גריסן און שמועסן
זונטאג מאי 30, 2010 10:49 pm
איכערל, גוט געזאגט. און אין צייט. יפה דברת, ובעתו דברת
Advertisement
דינסטאג אפריל 17, 2012 7:26 pm
אינטרעסאנטע הוראה פון הגאון האדיר רבי יעקב לעבאוויטש זצ"ל באוויסט אלץ "דער קאפיש'ער רב", שרייבט ער אין זיינע הגהות אויפן שו"ע (או"ח סימן תפ"ט סק"ג):
"הייתי רגיל לומר לאנשים הטרודים, ואינם מתפללים עם מנין, ושכיח שאין סופרים עכ"פ פעם אחת במ"ט הימים, שלא יספרו בברכה, דכיון דיודע דבכל השנה בא לידי שכחה עכ"פ פעם אחת, והוי ספק הרגיל וכמעט רוב הוה והוה ברכה לבטלה".
נאך א לענגערע אריכות ענדיקט ער נאכאמאהל צו "אם כן יש מקום גדול לומר כמו שכתבתי דמי שיודע בעצמו שבכמה שנים שעברו לא השלים כל מ"ט ימי הספירה לא ימנה בברכה ויאמר להש"ץ או לאיש אחר שיוציאנו בברכתו וישמע ויענה אמן, וכשסופר ביחיד יאמר הברכה בלא אמירת שם ומלכות רק בהרהור", עכ"ד.
דאס הייסט לכתחילה פונם ערשטן טאג זאל ער יוצא זיין די ברכה פון א צווייטן. פירט זיך דער עולם טאקע ווי דער פסק?
דינסטאג אפריל 17, 2012 9:36 pm
איך האב געהערט דעם פסק פאר פרויען, מענער האב איך נאך נישט געהערט.
מיטוואך אפריל 18, 2012 9:08 am
יש להוסיף
אינטערעסאנט
אבער עס זענען דא פוסקים וואס האלטען אז אפילו אויב איינער ווייסט
אז ער וועט האבען אנ'אפעראציע וואס וועט אים פארטויבען איבער א מעל"ע
קען ער און דארף ער ציילען מיט א ברכה
ווייל שיטת הבה"ג איז נישט אויף למפרע
מיטוואך אפריל 18, 2012 10:49 am
סאכדעס האט געשריבן:מאשקע, דאס איז א תורה'דיגער דיון, אז דו ווילסט וועל מיר דאס דורכטוהן אין ס'מעדרעש.
דער דאיען שליט"א קען מיר צוצייכענען ס'לינק דערצו?
כ'וואלט זייער געוואלט וויסן מער פרטים איברן פסק פון בעל ד"ח והגאב"ד הרמ"א ז"ל, ייש"כ
מיטוואך אפריל 18, 2012 11:31 am
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:50 am
יא, ב"ה.
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:50 am
ווינקל האט געשריבן:יא, ב"ה.
פרייטאג אפריל 12, 2013 10:53 am
מאנ-יימער האט געשריבן:ווינקל האט געשריבן:יא, ב"ה.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:10 am
נשי קיין קונץ אזוי פרי, עמיר הערן פון ענק אין א חודש 2 ארום....
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:13 am
יוראפ האט געשריבן:נשי קיין קונץ אזוי פרי, עמיר הערן פון ענק אין א חודש 2 ארום....
אין צוויי חדשים ארום וועל איך שוין מסתם נישט ציילן מיט א ברכה
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:15 am
מאנ-יימער קוקט אויס אז די האסט געכאפט די דזשאוק.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:23 am
וועלכע דזשאוק?
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:31 am
גראדע דענק איך נישט ווען כ'האב געזאלט אמאל ציילן אן א ברכה.
אמת, עס קען זיך מאכן ביי יעדעם.
פרייטאג אפריל 12, 2013 11:32 am
וואס גייט פאר דא מעקעין שויניש שרייבן דא א גראד ווארט? אלעס דארף זיין דזשאוקס? וואסי דא פאברענגען? כתה ד'? כתה ה'?
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:03 am
כתה ה'
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:06 am
דערווייל נאך יא ב"ה
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:18 am
מיין געלונגענסטע מעשה איז ווען איך האב אמאל די ערשטע נאכט נישט געקענט ציילען מיט א ברכה:
איך האב נישט מער געדאכט געפירט סדר אין שפיטאל פאר מיין ניי געבוירענע זון'ס מאמע. סוף סדר געב איך א זאג, "צייל ספירה, היינט איז דער ערשטע טאג....אופס!"
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:41 pm
יענקל פאטאש האט געשריבן:איך האב געהערט דעם פסק פאר פרויען, מענער האב איך נאך נישט געהערט.
נשים ציילן בכלל נישט
דאנערשטאג אפריל 18, 2013 3:53 pm
אנעים זמירות האט געשריבן:מיין געלונגענסטע מעשה איז ווען איך האב אמאל די ערשטע נאכט נישט געקענט ציילען מיט א ברכה:
איך האב נישט מער געדאכט געפירט סדר אין שפיטאל פאר מיין ניי געבוירענע זון'ס מאמע. סוף סדר געב איך א זאג, "צייל ספירה, היינט איז דער ערשטע טאג....אופס!"
איי איי איי האב איך יעצט געלאכט!!!
פרייטאג אפריל 19, 2013 7:21 am
~היינט איז דער ערשטע טאג~ איז אזוי ווי זאגען היום יום ראשון לעומר....
איז דאס טאקע יוצא געווען?
פרייטאג אפריל 19, 2013 11:27 am
עס גייט אריין אינעם שאלה צי מען איז יוצא אפילו מען זאגט נישט לעומר. לויט רוב פוסקים איז מען יוצא.
זונטאג אפריל 21, 2013 12:06 am
ביי אונז האט מען אנגענומען אז אפי׳ מען האט פארגעסן קען מען ווייטער ציילן מיט א ברכה
(ב״ה מ׳האמער נישט פארגעסן)
זונטאג אפריל 21, 2013 2:04 am
כמנהג ירושלים'ע רב ר' משה ארי'?
זונטאג אפריל 21, 2013 2:41 am
סערא שאלה? נעוואדע מיט א ברכה!!!