהאלטן עס שטעקט
אפי' עס איז נישט פערפעקט
הט אזנך ושמע דברי חכמים

אוועטאר
לשמע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:22 pm
לאקאציע: אין די גאנצע וועלט

תגובהדורך לשמע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 9:31 am

[qåuote="חושב מחשבות..."]א מין זאך דאס אן אשכול נאר מיט גראמען
רשות כניסה דא צו אריינשפאנען

אויף דעם נישט איך טוה טויגן
האקן פראזען ווי א פייל פון בויגן

מיינע אלע זאפאסן איך טוה אויסקוועטשן
אפשר א שורה צוויי געלונגען וועט צו מעטשען

אבער דאך ס'איז נישט מיין טבע ראשון
מיין מוח ווערט צופיצעלט, איך ברויך א קאליזשען[/quote]

דארפסט נישט רעדן אזוי שלעכט
ווייל יעדער איינער האט די רעכט

דארפסט נישט זייו אזוי אנגעצויגן
מען זעט אז עפעס טוסטי טויגן....
הט אזנך ושמע דברי חכמים

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 11:45 am

און ווי בין איך וועל איך דא פרעגן
אפשר אז ס'וועט גראמען וועל איך מעגן

אז כאניש וואס צו טון ווייסט איר דאך שוין
זיך צו האלטן ביזי קומט מיר דעם לוין

זיין ביזי מיט שטיפן די צייט שטאטלעך
איז גראדע נישט אזא שלעכטער מהלך

צווישן די באקסעס איז נישטא פון וואס צו קלערן
קיין סאך שמחה טוט דאס נישט פארמערן

@לעגאו טענה'ט צו טאנצן אויף די באקסעס איז פיל בעסער
אז וועסט טון אזוי וועט די שמחה זיין פיל גרעסער

בקוצר, אז דער אייבירשטער וועט מיך באשערן
מיינע הייסע תפילות שנעל אויסהערן

מיין פריוואטע גאולה מיר ברענגען גיך
אריינטרעטן אין אפיס מיט בידע שיך

הרחבת הדעת מיט פרנסה נישט שווער
מיט עירקאנדישאן סטים און א באקוועמע טשער
מער נישט שוויצן און פרירן ווי ביז אהער
פון היצן און קעלט נישט ליידן מער

אלע יודן זאל ער שוין אויפרעכטן אינגאנצן
פארמערן אמת'ע שמחה אין הארצ'ן
דינען השי"ת מיטן גוף דעם גאנצן
דאס לעבן זאל שיינען און גלאנצן

צום גרויסן גאולה שוין האבן די זכיה
צו כלל ישראל'ס שבר א גאנצע רפואה
ציון וירושלים על תילה בניה
לאמיר שוין בקרוב זעהן די ישועה

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2083
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:36 pm

א'ן אנקעטע דורך איינעם איז געווארן גשטעלט
און ניס קראכער די אנקעט אים געפעלט
און שטעלט ארויס אן ענטפער שלעכט
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
KEWL
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2011 1:57 pm
לאקאציע: ...Searching
פארבינד זיך:

תגובהדורך KEWL » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 1:52 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און ווי בין איך וועל איך דא פרעגן
אפשר אז ס'וועט גראמען וועל איך מעגן

אז כאניש וואס צו טון ווייסט איר דאך שוין
זיך צו האלטן ביזי קומט מיר דעם לוין

זיין ביזי מיט שטיפן די צייט שטאטלעך
איז גראדע נישט אזא שלעכטער מהלך

צווישן די באקסעס איז נישטא פון וואס צו קלערן
קיין סאך שמחה טוט דאס נישט פארמערן

@לעגאו טענה'ט צו טאנצן אויף די באקסעס איז פיל בעסער
אז וועסט טון אזוי וועט די שמחה זיין פיל גרעסער

בקוצר, אז דער אייבירשטער וועט מיך באשערן
מיינע הייסע תפילות שנעל אויסהערן

מיין פריוואטע גאולה מיר ברענגען גיך
אריינטרעטן אין אפיס מיט בידע שיך

הרחבת הדעת מיט פרנסה נישט שווער
מיט עירקאנדישאן סטים און א באקוועמע טשער
מער נישט שוויצן און פרירן ווי ביז אהער
פון היצן און קעלט נישט ליידן מער

אלע יודן זאל ער שוין אויפרעכטן אינגאנצן
פארמערן אמת'ע שמחה אין הארצ'ן
דינען השי"ת מיטן גוף דעם גאנצן
דאס לעבן זאל שיינען און גלאנצן

צום גרויסן גאולה שוין האבן די זכיה
צו כלל ישראל'ס שבר א גאנצע רפואה
ציון וירושלים על תילה בניה
לאמיר שוין בקרוב זעהן די ישועה


דער אייבירשטער זאל דיך באשׁערען
די פּרנסה זאל זיך פאר דיר שׁטענדיג פארמערן
זאלסט דיך צו די באקסעס מער נישׁט דארפן בייגן
בּגשמיות וברוחניות נאר שטייגן



מני הקטן
קעוול
א מצוה בּלייבּט אויף אייבּיג
אויף עבירות קען מען תשׁובה טון

אוועטאר
לשמע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:22 pm
לאקאציע: אין די גאנצע וועלט

תגובהדורך לשמע » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 2:30 pm

KEWL האט געשריבן:
כאניש וואס צו טון האט געשריבן:און ווי בין איך וועל איך דא פרעגן
אפשר אז ס'וועט גראמען וועל איך מעגן

אז כאניש וואס צו טון ווייסט איר דאך שוין
זיך צו האלטן ביזי קומט מיר דעם לוין

זיין ביזי מיט שטיפן די צייט שטאטלעך
איז גראדע נישט אזא שלעכטער מהלך

צווישן די באקסעס איז נישטא פון וואס צו קלערן
קיין סאך שמחה טוט דאס נישט פארמערן

@לעגאו טענה'ט צו טאנצן אויף די באקסעס איז פיל בעסער
אז וועסט טון אזוי וועט די שמחה זיין פיל גרעסער

בקוצר, אז דער אייבירשטער וועט מיך באשערן
מיינע הייסע תפילות שנעל אויסהערן

מיין פריוואטע גאולה מיר ברענגען גיך
אריינטרעטן אין אפיס מיט בידע שיך

הרחבת הדעת מיט פרנסה נישט שווער
מיט עירקאנדישאן סטים און א באקוועמע טשער
מער נישט שוויצן און פרירן ווי ביז אהער
פון היצן און קעלט נישט ליידן מער

אלע יודן זאל ער שוין אויפרעכטן אינגאנצן
פארמערן אמת'ע שמחה אין הארצ'ן
דינען השי"ת מיטן גוף דעם גאנצן
דאס לעבן זאל שיינען און גלאנצן

צום גרויסן גאולה שוין האבן די זכיה
צו כלל ישראל'ס שבר א גאנצע רפואה
ציון וירושלים על תילה בניה
לאמיר שוין בקרוב זעהן די ישועה


דער אייבירשטער זאל דיך באשׁערען
די פּרנסה זאל זיך פאר דיר שׁטענדיג פארמערן
זאלסט דיך צו די באקסעס מער נישׁט דארפן בייגן
בּגשמיות וברוחניות נאר שטייגן



מני הקטן
קעוול


נישט נאר די דער שרייבער
נאר יעדער זאל מיט פרנסה זיין א גרויסער אויפטרייבער

אין די ריכטיגע פרנסה זיך געבן א פארוואנדל
האבן הצלחה מיט א יעדן האנדל
הט אזנך ושמע דברי חכמים

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 3:44 pm

מען דארף אבער געדענקען א איין זאך

אז מיט א שטארקע בטחון שטיין אויף דער וואך

און פרנסה קומט נאר פון השם יתברך

און אוודאי נאר טוהן וואס שטייט און שלחן ערוך

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דאנארשטאג ינואר 09, 2020 11:48 pm

עס איז שוין אריבער עלף שעה

וואס מען האט נישט געשריבען דא

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג ינואר 10, 2020 12:01 am

העירינג מיט געזאלצענע קיכלעך
געלע פארשטויבטע אלטע ביכלעך

הוילע קאפ, בלויז צוויי חוצפה'דיגע הארעלעך
גרויע וואנצעס א עהרע מינע צושפרייטזעך

איינגעבויגן איבער הארטע טישיגע העלצעלעך
צווישן די פיסעלעך שפרינגען גרויע קעצעלעך

מיסטעריעזע גיסטע, פארטראכט ערגעץ ווייט
פארלוירן פארן סיטואציע, א שעת שמד

אן א ציל די פינגער טוען דראמען
אויפן קי באורד מ'זעצט ווי ביי פאגראמען





ווי זאגט יענער? ס'גראמט טאקע אבער ס'שטומט נישט
אדרבה זאגטס מיר צו איך האב עפעס פון דעם חוש
סוף מעשה במחשבה תחילה.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1461
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג ינואר 10, 2020 12:09 am

זייער א אינטערעסאנטע אשכול דאס יעדער טוט זיינע הערליכע רייכע פראכטפולע טאלאנטן אויסגעבן דאס צו מיטהאלטן איז דאך אזוי שיין,
וואס טוט זיך אבער אז מ'טויגט נישט דערצו און ס'איז שפעט ביינאכט און מדארפט טראכטן א גראם בעט מען דעם באשעפער און צום סוף קומט אלעס ארויס זייער פיין.
הוי מחשב...

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » פרייטאג ינואר 10, 2020 12:23 am

עס איז שפעט ביינאכט איך בין גוט מיד
איך וואלט שוין געגאנגען שלאפן, אבער איך בין דאך א איד

מיין טעגליכן בלאט נאכנישט מסיים געווען
גיין שלאפן בעפאר, איז א זאך וואס קען נישט געשעהן

גיימיר לערנען, עס זאל זיין שכינה שרוי'
אז מ'עט איינשלאפן אינדערמיט, וועט זיין טל של תחי'

אבער נישט געזארגט, ווי נאר די טל איז דא
אונז צו דערוועקן ליום שמשיח בא

וועט מען פונעם דרימל זיך אפשטעלן
ווייטער לערנען, די באשעפער וועט פון דעם קוועלן

ווען דער דף וועט זיין גענדיגט, וועלן מיר זיך גיין אויסציען
אויף ערב שבת זיך גיין געהעריג אויסרוען.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג ינואר 10, 2020 9:04 am

אברהם בן ארי' האט געשריבן:עס איז שפעט ביינאכט איך בין גוט מיד
איך וואלט שוין געגאנגען שלאפן, אבער איך בין דאך א איד

מיין טעגליכן בלאט נאכנישט מסיים געווען
גיין שלאפן בעפאר, איז א זאך וואס קען נישט געשעהן

גיימיר לערנען, עס זאל זיין שכינה שרוי'
אז מ'עט איינשלאפן אינדערמיט, וועט זיין טל של תחי'

אבער נישט געזארגט, ווי נאר די טל איז דא
אונז צו דערוועקן ליום שמשיח בא

וועט מען פונעם דרימל זיך אפשטעלן
ווייטער לערנען, די באשעפער וועט פון דעם קוועלן

ווען דער דף וועט זיין גענדיגט, וועלן מיר זיך גיין אויסציען
אויף ערב שבת זיך גיין געהעריג אויסרוען.


אה אזא ראוועלאציע געמאכט און די וועלט
דף היומי האט אסאך יודען אויף דער פיס געשטעלט

אוועטאר
לשמע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:22 pm
לאקאציע: אין די גאנצע וועלט

תגובהדורך לשמע » פרייטאג ינואר 10, 2020 9:53 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:העירינג מיט געזאלצענע קיכלעך
געלע פארשטויבטע אלטע ביכלעך

הוילע קאפ, בלויז צוויי חוצפה'דיגע הארעלעך
גרויע וואנצעס א עהרע מינע צושפרייטזעך

איינגעבויגן איבער הארטע טישיגע העלצעלעך
צווישן די פיסעלעך שפרינגען גרויע קעצעלעך

מיסטעריעזע גיסטע, פארטראכט ערגעץ ווייט
פארלוירן פארן סיטואציע, א שעת שמד

אן א ציל די פינגער טוען דראמען
אויפן קי באורד מ'זעצט ווי ביי פאגראמען







ווי זאגט יענער? ס'גראמט טאקע אבער ס'שטומט נישט
אדרבה זאגטס מיר צו איך האב עפעס פון דעם חוש


הרב חושב צו עס שטומט אדער נישט מאכט נישט אויס
די שרייב נאר נאך וואס קומט פון דיין מויל ארויס

ווי לאנג עס ברענגט א שמייכל אויף די לעפצן און ס'גראמט
קען מען עס נאך ליינען זייער בטעמט
הט אזנך ושמע דברי חכמים

אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » פרייטאג ינואר 10, 2020 10:50 am

נתן בן ופסי האט געשריבן:
אברהם בן ארי' האט געשריבן:עס איז שפעט ביינאכט איך בין גוט מיד
איך וואלט שוין געגאנגען שלאפן, אבער איך בין דאך א איד

מיין טעגליכן בלאט נאכנישט מסיים געווען
גיין שלאפן בעפאר, איז א זאך וואס קען נישט געשעהן

גיימיר לערנען, עס זאל זיין שכינה שרוי'
אז מ'עט איינשלאפן אינדערמיט, וועט זיין טל של תחי'

אבער נישט געזארגט, ווי נאר די טל איז דא
אונז צו דערוועקן ליום שמשיח בא

וועט מען פונעם דרימל זיך אפשטעלן
ווייטער לערנען, די באשעפער וועט פון דעם קוועלן

ווען דער דף וועט זיין גענדיגט, וועלן מיר זיך גיין אויסציען
אויף ערב שבת זיך גיין געהעריג אויסרוען.


אה אזא ראוועלאציע געמאכט און די וועלט
דף היומי האט אסאך יודען אויף דער פיס געשטעלט


אמת, זיי האבן א שטארקע רעוואלוציע געטון מאכן
אבער פארוואס טוסטו מיר אראפבראכן?

איך דארף ענדיגן 'דעם דף', האב איך געשריבן
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט 'דף היומי' אויסגעקליבן

האבן זיי דען די הייליגע תורה געטון קויפן?
אליין טאר איך עס נישט לערנען בשום אופן?

און מיט דעם וויל איך טאקע קלאר מאכן אן קיין מורא
איך לערן 'נישט' דף היומי, דרשו, תורתך, דף הקהילה, זכרו, יסודי התורה

נאר א מסגרת א אייגנארטיגן און אינטערסאנטען
עס רופט זיך 'תלמוד בבלי' א לימוד א אלטן...

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » פרייטאג ינואר 10, 2020 11:23 am

אחד היה אברהם
זיינע רייד זענען מתוקים מדבש מנופת צוף וכל טעם.

אין די תורה ער איז זיך מדבק כי טוב סחרה מכל סחורה
משים לילות כימים כחשכה כאורה.

אברהם העברי גייט קעגן די זרם העולם און די אלע מפלגות
קוקט נישט אויף זייערע לוחות וועלכע דף דעם טאג איז.

אך לאלוקים נפשי דומי
רוכש זיין מסכתות הש"ס דף נאך דף אן די היומי.

אויף די וועג פון אונזערע מנהיגים אשר מפיהם אנו חיים
ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים.
רצונינו לעשות רצוניך.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » פרייטאג ינואר 10, 2020 2:34 pm

אברהם בן ארי' האט געשריבן:
נתן בן ופסי האט געשריבן:
אברהם בן ארי' האט געשריבן:עס איז שפעט ביינאכט איך בין גוט מיד
איך וואלט שוין געגאנגען שלאפן, אבער איך בין דאך א איד

מיין טעגליכן בלאט נאכנישט מסיים געווען
גיין שלאפן בעפאר, איז א זאך וואס קען נישט געשעהן

גיימיר לערנען, עס זאל זיין שכינה שרוי'
אז מ'עט איינשלאפן אינדערמיט, וועט זיין טל של תחי'

אבער נישט געזארגט, ווי נאר די טל איז דא
אונז צו דערוועקן ליום שמשיח בא

וועט מען פונעם דרימל זיך אפשטעלן
ווייטער לערנען, די באשעפער וועט פון דעם קוועלן

ווען דער דף וועט זיין גענדיגט, וועלן מיר זיך גיין אויסציען
אויף ערב שבת זיך גיין געהעריג אויסרוען.


אה אזא ראוועלאציע געמאכט און די וועלט
דף היומי האט אסאך יודען אויף דער פיס געשטעלט


אמת, זיי האבן א שטארקע רעוואלוציע געטון מאכן
אבער פארוואס טוסטו מיר אראפבראכן?

איך דארף ענדיגן 'דעם דף', האב איך געשריבן
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט 'דף היומי' אויסגעקליבן

האבן זיי דען די הייליגע תורה געטון קויפן?
אליין טאר איך עס נישט לערנען בשום אופן?

און מיט דעם וויל איך טאקע קלאר מאכן אן קיין מורא
איך לערן 'נישט' דף היומי, דרשו, תורתך, דף הקהילה, זכרו, יסודי התורה

נאר א מסגרת א אייגנארטיגן און אינטערסאנטען
עס רופט זיך 'תלמוד בבלי' א לימוד א אלטן...

און איך פארשטיי נישט פארוואס פון די אגודה געטוהן אויסקלייבן
דף היומי טייטש לערנען א עמוד טעגליך! קענסט עס גלייבן?
און איך מיין אז עס איז נישט אזוי שעדליך, עס וועט דיר נאר דערהייבן... :grin:

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג ינואר 19, 2020 3:19 pm

ר' יו"ט עהרליך - יציאת מצרים האט געשריבן:איך ווייס נישט פון קיין יודישער גאט - זאגט פרעה:
איך האב נישט פון איהם קיין פארטרעטער,
ער הייס ברענגען דעם בוך פון די געטער,

דארט שטייט געשריבן גענוי און קלאר,
יעדער אפגאט, די אדרעסס, די הויז, די פלאהר,

פון אנדערע גיבט מען אפילו אן,
דעם נאמבער פון טעלעפאון,

אלץ קאן מען זעהן דעראינען,
דעם יודישן גאט קאן מען נישט געפונען,

זאגט משה צו פרעה:
זוכסט אין רוסלאנד, זוכסט אין פוילן?
זוכסט נישט אין די ריכטיגע טילן,
איך וועל דיר א משל פון מדרש דערציילן,

געוועזן אמאל א יוד א כהן

איז ער איינמאל עפעס קויפן ארויס,
געלאזט א קליין קינד אין הויז,

דאס קינד זעהט זיין טאטע איז נישט געקומען,
איז ער ארויס פון הויז און איהם זוכן גענומען,

אנטקעגן איז פינקט א בית הקברות געווען,
איז ער אריין אויך דארטן זעהן,

גייט א באקאנטער אדורך,
און זעהט דאס קינד זוכט,

פרעגט ער איהם וואס זוכסטו דעראינען,
ענטפערט דאס קינד, כ'וויל דא מיין טאטן געפונען

זאגט ער:
האסט א נערישע שכל מיט קרומע השערות!
דיין טאטע איז דאך א כהן, און ווי קומט א כהן אויפן בית הקברות?

היינט פרעג איך אייך פעטער,
ווי קומט אינזער לעבעדיגע גאט צווישן אייערע טויטע געטער?

עה.. פרעה,
דו האסט נישט די ריכטיגע ווארע,
איים סארע! (סארי...)

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר האלף
תגובות: 1360
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אין אפיס ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » זונטאג ינואר 19, 2020 3:32 pm

פינקי וועבער האט געשריבן:דער הייליגער ראפשיצער רב האט געזאגט ראש השנה אמאל פארווינדערט,
באשעפער, האסט געזאגט יום תרועה, יודן בלאזן נישט נאר איינס נאר הינדערט,

טויזנטער יודן, טויזנטער שופרות, טויזנטער יאר בגליותינו,
אונז בעטן פון דיר איין באשעפער נאר מיט איין שופר זאלסטו געבן איין בלאז,
פארוואס דארפן מיר אויף דעם ווארטן אזוי לאנג פארוואס?
תקע בשופר גדול לחירותינו!

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 21, 2020 4:24 pm

דעם פרעזידענט אומפיטשן מען גייט, איי דיי די דיי

כ'האב א קוזין יענקי רייך, איי דיי די דיי

(בניגון הידוע)
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

היסטאריקער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

תגובהדורך היסטאריקער » דינסטאג ינואר 21, 2020 5:32 pm

א אשכול מיט אלע טעמען
אבער פארוואס דארף אלעס גראמען?
וועל איך א נייע זאך פרובירן
איין גראם אויף די גאנצע א"ב אויב וועט עס איינעם אינטערסירן
וזה החלי
בעזרת צורי וגואלי

אנהייבן צום ערשט מיט נומבער איין
האפענטליך נישט צוברעכן מיין ביין
יעצט וועלן מיר ווייטער גיין
זאג נישט אז עס איז דיין
וועל מיר פארן צום טייך רהיין
טרינקען א גלעזעל וויין
אוי וועט דאס גוט זיין
באקומען א עקסטערע חן
יעדער לעבן מיר וועלן שטיין
און אויך טרינקען א גלעזעל יין
וואס איך וועל נאר זאגן וועט מען זאגן, כן
איך וועל שוין נישט זיין אליין
די גאנצע כבוד וועט זיין מיין
וואס איך בעט וועט מען נישט זאגן ניין
אויף מיין הויז וועט מען לייגן א שיינע סיין
אין מיין ספר וועט יעדער זיין מעיין
וועט דאך זיין אזוי פיין
נישט ברעכן מיינע ציין
שונאים וועט נישט זיין קיין
מיין נאמען וועט בלייבן ריין
און אויך זייער שיין
כל אחד יד תן

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3618
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 21, 2020 6:51 pm

היסטאריקער האט געשריבן:א אשכול מיט אלע טעמען
אבער פארוואס דארף אלעס גראמען?
וועל איך א נייע זאך פרובירן
איין גראם אויף די גאנצע א"ב אויב וועט עס איינעם אינטערסירן
וזה החלי
בעזרת צורי וגואלי

אנהייבן צום ערשט מיט נומבער איין
האפענטליך נישט צוברעכן מיין ביין
יעצט וועלן מיר ווייטער גיין
זאג נישט אז עס איז דיין
וועל מיר פארן צום טייך רהיין
טרינקען א גלעזעל וויין
אוי וועט דאס גוט זיין
באקומען א עקסטערע חן
יעדער לעבן מיר וועלן שטיין
און אויך טרינקען א גלעזעל יין
וואס איך וועל נאר זאגן וועט מען זאגן, כן
איך וועל שוין נישט זיין אליין
די גאנצע כבוד וועט זיין מיין
וואס איך בעט וועט מען נישט זאגן ניין
אויף מיין הויז וועט מען לייגן א שיינע סיין
אין מיין ספר וועט יעדער זיין מעיין
וועט דאך זיין אזוי פיין
נישט ברעכן מיינע ציין
שונאים וועט נישט זיין קיין
מיין נאמען וועט בלייבן ריין
און אויך זייער שיין
כל אחד יד תן

זייער שיין @היסטאריקער,
כ'האלט אז דו קענסט שרייבן א בוך א דיקער.
אבער דו ברויככסט אנצייכענען אויף וועליכע ווארט דו גייסט לפי סדר הא"ב,
ווייל כ'האב עס קוים בצרות געטראפן נאכן זיכן און זיכן ביז כ'בין שוין געווארן אינגאנצן הייס.
כ'האף אז דיין בוך וועט זיין אזוי שיין אז מ'זאל זיך קוים קענען כאפן די נשימה,
און לאז מיר פארדעם וויסן ווייל כ'וויל געבן מעות קדומה.

(בד"וו זאג נישט אויס פאר קיינעם, אז דיינע שורות האב איך נאכנישט געענדיגט ליינען...)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
אלטער
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: In the Database

תגובהדורך אלטער » דינסטאג ינואר 21, 2020 7:17 pm

זייער שיין און זייער זיס
ווי מען ציט דא א גראמען שמיס

קיין איין ווארט טיט נישט קלעבן
אבער דאך גראמען ארויס געבן

ווער עס וויל זיינע תגובות ארויף טרייבן
זאל טאקע אריין קומען דא אוון שרייבן
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בינוני און 11 געסט