בלאט 1 פון 3

אנקעטע? צינדט איר א "וואנט מנורה" אדער א "שטייענדיגע מנורה"?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 1:54 am
דורך בעל דמיון
ביטע געט אפ אייער שטימע און וואס א מנורה איר צינדט און אויב איר האט אן ענין דערביי, ייש״כ

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:00 am
דורך מי חכם
וואס הייסט א וואנט מנורה?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:07 am
דורך בעל דמיון
ובזה החלי, איך פיר מיך צו צינדן אין א וואנט מנורה, פארוואס:
א׳ ווייל אזוי האט זיך מיין טאטע געפירט
ב׳ ווייל דאס האב איך מער ליב און וועגן דעם...
ג׳ האט מיר דאס די ב״ב געקויפט!
איך געדענק אז כ״ק אדמו״ר שליט״א פלעגט צו צינדן די ערשטע פיר טעג און א ירושה מנורה א שטייענדיגע און די לעצטע פיר טעג און א וואנט מנורה כדי אז ס׳זאל זיין גלייך אלע לעכט אן א הפסק פונעם שמש אונציווישן די ערשטע פיר און די צוייטע פיר
(אה די פרעגסט ווער ס׳איז כ״ק אדמו״ר שליט״א? וואס הייסט ווער, די רבי זאל זיין געזונט און צווייטנס מעגסט דיך שעמען אז די ביזט קיינמאל נישט געווען ביים רבינ׳ס לעכט צינדן, נע דזשאסט קידין, כ״ק אדמו״ר מ׳וויזשניץ מאנסי שליט״א)

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:08 am
דורך בעל דמיון
מי חכם האט געשריבן:וואס הייסט א וואנט מנורה?

א מנורה מיט א רוקן (בעסער?)

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:30 am
דורך א וויליאמסבורגער איד
וואנט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 8:15 am
דורך לכאורה
שטייענדיגע מנורה
א' ווייל דאס האט מען מיר געקויפט
ב' ווייל דאס נוצט מיין פאטער זז"ג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 8:30 am
דורך בן אחר בן
מי חכם האט געשריבן:וואס הייסט א וואנט מנורה?

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 11:35 am
דורך קאמפיוטער דזשאב
וואנט מנורה
קודם דאס איז אסאך שענער לכבוד יו"ט
און דאס ניצט מיין טאטע זאל זיין געזונט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 11:38 am
דורך געלעגער
שטייעדיגע כמנהג אבותי ורבותי (פרעג נישט וועלכע)

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 12:03 pm
דורך ידיד
לכאורה האט געשריבן:שטייענדיגע מנורה
א' ווייל דאס האט מען מיר געקויפט
ב' ווייל דאס נוצט מיין פאטער זז"ג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 12:15 pm
דורך שלעפשיץ
קאמפיוטער דזשאב האט געשריבן:וואנט מנורה
קודם דאס איז אסאך שענער לכבוד יו"ט


ועוער זאגט סע שענער?
אפשר איז מיין שטייעדיגע מנורה שענער?

אה פאר דיר איז יענץ שענער איכער.............

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 1:30 pm
דורך וואלדעק
שטייענדיגע, ווייל דאס האט מיר מיין שווער געקויפט אלץ חתן.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 1:41 pm
דורך ירוחם
שטייענדיגע. ווייל דאס ענדלט אין די מנורה פון ביהמ"ק. און אויך ווייל דאס האט מיר די זילבער געשעפט פארקויפט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 1:45 pm
דורך יוראפ
ווייל דאס האט מיר די חתונה מאלל געשיקט

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:08 pm
דורך שאהן הענניטי
שטייעדיגע. ווייל ס'פילט מער אן מיין טשיינע קלאזעט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:10 pm
דורך שנאפס
לכאורה האט געשריבן:שטייענדיגע מנורה
א' ווייל דאס האט מען מיר געקויפט
ב' ווייל דאס נוצט מיין פאטער זז"ג

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:10 pm
דורך שנאפס
געלעגער האט געשריבן:שטייעדיגע כמנהג אבותי ורבותי (פרעג נישט וועלכע)



וועלכע טאטע? (איך פרעג יא)

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:22 pm
דורך טייבעלע
וואנט/ריקען/זיצעדיג/ליגעדיג, אזוי האט זיך מיין זיידע געפירט, און מיין פאטער צו לאנגע געזונטע יארן האט אויך שפעטער געצינדען אינעם זיידענס מנורה.

אין בית רוזין, און אזוי טרעפען מיר פילע צדיקים האבן גענוצט א די סארט מנורה.

עס איז נישט דא קיין פראבלעם דערמיט עס צולייגען נידריגער פון צען טפחים, בעסער געזאגט עס לייגען כהאר"י אביסעל העכער פון דריי טפחים.

עס איז פראכטיג און שיין, און עס צו גרויס עס זאל אריין גיין אינעם טשיינע קלאזעד.

ועוד משום טעמים כמוסים.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 3:09 pm
דורך לכאורה
שנאפס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:שטייעדיגע כמנהג אבותי ורבותי (פרעג נישט וועלכע)



וועלכע טאטע? (איך פרעג יא)

אין די מעלות פון חשון תשע"ג, שטייט אז די וואס פרעגן זיך נאך אויף א צווייטנס משפחה ענינים, צב"ש ווען גייסטו צו טאטי מארקאוויטש א.ד.ג., איז דאס א סימן אז זיי אליין וכו' וד"ל, אויף קיין שום אידיש קינד געדאכט בלע"ז.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 3:11 pm
דורך שאהן הענניטי
אז זיי אליין?? ווער אליין?? די מעלות?????????????
וואס מיינט וד"ל, און וואס מיינט בלע"ז?? כ'קען נישט קיין פרענטש

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 3:12 pm
דורך לכאורה
שאהן הענניטי האט געשריבן:אז זיי אליין?? ווער אליין?? די מעלות?????????????
וואס מיינט וד"ל, און וואס מיינט בלע"ז?? כ'קען נישט קיין פרענטש

נעם עס נישט צום הארצן, איך האב גערעדט צו שנאפסי.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 3:19 pm
דורך שאהן הענניטי
קיין פראבלעם.
יעצט לאמיר הערן וואס די מעלות שתחי' האט געזאגט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 4:34 pm
דורך שנאפס
לכאורה האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:שטייעדיגע כמנהג אבותי ורבותי (פרעג נישט וועלכע)



וועלכע טאטע? (איך פרעג יא)

אין די מעלות פון חשון תשע"ג, שטייט אז די וואס פרעגן זיך נאך אויף א צווייטנס משפחה ענינים, צב"ש ווען גייסטו צו טאטי מארקאוויטש א.ד.ג., איז דאס א סימן אז זיי אליין וכו' וד"ל, אויף קיין שום אידיש קינד געדאכט בלע"ז.


מיין כיתה ב' רבי פלעגט צו זאגן אז אויב איינער זאגט פאר א מסור אז ער גייט ווערן א קעצל, גייט דער זאגער אויך ח"ו ווערן.

ודו"ק

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2012 10:49 am
דורך msp
איך קען נישט שטימען
ווייל איך צינד אויף אכט גלעזעלעך וואס איך לייג ביים פענסטער

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2012 11:01 am
דורך מכטי1
msp האט געשריבן:איך קען נישט שטימען
ווייל איך צינד אויף אכט גלעזעלעך וואס איך לייג ביים פענסטער

וואו ליגען די גלעזעלעך???
אנוכי הקטן:
שטייענדיגע מנורה
א' ווייל דאס נוצט מיין פאטער זז"ג
ב' ווייל דאס האט מען מיר געקויפט