גריסן און שמועסן
מאנטאג מאי 14, 2007 9:17 pm
יא אדער ניין? ביטע גיבט אפ אייער שטימע.
אויב נישט ווען האט איר פארגעסן צו ציילען?
Advertisement
מאנטאג מאי 14, 2007 9:27 pm
ברוך השם. אזוי ווי אלע יארן.
אגב, גראדע פסק'נט הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל אין ספר מרא דשמעתתא אז אפילו אויב מען פארגעסט צו ציילן איין טאג, מעג מען ווייטער ציילן מיט א ברכה.
מאנטאג מאי 14, 2007 9:54 pm
ברוך השם, און ער זאל העלפן אויף ווייטער אויך.
דינסטאג מאי 15, 2007 9:17 am
איך האב געשטימט אויף ניין.
נישט ווייל איך בין דער איינציגסטער וואס ציילט שוין נישט מיט א ברכה, נאר דער ווייל איך בין דער איינציגסטער וואס האט די גאטס דאס צו עדמיטען.
דינסטאג מאי 15, 2007 11:46 am
מאשקע, זעהר שיין פון דיר, אבער ווען דו רופסט ווען באלד אן דעם דאיען, העסטו ווען נאך געציילט מיט א ברכה.
שערקויעך קרעמער פאר דעם מראה מקום. מיר ווייסן אויך אזוי.
דינסטאג מאי 15, 2007 11:49 am
איהר פרעגט מיר ווען דעם פראגע אין איינע פון די פארגאנגענע יארן, וואלט איך זיכער געוועלט ניין. אבער איך ווייס נישט פארוואס, אבער פאר א מיסטעריעזע אורזאך, צייל איך נאך די יאר מיט א ברכה. אינטערעסאנט. לאמיר זעהן צו איך וועל עס קענען אנציען ביז די בלינצעס.
דינסטאג מאי 15, 2007 11:51 am
קרעמער און סאכדעס;
די גאנצע וועלט לעבט אין א טעות?
דינסטאג מאי 15, 2007 11:55 am
מאשקע, דאס איז א תורה'דיגער דיון, אז דו ווילסט וועל מיר דאס דורכטוהן אין ס'מעדרעש.
דינסטאג מאי 15, 2007 11:58 am
קרעמער, קען זיין אז ער נעמט עס פונעם קאמארנע וואס האלט אויך אזוי.
דינסטאג מאי 15, 2007 11:59 am
ס'איז נישט פונקט, אבער ווי אויבנדערמאנט, דא איז נישט ס'פלאץ.
דינסטאג מאי 15, 2007 12:01 pm
שוין געשריבן דארט?
דינסטאג מאי 15, 2007 12:22 pm
גראדע איך צייל שוין נישט מיט א ברכה,
אבער ס'איז באקאנט, און כ'אב עס שוין געזעהן געשריבן, ווי מ'ברענגט נאך פון הייליגען דברי חיים, דער צאנזער רב, אז ער האט גע'פסק'נט אז אפילו מ'פארגעסט איין טאג, קען מען ווייטער ציילן מיט א ברכה, די סיבה פארוואס איך פיר זיך נישט אזוי, איז ווייל דאס אז מ'מאכט 'נישט' קיין ברכה, איז אן הלכה וואס שטייט קלאר אין שלחן ערוך, און די פסק פון צאנזער רב, איז א זאך וואס מ'ברענגט נאך, איך ווייס נישט ווי ווייט מ'קען זיך פארלאזן דעראויף.
איי וויל בי מאר דען העפי ווען איינער וועט ברענגען א גוטער מקור דערפאר.
דינסטאג מאי 15, 2007 12:28 pm
ניין, זייט יענע וואך
דינסטאג מאי 15, 2007 1:45 pm
צייטליך,
וואס הייסט מען ברענגט נאך? עס שטייט נישט אין דברי חיים?
דינסטאג מאי 15, 2007 4:54 pm
באכאשעם יא. איין טאג האבעך כמעט פארגעסן, אבער מ'האט זיך דערמאנט בעצייטענס.
דינסטאג מאי 15, 2007 5:36 pm
קרעזי האט געשריבן:צייטליך,
וואס הייסט מען ברענגט נאך? עס שטייט נישט אין דברי חיים?
איך ווייס נישט, כ'האב קיינמאל נישט נאכגעקוקט, איך האב עס געזעהן אין א שבת'דיגע ליפלעט, (איינע פון די צענדליגע וואס ווערן אויסגעטיילט יעדן שבת ביינאכט)
דינסטאג מאי 15, 2007 7:00 pm
יא
דינסטאג מאי 15, 2007 10:49 pm
לחיים ולברכה האט געשריבן:באכאשעם יא. איין טאג האבעך כמעט פארגעסן, אבער מ'האט זיך דערמאנט בעצייטענס.
מסתם ביסטו יענעם טאג נישט געווען אין קרעטשמע, און אויב יא, און די קרעטשמע האט דאס דיר דערמאנט, וואלסטו ווען זיך געדארפט באדאנקען כאטש.
מיטוואך מאי 16, 2007 10:00 am
אה יאכער האט ערווענט דאס וואס כ'האב געוואלט שרייבן. א קרעטשמע מיטגלידער, איז כמעט אומעגליך אז ער זאל פארגעסן צו ציילן ספירה, אז נישט ביינאכט נאך מעריב, לייענט ער כאטשיג אינמיטן טאג.
אויבן אן איז דא אנעשקויל וואס דערממאנט ס'ציבור פון ספירה. און אפילו די וואס קומען נישט זונטאג, מוצש"ק איז דאך יעדער אין שוהל ביי מעריב, שבת, אויך. אלזא, ווען קען מען דען פארגעסן.
מיטוואך מאי 16, 2007 10:06 am
סאכדעס, ביסט טאקע וויאויל גערעכט, כ'האב טאקע נישט פארגעסן צו ציילן ביז כ'בין אוועק געפארן עטליכע טעג פון קרעטשמע, וואס דאן האט עס פאסירט.
מיטוואך מאי 16, 2007 10:51 am
אין מרא דשמעתתא (להגרמ"א פריינד) ברענגט ער טאקע צו פונעם דברי חיים.
מיטוואך מאי 16, 2007 6:14 pm
מיר זאגט איינער אז ער קען נישט גלייבן אז אויבן אין הימל זאל מען שמייסען פאר'ן מאכן א ברכה, במילא ווען ער ציילט ספירה מאכט ער א ברכה.
מיטוואך מאי 16, 2007 10:49 pm
דאס איז שוין נאריש, נו אפשר מעג מען מאכן א ברכה לבטלה, ווייל יענער גלייבט נישט אז מ'וועט אים שמייסן פארן מאכן א ברכה?
מיטוואך מאי 16, 2007 11:53 pm
גם אני מצטרך לדברי איך-הער, אזעלכע ווערטער שמעקן נישט גוט.
דאנערשטאג מאי 17, 2007 11:11 am
טעכניש, טעכניש ביסטו וואויל גערעכט, אבער גאט האט אנאנדער סיסטעם ווי דו פילסט.