מודעה ואזהרה

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

מודעה ואזהרה

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:44 pm

איך האב נישט ליב צו רעדן שטרענג, אבער מיין רבי אין חדר האט אויך נישט ליעב געהאט און עכ"ז האט ער יעדע שטיק צייט, (איך מיין צו זאגן יעדן טאג) אונז דערשראקן צום טויט, נישט ווייל ער וויל, נאר ווייל ער מוז! און ער האט אלס צוגעלייגט דעם פזמון: גלייב מיר עס טוט מיר מער וויי...

בקיצור איך האב נישט ליעב צו סטראשענען, און בפרט נאך אזוינע גוטע פריינט וואס איך פארברענג אזוי איינגענעם מיט אייך... אבער עס קומט אמאל א זמן ווען איך גיי אויך ארויס פון גלייכגעוויכט... גענוג איז גענוג! איך האלט נישט ביים ווארענען און נישט מקיים זיין, און דערפאר בין איך מיך מונע פון ווארענען אבער אז איך האב נישט קיין ברירה מוז איך....

אנגעהויבן האט זיך עס ביי א שטות, און איך זאג נישט, איך וואלט נישט אנדערש געווען, און איך וואלט אויך אזוי געטון. אבער ווען עס פאנגט אן צו פארעמען בערג מיט שטותים, און עס פאנגט אן פון א עבירה'לע צו ווערן א בעל עבירה'לע, קען איך נישט צוקוקן און זיין שטיל... איך מיין איר וועט מיר מודה זיין.

איינע פון די זאכן וואס מ'האט מיך געווארנט פאר איך האב אנגעהויבן צו שרייבן אויף אייוועלט איז געווען "גילוי"!!! איך האב אלס געוואוסט אז גילוי איז פון די עבירות וואס זענען יהרג בל יעבר איך האב נאר נישט געוואוסט ווי ווייט גילוי קען גיין. בין איך אריינגעקומען אדעתא דהכי זיך צו האלטן ביים אייוועלטישקייט און נישט בשו"א עובר זיין אויף גילוי. איך האב געקלערט יעבר עלי מה, איך וויל מיך צוימען, און סיי נישט מגלה זיין ווער איך בין און אודאי נישט מגלה זיין קיין צווייטן.

יעדן טאג ווען איך בין אויפגעשטאנען האב איך עקסטער געמאכט א לשם יחוד אויף גילוי און זיך אינטערגענומען צו פראטעקטן די קאנסטיטושן און דעם ניק! און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א לאנגע צייט ביז...

... ביז ס'האט געפלאצט! איך קען דערהערן אז איך טאר נישט מגלה זיין מיין געבורטס נאמען, אבער פארוואס אין די וועלט דארף איך מכסה זיין מיין אייוועלט נאמען? פארוואס יעדעס מאל ווען עס מאכט זיך א שרייבער וואס שרייבט כמו מיין סטייל, אדער ממש ווי מיין סטייל אדער איך שרייב ווי זיין סטייל בכל סטייל וסטיליתו מוז איך שטיין און ענטפערן פארן ציבור אז "ניין! עס איז נישט איך, עס איז פשוט נאך א שרייבער'ל וואס שרייבט אויף דעם סטייל!

פארוואס ווען איינער שרייבט זאלץוואסעריש איז ער שוין זאלץוואסער? פארוואס זאל איך מכסה זיין? און פארוואס דארף איך יעצט ארבעטן אויף גילוי בתוך גילוי?

בקיצור: צום ענין! איך בין "זאלץוואסער" און דאס אלעס! איך בין נישט אנעים זמירות נישט מכה בדופן, און נישט שאץ מאץ און נישט קרעקפאט און נישט כיימאוויטש, און נישט חרוסת... פלעין פשוט "זאלץוואסער" אן קיין כינוים און אן קיין ניקים, אלעס אזוי ווי עס איז.

וועט איר דאך אודאי פרעגן, פארוואס טאקע האב איך נישט קיין אנדערע ניק'ס? עס איז דאך אלס גוט צו האבן א ניק מיט וואס צו שרייבן אנדערע סחורה וואס מ'וויל נישט ווערן אידענטפיצירט דערמיט, דאס ווערט אנגערופן אין ענגליש: פראטעקט די ברענד! פיין, זאל זיין אזוי, אבער איר האלט אז אויב האב איך א אנדערן ניק וואלט איך דערמיט געשריבן סחורה וואס איז אויפן זאלץוואסער סטייל? נוץ קאפ! אזויפיל קען מען נישט דערלערנען?

פארוואס איך בין ברוגז? ווייל יעדעס מאל וואס איינער שרייבט א גוטן ארטיקל, און אמאל אפילו אן אומבאלומפערטן ארטיקל, באקום איך אין אישי שאלות וואס מאכט מיך ארויס גיין פון גלייכגעוויכט....

אני "זאלצוואסער" ולא אחר! איך האב נישט קיין שום אנדערע ניק... (וואס איר זאלט קענען אידענטיפיצירן...)

גענוג קלאר? אז נישט פרעג איבער! שעם דיך נישט! לא הביישן למד...

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:52 pm

איך ווייס שוין פינלאנג אז די ביסט "זאלץוואסער" נאר ווילאנג די האסט ניש געזאגט האב איך אויך ניש געוואלט זאגן.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:56 pm

סאו איימעניט, ווער ביסטו למעשה.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 3:58 pm

ז-א-ל-ץ-ו-ו-א-ס-ע-ר

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:00 pm

חרוסת; אייזן גוט געשריבן...

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:01 pm

סאכדעס האט געשריבן:ז-א-ל-ץ-ו-ו-א-ס-ע-ר קעניש ווערן אנערקענט, מיר האבן שוין א זאלץוואסער.
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:02 pm

יגר'ל איך ווארן דיך!!!

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:10 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:איך בין נישט ..... מכה בדופן,


דעיס אי'מער שוין א גרויס חידוש.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:16 pm

זאלץוואסער: קיינמאל געטראכט אז דו פארמאגסט צוויי כינויים, ווייל צו דיינע שרייב ווערק איז נישטא קיין פארגלייך.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:17 pm

מאך דיך נישט תמ'יש! בין איך סקיציש?

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:17 pm

טייבעלע האט געשריבן:זאלץוואסער: קיינמאל געטראכט אז דו פארמאגסט צוויי כינויים, ווייל צו דיינע שרייב ווערק איז נישטא קיין פארגלייך.

שכוח טייבעלע!!!

זעהט עטס? איך האב ענק געזאגט!!!

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:19 pm

מכה בדופן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:איך בין נישט ..... מכה בדופן,


דעיס אי'מער שוין א גרויס חידוש.


אויך פאר מיר.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:26 pm

פון מיין זייט, נוץ וויפיל ניקס דו ווילסט, ביזט ערלויבט,
איי דאונט קער,
איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן,
אויב האסטו א אנדערע ניק איז עס ווייל דו ווילסט עס באהאלטן, סא פארוואס קריכן?

איך אליין האב עטליכע ניקים, ווייל נישט אלעס קען מען שרייבן פון די "שמן זית זך" קלארע ניק

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:31 pm

שמן זית האט געשריבן:פון מיין זייט, נוץ וויפיל ניקס דו ווילסט, ביזט ערלויבט,
איי דאונט קער,
איך בין נישט אינטערסירט צו וויסן,
אויב האסטו א אנדערע ניק איז עס ווייל דו ווילסט עס באהאלטן, סא פארוואס קריכן?

איך אליין האב עטליכע ניקים, ווייל נישט אלעס קען מען שרייבן פון די "שמן זית זך" קלארע ניק


איך האב שוין לאנג חושד געווען אז נישט אלעס פארציילסטו מיר...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » זונטאג דעצמבער 16, 2012 4:43 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:וכו' וכו'

איך קען דאס באשטעטיגן :wink:

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » זונטאג דעצמבער 16, 2012 6:28 pm

זאלצי!!!
בוזט געוואלדיג!!!
לייען דורך דעם אשכול, ס'קען דיר צוניצקומען:
viewtopic.php?f=3&t=10996
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1655
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » זונטאג דעצמבער 16, 2012 9:15 pm

אקעי אקעי איך פארשטיי שוין איך וועל דיר שוין מער נישט חושד זיין
אבער פליז מאך זיכער יעדן טאג א פרישה

שכוח
Impossible is just an opinion

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 11:03 am

גאנץ גוט
פון מיינעטוועגען מעגסטו זיין זאלץוואסער....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג דעצמבער 17, 2012 11:12 am

זאלץוואסער האט געשריבן:וועט איר דאך אודאי פרעגן, פארוואס טאקע האב איך נישט קיין אנדערע ניק'ס? עס איז דאך אלס גוט צו האבן א ניק מיט וואס צו שרייבן אנדערע סחורה וואס מ'וויל נישט ווערן אידענטפיצירט דערמיט, דאס ווערט אנגערופן אין ענגליש: פראטעקט די ברענד! פיין, זאל זיין אזוי, אבער איר האלט אז אויב האב איך א אנדערן ניק וואלט איך דערמיט געשריבן סחורה וואס איז אויפן זאלץוואסער סטייל? נוץ קאפ! אזויפיל קען מען נישט דערלערנען?

;l;p-

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » דינסטאג דעצמבער 18, 2012 1:58 pm

יגעוויסט האב איך אז דו בוזט גוט משוגע

זאלץוואסער בוזטו אויך?
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג דעצמבער 18, 2012 8:42 pm

אקעי, דו מודעה פארשטיי איך שוין, אבער וואס איז די אזהרה?

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3783
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך דעצמבער 19, 2012 8:31 am

אויפריכטיג האט געשריבן:אקעי, דו מודעה פארשטיי איך שוין, אבער וואס איז די אזהרה?


זאלסט דיך נישט דערוואגען חושד צו זיין...
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט