נישט ערלויבט צו שרייבן דא נאר מיט גראמען

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

נישט ערלויבט צו שרייבן דא נאר מיט גראמען

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:02 pm

עקסעמפעל!

יישר כח ר' נח
זאלסט וואקסען הויעך

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:08 pm

דעם אשכול האב איך נישט קיין כח,
ווייל מ'דארף דערפאר ניצן דעם מח.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:13 pm

אויך מיר א פרובלעים,
מען האלט זיך נאך נישט צוריק צוליעב דעם.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:14 pm

בן
אחר בן

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:16 pm

זיין ווייב איז א בת
אחר בת
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:24 pm

גיב נאר א קוק - אוו מען
אן איידיע פון בן אחר בן

פון וועם ער איז בן אחר דאס וויל ער נישט זאגן
שוין, פארדעם קומט זיך נאכנישט אז כ'זאל אים שלאגן

אבער ער ערלויבט נאר גראמען
ער גיט נישט אויף דעם קיין טעמים
און אויב עס גראמט נישט וועסטו אריינווארפן אין פלאמען?
לאמיר טאקע אנהייבן אלע צוזאמען
צאמווארפן פון די סחורה ימ'ען

קומט אבער ארויס דער פון ווינקל
און וויל דא מאכן טינקל
ער גיט מיטן אויגן א פינקל

ער געניצט ארויס הויעך
אז ער וויל נישט נוצן דעם מח

עס איז טאקע א גוטע עצה, דעם מח שלאפן לאזן
און זיך נישט מיטשענען און אויסגעבן צייט א דאזען
ס'איבריגע לאז איך פאר נ'אנדערן קאזין
עס איז גוט פאר שיף מאטראזן

ספוסמאן מיט משה יענקל האבן יא די כוחות
זיי לאזן זיך הערן מיט די געשפיצטע מוחות

איך מוז שוין אויפהערן, ווייל באלד וועט עטץ טענה'ן
אז עס הערט שוין אויף צו גראמען
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:26 pm

דער געדאנק איז טאקע זייער ריכטיג,

מ'דארף נאר האבן א שפראך ריין און ציכטיג,

הלשון והמשקל זאלן שטימען איז וויכטיג,

אזוי וועלען די רייד זיין קלאר און ליכטיג,

אויף דעם דארף מען זיין גאר טיכטיג.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
משה יענקל
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2012 11:47 am

תגובהדורך משה יענקל » מיטוואך ינואר 02, 2013 5:30 pm

איז די אשכול פאר מיר געמאכט?
מען דארף דאך פארדעם געבן א טראכט

מען דארף ניצן די מח
איך האב נישט קיין כח

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך ינואר 02, 2013 7:40 pm

קנאת סופרים תרבה חכמה איז א גוטע זאך
האף מיר טאקע אז די אשכול וועט ברענגען גראמען א סאך

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מיטוואך ינואר 02, 2013 8:32 pm

דער אשכול האט עפעס א ציל?
אדער מ'קען דא שרייבן וואס מ'וויל?

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך ינואר 02, 2013 8:41 pm

דער ציל איז
אז גראמען מ'מוז

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך ינואר 02, 2013 9:59 pm

אז מען קען דעם פאך,

איז דאס א געלאנגענע זאך,

דער עולם וועט גיבן א לאך,

און זיך אויסשטרעקען אויף ד'ערד פלאך,

דאס גלעזעל אויפן טיש וועט גיבן א קראך,

און דער פרייד וועט גרייכען ביזן דאך,

דער גרויסער פרייד וועט טאקע זיין,

ווען משיח צדקנו וועט קומען צו גיין.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:41 pm

אז דער ציל איז

אז גראמען ס'מוז

דאן האב איך נישט דא וואס צו זוכן

ווייל איך וועל נישט קענען מיט עפעס ארויסקריכן

איך האב קיינמאל נישט געקענט גראמען

פון בדחנים טוה איך נישט שטאמען

ממילא האטס מער און זייטס מער

איינער זאל פירן די שמועס ווייטער
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך ינואר 02, 2013 10:55 pm

מאן יימר האלט דיך נישט אזוי קליין
די קענסט גאנץ גיט איך מיין
אין מיר בעטן דיר זאלסט פין דא נישט ארויסגיין
אין אונז נישט לאזן אליין

שמיראכץ
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2012 12:50 am

תגובהדורך שמיראכץ » מיטוואך ינואר 02, 2013 11:43 pm

איך קען נישט סתם דא דורך שפאצירן

און גארנישט אריינשמירן

איך מוז עפעס קאמענטירן

אבער וואס זאל איך ציטירן?

איך האב נישט אנגעגרייט מיינע פאפירן

און איך האב מורא דער עולם וועט עס נישט טאלערירן

אויב איך וועל סתם אנדרייען און נערווירן

מילא מוז איך שנעל מאנעוורירן

צו ענדיגן קריכן אויף די געהירן

און אפפוצן פון דא דורך די טירן

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » מיטוואך ינואר 02, 2013 11:58 pm

שמיראכץ גאנץ פיין געזאגט
ס'קןקט אויס ווי די חוש הגראמען די פארמאגסט

אוועטאר
Ron Paul
שר האלף
תגובות: 1529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 26, 2012 10:04 pm

תגובהדורך Ron Paul » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 12:12 am

אין די שטארקע קעלט
זוכט מען א געצעלט
מ'קומט קיין איי וועלט
דאס הארץ מעלט
און די ברעין קוועלט
Im old but i don't kalech yet.

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 7:10 am

אה! קוקט וואס בן אחר בן האט דא געהאט א הצלחה

דער עולם טוט דא גאנץ געשמאק שמועסען ווי א משפחה

על דא ועל הא כל מיני ענינים

אבי עס גראמט ווי שיינע בנינים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 1:47 pm

נא חברה קומטס ארויס פין די לעכער
לאמיר מאכן די נומבער פין די תגובות העכער

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 2:25 pm

איז א מליצה אומג'גראמט מרוצה? מען וועט מיר שיקען החוצה?
ס'וועט ווערעו פארדאמט אפילו ס'אז באטעמט?
די נעזער וועלען קרימען
אזא חוצפה ג'נימען
אהער קומען

סולת
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 24, 2012 4:13 pm

תגובהדורך סולת » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 2:42 pm

נא סולת
האסט יכולת
מאך א גראם
מיט א טעם
אז דער ביצת עולם אייוועלט
זאל ווערן געקוועלט
זיך קייכן פאר געלעכטער
מוועט מיינען ביסט שעכטער
סא חברה גיטס ספארט אישי
וועל איך נישט ווערן בארד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18003
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » פרייטאג ינואר 04, 2013 4:08 am

יעדער וואס קען
זאל הארכען בן אחר בן

מאכען אביסל גראמען
ס'זאל האבען אלע טעמים
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג ינואר 04, 2013 10:15 am

יי"כ בן אחר בן פאר דעם bonbonniere *
א כלי קיבל פאר ציקערלעך, פאעטישע ברעקלעך פין אייניקלעך
אבער איך וויל פארשטיין און דערגיין דיין מיין פון דעם אשכול'ס מיסד זיין און איר ווייטער גיין
אז כ'האב שוין ג'מאכט דעם עולם באקאנט
אז איך פארמאג טאלאנט און האב א פעדער און די האנט
וואס נאך קען זיין דא אינטערסאנט
א גראם לשם גראם האט א טעם?

*
Untitled picture.png
Untitled picture.png (5.69 KiB) געזעהן 1584 מאל

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » פרייטאג ינואר 04, 2013 10:34 am

msp האט געשריבן:יעדער וואס קען
זאל הארכען בן אחר בן

מאכען אביסל גראמען
ס'זאל האבען אלע טעמים


יישר כח ידידי היקר מנחם שלום פאר די חיזוק רייד
אין פאר'ן אלץ דא זיין פאר מיר צו יעדן צייט

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:25 pm

שבת קודש קומט צו גיין,

און מיר גרייטן ד'שטוב שיין,

אויך מאכלים געשמאק און פיין,

ווי עס פאסט פארן קעניג אליין.

======
שבת קודש קומט צו גיין,

פונעם פנים עס קומט א שיין,

די נשמה ווערט ריין,

ווי א קינד גאר קליין.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט