גריסן און שמועסן
מאנטאג נובמבר 26, 2012 11:02 am
שטייענדיגע
Advertisement
מאנטאג נובמבר 26, 2012 11:45 am
msp האט געשריבן:איך קען נישט שטימען
ווייל איך צינד אויף אכט גלעזעלעך וואס איך לייג ביים פענסטער
די חסידים פארלאנגן בילדער (דער רבי קען בעטן די רעבעצין זאל בעטן די גבאי צו כאפן א בילד און אריינשיקן פאר JDN)
מאנטאג נובמבר 26, 2012 11:49 am
וועלען מיר משתדל זיין...
מאנטאג נובמבר 26, 2012 1:53 pm
ובזה החלי, איך פיר מיך צו צינדן אין א שטייענדיגע מנורה, פארוואס:
א׳ ווייל אזוי האט זיך מיין טאטע געפירט
ב׳ ווייל דאס האב איך מער ליב און וועגן דעם...
ג׳ האט מיר דאס די ב״ב געקויפט!
איך געדענק אז כ״ק אדמו״ר שליט״א פלעגט צו צינדן די ערשטע פיר טעג אין א שטייענדיגע מנורה און די לעצטע פיר טעג אויך א שטייענדיגע מנורה, און דער שמש איז געווען ארויסגעשטעקט פונם מנורה כדי אז ס׳זאל זיין גלייך אלע לעכט אן א הפסק פונעם שמש אונציווישן די ערשטע פיר און די צוייטע פיר.
(אה די פרעגסט ווער ס׳איז כ״ק אדמו״ר שליט״א? וואס הייסט ווער, די רבי זאל זיין געזונט און צווייטנס מעגסט דיך שעמען אז די ביזט קיינמאל נישט געווען ביים רבינ׳ס לעכט צינדן).
דינסטאג נובמבר 27, 2012 12:23 pm
פארוואס איך האב געשריבן אז איך ניץ א וואנט מנורה, איז טאקע צוליב דעם וואס דאס ניצט מיין טאטע און מיין רבי שליט"א
אבער ווען מ'קוקט אהן א וואנט מנורה קען מען זעהן א פראכט פון א זאך, מיט שיינע חיות, בלימען און שיינע דיזיינ'ס וטואס כ'מיין אז ביי א שטייענדיגע איז דאס נישט דא אזוי ווייט ווייל עס איז נישטא אזוי סאך מיט וואס צו שפילן.
און אלץ הידור מצוה האלט איך אז א וואנט איז פול שענער, און דאס ניץ איך טאקע.
דינסטאג נובמבר 27, 2012 5:23 pm
קען איינער אביסל שרייבן די היסטאריע פון די שטייעדיגע מנורה? ווי איך פארשטיי האט אמאל יעדער געצינדען אין א וואנט מנורה, חוץ אין בית המקדש, און ס'קען טאקע זיין אז מען האט געמאכט וואנט מנורה'ס טאקע אז ס'זאל נישט זיין ווי אין בית המקדש, כאטש עס איז א אנדערע נומער לעכט.
דינסטאג נובמבר 27, 2012 5:58 pm
ווינקל האט געשריבן:ובזה החלי, איך פיר מיך צו צינדן אין א שטייענדיגע מנורה, פארוואס:
א׳ ווייל אזוי האט זיך מיין טאטע געפירט
ב׳ ווייל דאס האב איך מער ליב און וועגן דעם...
ג׳ האט מיר דאס די ב״ב געקויפט!
איך געדענק אז כ״ק אדמו״ר שליט״א פלעגט צו צינדן די ערשטע פיר טעג אין א שטייענדיגע מנורה און די לעצטע פיר טעג אויך א שטייענדיגע מנורה, און דער שמש איז געווען ארויסגעשטעקט פונם מנורה כדי אז ס׳זאל זיין גלייך אלע לעכט אן א הפסק פונעם שמש אונציווישן די ערשטע פיר און די צוייטע פיר.
(אה די פרעגסט ווער ס׳איז כ״ק אדמו״ר שליט״א? וואס הייסט ווער, די רבי זאל זיין געזונט און צווייטנס מעגסט דיך שעמען אז די ביזט קיינמאל נישט געווען ביים רבינ׳ס לעכט צינדן).
דאס זעלביגע איז ביי מיר
מאנטאג דצמבר 03, 2012 6:58 am
אבער וואס טוט מען מיט א וואנט מנורה ביים פענסטער?
מאנטאג דצמבר 03, 2012 7:55 am
msp האט געשריבן:איך קען נישט שטימען
ווייל איך צינד אויף אכט גלעזעלעך וואס איך לייג ביים פענסטער
דענק'ך אין ישיבה האט טאקע איינער געצינדן אזוי, ס'מיר געווען היבש אינטרעסאנט.
גראדע האט נאך איינער געטאהן בערך אזוי נאר כ'גלויב אז יענער האט דאס נישט גענומען מבית אבותיו; געצינדן אין 20 אנציגע דרינק באטלעך, און פאר א שמש האט'ר גענוצט א וויין באטל... #בחורים...
מאנטאג דצמבר 03, 2012 8:27 am
ס'האט מעלות
אז די גלעזעלעך קענען שטיין אויף זיך אליינס
נישט ווי די היינטיגע גלעזעלעך וואס האבען א פיטם זיך צו האלטען אין די מנורה
אויך אז מיינע גלעזעלעך קענען ענטהאלטען גאר אסאך אויל...
מיטוואך נובמבר 27, 2013 7:42 pm
וואנט מנורה:
א) ווייל א וואנט מנורה איז שענער, די צאלסט די זעלבע געלט פאר א קלענערע שטיק זילבער, קימט דאס אויס אז עס איז שענער.
ב)ווייל אזוי האבען זיך געפירט אלע (אדער כמעט) געצינדען אין א וואנט מנורה, הלא הם צאנז, חת"ס, ריזשון, ועוד
מיטוואך נובמבר 27, 2013 9:04 pm
שטייעדיגע
מיטוואך נובמבר 27, 2013 10:38 pm
להגדיל שמו האט געשריבן:וואנט מנורה:
א) ווייל א וואנט מנורה איז שענער, די צאלסט די זעלבע געלט פאר א קלענערע שטיק זילבער, קימט דאס אויס אז עס איז שענער.
ב)ווייל אזוי האבען זיך געפירט אלע (אדער כמעט) געצינדען אין א וואנט מנורה, הלא הם צאנז, חת"ס, ריזשון, ועוד
מיר יוצאי נייטרא, ווייסמער פון די מנורה פון הרה"צ מנייטרא זצ"ל, וואס רבינו זצ"ל האט נאכגעמאכט, וואס דארף זיין אין די מוסטער פון הייליגען חת"ס זי"ע. זייער אינטערעסאנט, ממש פיצל פיצל, ווי די באשעפעניש וואס די גמ' זאגט אז עס קומט ארויס ווען א פייער ברענט פאר 7 יאר.
אפשר האט איינער א בילד.
דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 9:13 am
איך האב א זמירות חת"ס אויף חנוכה אין ס'איז דא דארט א בילד איך וועל עס ארויף לייגען ווען איך קים אהיים
דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 1:59 pm
שטיידיגע
יוראפ האט געשריבן:ווייל דאס האט מיר די חתונה מאלל געשיקט
דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 2:09 pm
שטייעדיגע [שיגע זאל איך זיין צו פארבענען די מנורה - צינדן צינדט מען מיין איך די ליכט נישט די מנורה ודו"ק] ווייל מיינע רבי'ס און עלטערן צינדן אין אזא סארט מנורה
וואס אגב איינע פון מיינע רבי'ס נבג"מ האט יא געצינדן א וואנט מנורה און ס'ליגט פארשטויבט אין איינעמס בעיסמענט, וואס ווען כ'וואלט עס באקומען [יענער האלט עס סתם אזוי צו ווארטן אפשר וועט ער קענען אמאל מאכן אפאר דאלער (און אינצווישן איז שוין ליידער אסאך פון די זאכן געגאנגען אין מיסט) און כ'מיין ס'איז ניטאמאל עכט זילבער] וואלט איך עס יא געניצט עכ"פ איינע פון די חנוכה טעג וואס דעמאלטס איז געווען די יום הולדת פונעם רבי'ן זי"ע...
זונטאג דצמבר 01, 2013 1:39 pm
מנורה חת"ס
- עטעטשמענטס
-

זונטאג דצמבר 01, 2013 2:36 pm
מיר צינדן בס"ד אין א מנורה מיט א וואנט כמו שנהגו רבותיי, און כ'האב אמאל געהערט אז דער פראבלעם ביי א שטייענדיגע איז אז עס איז מפסיק צווישן די לעכט [איי, מ'קען עס מאכן העכער אדער ארויסגעשטעקט, נאר וויזט אויס אז נאכאלץ איז דא וואס האלטן אז ס'איז א פראבלעם].
אגב איז כדאי צו דערמאנען דער מנורה פון הרה"ק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע - וואס איז איבערגעגאנגן בירושה צו אדמור"י וויזניץ - איז אויכעט א וואנט-מנורה.
זונטאג דצמבר 01, 2013 3:01 pm
וואס איז מפסיק?
זונטאג דצמבר 01, 2013 3:05 pm
שנאפס האט געשריבן:וואס איז מפסיק?
דער שמש אינדערמיט.
זונטאג דצמבר 01, 2013 3:23 pm
ישר כח גדול להגדיל, פאר די בילד.
זונטאג דצמבר 01, 2013 3:27 pm
קנאפער ידען האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:וואס איז מפסיק?
דער שמש אינדערמיט.
רוב שטייענדיגע מנורה'ס איז די שמש אביסל מער פארנט ווי די אנדערע לעכט.
זונטאג דצמבר 01, 2013 3:30 pm
ניק ניק האט געשריבן:שטיידיגע
יוראפ האט געשריבן:ווייל דאס האט מיר די חתונה מאלל געשיקט
זונטאג דצמבר 01, 2013 3:41 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:שנאפס האט געשריבן:וואס איז מפסיק?
דער שמש אינדערמיט.
רוב שטייענדיגע מנורה'ס איז די שמש אביסל מער פארנט ווי די אנדערע לעכט.
דו שרייבסט פארנט, אינטערסאנט אז מאנכע שטעלן טאקע דעם שמש פארנט, אבער אנדערע (ואני ואאמו"ר בתוכם) שטעלן דאס פון הונטן.
איז דא עפעס א חילוק להלכה? דארף דער שמש זיין מער פארנט, אדער איז גענוג אז דאס איז העכער?
זונטאג דצמבר 01, 2013 3:45 pm
מצד הלכה איז נישט דא קיין שום חילוק, מצד זה קלי ואנוהו איז עס שענער אין פארענט, מיין מיינונג