נישט ערלויבט צו שרייבן דא נאר מיט גראמען

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » זונטאג ינואר 06, 2013 7:04 am

און טאקע אפילו אויב א גאנצע וואך גייט מען דורך נסיונות קשות

אבער שבת באקומט מען פנים חדשות

על כן ברך את יום השבת ויקדשהו שטייט

און דער מאור פנים דארף מען אויסנוצען צו יעדער צייט
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

המשך פון מילתא דבדיחותא

תגובהדורך קיקיון » זונטאג ינואר 06, 2013 2:01 pm

קיקיון האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן: לא זיכתי להבין

איך אויך נישט, דער אלטער זצ"ל האט זיך זייער ווייניג ג'לאזט הערען

יי"כ שנאפס פאר דעם תיקון טעות

שנאפס האט געשריבן:אלטער לעבט שוין נישט? בד"ה

מעשה שהי' כך
כ'האב אין מיין תגובה ג'לאזט א לאך
א ווארט ג'היפט ג'סקיפט
און שנאפס וואס איז
TOPS
האט עס דארטאפט
און זיך ציגעכאפט
ג'שריבען א ווערטל העכסט ג'לונגען
בין איך טאקע צוריק געשפרינגען
פערראכטען און אלטער'ן אויפגעראכטען

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג ינואר 06, 2013 3:07 pm

פאר בן אחר בן קשיא א א נארישען, מיטען 2 זילבער רינגען , א גאלדענס גשפרינגען, אין דער ציוושען? דר שני מער פועם ראשון?

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » זונטאג ינואר 06, 2013 4:17 pm

די קייט האט א סיבה אוודאי
ווייל ברא מזכה אבא
מילא איז די קינד שטערקער פין די טאטע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג ינואר 06, 2013 9:04 pm

כ'האב ג'פריווט בֹּן אחר בֹּן, אבער דעם חשבון, די האסט דערלאנגען, בינעך נישט דערגאנגען, דיין פירקעל איזט איין צירקיל, לויט מיין פארשטאנד, קומט דער טאטע צו א בעסערן שטאנד, אלץ רעזולטאט, פון קינד'ס גוטער טאט, גייט ער העכער, און צו זיין תכלית גיכער, איו דער דיסטאנץ אין נאך גאנץ ווייט און ברייט, דיינע ווערטער האבען קיין באדייט
האב איך נישט רעכט? גיב אויף דעם געפעכט!

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מאנטאג ינואר 07, 2013 5:52 pm

איך קראץ אין די טיש און ווענט

א גוטן תירוץ אדער פירכא פין ווי מ'נעמט

איך האב מורא אז פאר קיקיון וואס שעמט

וועל איך מוזן הייבן הענט

אין זאגן בפה מלא יא איר קענט

כאטש מיין פראפייל וועט מעגליך באקומען א דענט

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 07, 2013 6:30 pm

א טעות ווען מען אנערקענט
ווערט נישט קיין דענט
יחד כולם הודו, פאר לא בוש והודה,
קומט דיר א קאמפלימענט ;l;p-

כ'בעט דיר פון שעמט מוחק זיין דעם ע
מבייש זיין איז נישט געוועו מיין מיין
ס'איז נישט איידעל ס'איז נישט פיין

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מאנטאג ינואר 07, 2013 8:26 pm

לאמיר איינגיין אויף א דיעל

ווייל צו זיין even איז מיין ציל

איך וועל מיך מיט דעם 'ע' געבן אן עצה

די זאלסט אבער צום 'ו' פין די ווארט געווען צולייגן א פלייצע

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 07, 2013 9:37 pm

מבייש זיין איז נישט געוועו מיין מיין

האב איך ג'שריבען בטעות, בן אחר בן האט ג'צויגען מיט די נאז
וועל איך זיך באמיעןן, עם צוליב טיען, דעם ו אויסציען, און מאכען א נו"ן
מבייש זיין איז נישט געווען מיין מיין
so how does it look
now that I care of the
(וו)hook

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מאנטאג ינואר 07, 2013 11:18 pm

פארוואס איז דא אזוי שטיל
ס'זאל זיין לעבעדיג איך וויל

אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4263
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע: זאג אמר רבי בנימין...

תגובהדורך לוי יצחק » מאנטאג ינואר 07, 2013 11:48 pm

די הסבר איז זייער פשוט,
דער עולם איז נישט חשוד,
איבערצולאזן דעם ניטל פראגראם,
און קומען צום אשכול פון גראם.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13391
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג ינואר 13, 2013 12:03 pm


אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » זונטאג ינואר 13, 2013 3:05 pm

קיקיון האט געשריבן:בן אחר בן ברוך הבא צי מיין חבורה


גאנץ אינטערעסאנט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג ינואר 14, 2013 5:35 am

מען דארף זיך נישט מייאש זיין

איך הער בן אחר בן'ס געוויין

אבער דער פראבלעם איז איך מיין

איך האף אז איר וועט מיר פארשטיין

אונז זענען מיר גאנץ ביזי אין אלגעמיין

קענען מיר נישט כסדר עוסק זיין

אין ענינים וואס זענען באמת נושא חן
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג ינואר 07, 2020 4:40 pm

דער עלם טוט פאסטן
אין פון הונגער טוט מען טאנצן
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דינסטאג ינואר 07, 2020 7:10 pm

ניס קראכער האט געשריבן:דער עלם טוט ''פאסטן''
אין פון הונגער טוט מען טאנצן

זיך אוועק געלייגט עסן און א ''קאסטן''
פארן טעלער מיין אויגן טוהען גלאנצען

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג ינואר 07, 2020 7:46 pm

קאסטן און גלאנצן עס טוט נישט גראמען
איך האף אבער אז דיין אויספאסטן האט געהאט אלע טעמ'ען.
רצונינו לעשות רצוניך.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג ינואר 07, 2020 7:48 pm

ניס קראכער האט געשריבן:דער עלם טוט פאסטן
אין פון הונגער טוט מען טאנצן


פאסטן מיט טאנצן איז קיין גראם בשום אופן
אבער נאכן אויספאסטן טאנצט עס איי ווי מען טוט לויפן.
רצונינו לעשות רצוניך.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5657
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג ינואר 07, 2020 7:49 pm

קאסטן
גראמט מיט פאסטן.

גלאנצן
קלעבט מיט טאנצן.
רצונינו לעשות רצוניך.

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:06 pm

בוידעם האט געשריבן:קאסטן
גראמט מיט פאסטן.

גלאנצן
קלעבט מיט טאנצן.

טאקע דאס איז געווען מיין פלאן
צי פארענדיגען ניסעל'ס גראם

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:14 pm

אראפ געברענגט א פארשטויבטע ספר פון ''בוידעם''

נישט געוויסט אפילו אז איך האב עס קודם

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג ינואר 07, 2020 10:44 pm

קריטעקירט, שטאלצירט
ווערט נישט מיד, דער איד
גראמען קלעבן, טוט ער שטרעבן
יעדער, דאס פעדער,
זיי דארפן, אויסשארפן
די גראמען, זאלן שטימען
אויפן האר, זייער קלאר
נישט, צומישט, פארווישט
בוידעם, כולם מודים,
עונים ואומרים, כל העולם
דו טויגסט, פארשטייסט
און שוין.....
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלפיים
תגובות: 2083
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך ינואר 08, 2020 10:51 am

גראמען דא גשמאק ווי קאווע אין א בעכער
די עיקר די אשכול ווערט כסדר העכער

נוגוטנושוין האט זיך לעצטענס אריין געלייגט אין גראמען
ופסי ברויך נאך אביסל זיך אין כללים פארמערן
מיט בוידעם ווער קען זיך דען פארהערן
און ניסל'ס רייכע ווערטער איך טהו קלערן
The man who does more than he is paid for will soon be paid for more than he does

אוועטאר
ניס קראכער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך ינואר 08, 2020 12:24 pm

פרעזידענט טראמפ טוט סטראשענען
איראן וועט ער צאמפראסקענען

גראמט שוין יא, בוידעם?
אדער ברויך איך זיך לערנען קודם..
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מיטוואך ינואר 08, 2020 9:07 pm

נישט פשוט האט געשריבן:גראמען דא גשמאק ווי קאווע אין א בעכער
די עיקר די אשכול ווערט כסדר העכער

נוגוטנושוין האט זיך לעצטענס אריין געלייגט אין ''גראמען''
ופסי ברויך נאך אביסל זיך אין כללים פארמערן
מיט בוידעם ווער קען זיך דען פארהערן
און ניסל'ס רייכע ווערטער איך טהו קלערן


נישט געגעבן קיין גראם פאר גראמען

זיך פארלערנט זיכער ''נישט פשוט'' געשעהן

לאמיר זיך טאקע און תורה טענהען

און אין ירשלים זיך אינאיינעם שוין זעהן


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חושב מחשבות..., שׁעמעדיגער און 16 געסט