גריסן און שמועסן
דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 3:03 pm
אזוי ווי טויסיג 2 בפקודת המחותן שליט"א האבן אנגעפאנגען א פראגראם צו האלטן א געוויסע אשכול העכער ווי די אנדערע אשכולות, און נישט אלעמאל איז דא צובאקומען א איבריגע אשכול אויף וואס יענע הויכע אשכול זאל ליגן, עפן איך די אשכול און יעדע מאל וואס איינער וויל אויפהייבן יענע אשכול וועט ער עס קענען ארויפלייגן אויף די אשכול, און אזוי ארום (ארום וואס?) נישט דארפן האלטן די אשכול הויעך אין די הענט ביז איינער וועט עס איבערנעמען.
העי ווער האט ארויפגעלייגט די אשכול העכער די העכערע אשכול? כ'האב קלאר געשריבן אין די תקנות אז דאס איז נאר געמאכט צו ליגן אונטער די הויכע אשכול.
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 3:15 pm
כאביך מורע אז די עשקול העט זיך איבערברעכן פון יענע שווערע געוויכט
דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 3:30 pm
די שאלה איז צו די אשכול איז גענוג אז עס זאל זיין נידריגער פון א צווייטן, אדער מוז עס דוקא זיין די נידריגסטע??
איך וואלט די זעלבע שאלה ווען געקענט פרעגן ביי די העכערע אשכול, צי ס'איז גענוג העכער פון איינס אדער בהחלט די העכסטע!! נאר וואזשע דען?! כ'האב געוואלט טעסטען צו דעיס גייט טאקע בלייבן נידריג אפילו מיט מיין תגובה...
דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 3:49 pm
איך האב יעצט געכאפט רויט האנטיג דעם פארברעכער
ער האט ארויף געריקט דעם אשכול העכער די העכער מילא איז די העכער געווארן ווייניגער העכער
די נידריגערע איז העכער געווארן - אטאמאטיש איז די העכער נידריג געווארן
היה לא תהי' אט ליינט און שטוינט ווי אזוי מען איז ארויף אויף דעם גנב'ס שפירן
די מעשה ווערט אראפגעברענגט אינעם נידריגן אשכול איינע פון די תגובות
עס איז צושטאנד געקומען וויבאלד איינע פון די ווארטענדיגע זענען געווען זייער נידריג
מחמת ווארטענדיג אויפ'ן הויכען טעלעפאון אויפ האָלד
אזוי איז עס געשען:
זיצענדיג לעבן דעם העכערע אשכול (העכער פון די נידריגע)
זיכער מאכענדיג אז קיינער קומט נישט נאנט צום נידריגן אשכול איר ארויפ צו ריקען "העכער"
זעה איך ווי די נידריגע אשכול רוקט זיך זייער גאר גאר פאמעליך ארויפ - סענטימעטער ביי סענטימעטער
אינטש ביי אינטש - האר ביי האר
ממש וואס מען קען קוים באמערקן
צום ערשט האב איך געמיינט איך חלום - וויבאלד איך בין גאנץ גוט און חלומ'ן
אבער מיט יעדע ליאדע מינוט, ווערט עס העכער ביז ביז עס דערגרייכט דעם העכער אשכול און בבווווווווממססססס
"עס איז געווארן העכער"
גלייך רייס איך אריין אינעם העכערן אשכול איך הייב עם אינטער, יעצט עט עס מער שוין נישט געשען
איך גיי זיצן אויפן העכער אשכול - איינער וואס מאכט די נידריגע אשכול העכער - גייט גיין מכות
סך הכל אקעגן א חיריק יוד מעג איך נאך מאכן אביסל
סעלף דיפענס - ער זאל זיך זעלבסט קאנטראלן
דער אשכול בלייב העכער!!!!!!!!!
אזוי זיצענדיג אויפן גאר גאר הויכע יצט געווארנע אשכול פיל איך ווי איך הייב מיר אן וואקלען
אלע תגובות גיבן זיך אזא קליין שאקל און נאך א שאקל - נאך א קליינע יעצט א שנעלע יעצט נאך א גאר שנעלע יעצט א פיצי יעצט א לאאאאנגע פיצי שאקל
אודך - דער נידריגער אשכול הייבט זיך אן ארויפ ריקן
מיין בלוט איז מיר ארויפ אין קאפ - אזאנס?
איך זיץ אויפן העכערן אשכול - ווי א גזלן קומט איינער פאר מיין נאז אין רוקט עס ארויפ (איך מיין יעצט רעד איך פונעם נידריגן אשכול)
איך שטעל מיך אויף ספאנטאן - איך בייג מיר אביסל פאראנט איך האלט אן מיין פאה סע זאל זיך נישט ארויסשטעקן פונעם אשכול
אזוי וועט דער רוקער מיר נישט באמערקן
אט זעה איך ווי איינער - איך גיי נישט זאגן וועגן גילו
אבער נאך איינמאל דו ריקסט עס ארויפ גיי איך מוזן שרייבן דיין נאמען
זאג נישט איך האב דיר נישט געווארענט
עניוועי - איך זעה אזוי ווי ער שטיפט ארויפ דעם אשכול מיט ביידע הענט
ער אטעמט נאך אביסל שווער - אבער צוביסלעך פלי איך העכער אין נידריגער ארויפ און אראפ
איך געב א שריי האלט!!!
ער האט זיך דערשראקן - והא ראיה ער האט אויפגעהערט מאכן דעם נידריגן אשכול העכער די העכער
וויבאלד די העכערע אשכול קומט העכער כדי סע זאל קענען גיין נאך און נאך העכער
איך פרעג עם אזוי מיט א העכער שטימע - איך האב עם געגעבן דעם שטרענגע בליק
זאגט ער אזוי:
די ערשטע מאל איז עס געווען א טעות
ער איז געשטאנען לעבן דעם אשכול, מיט זיין עלענבויגן האט ער געגעבן א שטיפ ארויפ דעם נידריגן אשכול העכער די העכערע אשכול
ער האט געזעהן אז סע איז אסאך פאן וויבאלד סע קעגן די תקנה האט ער פרובירט נאכאמאל
אפי' די צווייטע מאל איז עס געווען שווערער - האט ער נישט אויפגעגעבן עניוועי
פון יעצט און ווייטער בלייבט די נידריגע אשכול נידריג
די העכערע אשכול העכער
****
יעצט הער איך ווי איינער קומט סא איך לויף שנעל צוריק אין חדר ביי ביי
דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 6:13 pm
מאנעלע עני עייצה וויזוי אראפ צו שטיפן, סגיייייט נישט
דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 9:40 pm
ווען משוגע מאכט ווען נידריג, נא? פירטס אויס...
פרייטאג נובמבר 30, 2012 12:09 pm
שיינער חלום רב שלעפשיץ.....
פרייטאג נובמבר 30, 2012 12:13 pm
יוראפ האט געשריבן:מאנעלע עני עייצה וויזוי אראפ צו שטיפן, סגיייייט נישט
שטיפ נישט צו שטארק, שלעפשיץ קען אראפפאלן
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 2:52 pm
אראפ
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 2:53 pm
אויש, יעצט איז עס ארויף.
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 2:57 pm
דריי איבער דיין סקרין
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 2:59 pm
געוואלד!! עליונים למטה ותחתונים למעלה!
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 3:01 pm
ידיד האט געשריבן:דריי איבער דיין סקרין
אבער אלעס שטייט יעצט פארקערט, איך קען נישט ליינען אזוי
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 3:04 pm
אזא מין חוצפהדיגע אשכול נאכנישט געזעהן!!
אראפ און די ערד זאלסטו יעצט גיין
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 3:06 pm
שנאפס האט געשריבן:ידיד האט געשריבן:דריי איבער דיין סקרין
אבער אלעס שטייט יעצט פארקערט, איך קען נישט ליינען אזוי
דער אשכול איז נישט געמאכט צו ליינען, ס'איז געמאכט צו זיין אונטן
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 3:19 pm
אקעי
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 6:12 pm
איינער האט אן עצה ס'זאל אראפגיין אינטען?????????
דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 6:26 pm
אפשר זאל מען עפענען א באזונדערע אשכול פאר זאכן וואס מ'וויל שרייבן דא, אזוי וועט דער אשכול בלייבן אונטן.
מאנטאג דצמבר 10, 2012 7:23 am
שבשפלנו זכר לנו אוי......
מיטוואך דצמבר 19, 2012 2:54 pm
האב נישט מורא ס'גייט שוין אראפ
דאנערשטאג דצמבר 20, 2012 3:59 am
ברוך השם פאר דעם
דינסטאג דצמבר 25, 2012 11:37 pm
איך פארשטיי נישט די נידריגע אשכול איז אזוי נידריג אין קיינער קוקט ניטאמאל דערארויפ.
נישט קיין שיינע זאך
דינסטאג דצמבר 25, 2012 11:39 pm
יעצט איינמאל בין איך העכער פון די העכערע אשכול חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח
מיטוואך דצמבר 26, 2012 7:52 am
אראפ
מיטוואך דצמבר 26, 2012 8:04 am
וואס איז דאס דער רב הייסט אראפ און דו גייסט ארויף????