בלאט 1 פון 2
א שבת ביי מיין חבר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 10:08 pm
דורך שויתי'ניק
זאל איך שרייבן? נע, ער וויל דאך מסתמא נישט כ'זאל אים צעלייגן דא אזוי בפני כל עם ועדה, אבער דאך, כ'וויל דאך אבער יא מיטטיילן מיט די חברים וידידים??
נו, שוין, ער וועט מיר מוחל זיין.
(אויב ער האט הערות קאן ער זיך אנרופן)שוין א לענגערע צייט וואס ער רופט מיר אויף שבת, אבער מ'שטיינס געזאגט, ווי שיקט זיך דאס אריבער שלעפן ביזן אנדערן עק מיט ס'גאנצע בני בית, פעק און זעק, וכולי...
אזוי האב איך געהאט א פארטיגן תירוץ; רוף מיר, קאל מיר, לאדען מיר איין, און געווענטליך טרעפט ער ער מיר דאך אט אזוי ביים אריינקומען סוף מנחה ער"ש, ווען דער חזן ענדיגט און מיר כאפן זיך מיט מיטן שטראם, און ער ווינקט מיר, נו? שבת? אכילה? און איך ווייז\ווינק, נו קאל מיר... כ'מיין נישט אום שבת גערעדט.
ביז ס'געלעגנהייט האט זיך אומערווארטעט אנגערוקט, זיין ב"ב קלינגט מיין ב"ב, כ'על נישט מאריך זיין אין פטפוטי הנשים, טו מעק א לאנג סטארי שארט, דער ווינק איז נתקבל געווארן, ס'קיין ברירה נישטא, מ'גיי מיר דעם וואך פארברענגען ביי (אויסזאגן?) ווי פארשטענדליך איז די שמחה געווען מרקיע שחקים, גיי מיר פארברענגען ביים עלטער עלטער חבר נאך פונדערהיים אין די יונגע יארן ווען מ'האמיר שפאנצירט צווישן די גרויסע באוואקסענע פעלדער (כ'קאן נישט פארציילן וואס עס איז געוואקסן דארטן, גילוי...) איי איי, איז דאס א געשמאקע פארברענגער, מיר קאנען דאך שמועסן שעות אויף שעות, גרייטן מיר זיך צו צו אויפזיין דעם ליל שבת אזוי לאנג ס'לאט זיך.
ס'איז געפלויגן אימעילס פון דא ביז קאנארסי, וואס כ'האב ליב און וואס די קינדער, כ'מיין די ב"ב,
וועלכע סלטים, האסט די אנדער מינע טאמעיטא דיפ? ניין? אקעי סאו ס'איז נישט אינטרעסאנט, איך עס נישט די סארט נאר יענע, א.א.וו. וואסערע חלה, ווי אזוי צו כאפן די פיש, צו מיטן אור אלטן נעץ אדער דורכן סאפיסטיקעירעט שיף-מאשין, געגרילט, געקאכט, מערינעיטעד... שוין הייבט זיך אן א מעשה מיט די פלייש, וועלכע השגחה,שחיטה, ביני לביני האמיר שוין א וויכוח וועלכע פלייש איז בעסער פאר ס'טשולנט.
און ווער רעדט נאך פון די ביר, כ'מיין איר פארשטייט אז איך גיי פאר אן אייז קאלטן הייניקן, און פון עפעס אנדערש איז נישטא וואס צו רעדן.
ערש"ק, נאך די מקוה, אזוי אומגערישט, הער איך ווי דער הער-אפאראט צוזינגט זיך און ער פרעגט מיר וועלכע וויין האסטו ליב? כ'הער די בעקראונד פונעם שמש שטיבל, כ'זאג אים אזוי קווענקלדיג, כ'ווייס? וואס דו טרינקסט, וועט שוין גוט זיין... ניין, זאג שוין, אנישט (קומט א סטראשע) קויף איך וואס איך וויל, וכך הווה, ער האט געקויפט וואס ער האט געמיינט כ'האב ליב און... ס'האט טאקע נישט געטויגט.
לאמיר נישט נישט מאריך זיין אין פארווייטאגטע עניינים, ווייל באמת איז דאס א נקמה אקציע נאך פון ווען ער האט געוויילט ביי מיר א שבת אין די מרחקים און די בראנפן האט געפעילט... אבער דאס לאז ער באשרייבן...
שלעפ מיר זיך אזוי אראפ, מיר קומען אריין אין ביהמ"ד צו קבלת שבת, דער הארציגער שמייכל נעמט מיר אויף דאס מאל גאר אנדערש, ער פרעגט נאר אזוי סארקאסטיש, האסט ווי צו עסן אויף שבת? אפשר קומסטו צו מיר? און איך פרעג אזוי תמימות'דיג, צו כ'קאן קומען מיט די גאנצע געזינדל, נו וואדען, ענטפערט ער געמיטלעך מיט די רויטע פארפלאמטע באקן פונעם הייסן שוויץ.
אז ס'וועט זיין א פארלאנג וועלמיר ממשיך זיין
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 10:14 pm
דורך שלעפשיץ
ווי לאנג גייט זיך צוען די פארזעצונג?
זאג ער האט אפגעציילט וויפיל "זויער-פיקל" האסט אפגעמאלן???????
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:20 am
דורך לכאורה
ווער? וואס? ווען? וואו?
פאר מער אינפארמאציע דרוקט שלח.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 6:49 am
דורך msp
נעוואדע ווילען מיר מער!
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 8:27 am
דורך געלעגער
קיינמאל געוואוסט אז דאס קענסטו אויך שויתי, וואו ביסטו געווען ביז יעצט?
נעוודאי גיי ווייטער
המשך
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 8:37 am
דורך שויתי'ניק
ש'כח פאר די חיזוק.
מיר האבן געקלערט, צו זאלמיר אנגרייטן נושאים וואס צו רעדן, אדער עס לאזן אויף גאט ב"ה'ס באראט, האמיר זיך פותר חלום געווען צו מיטגיין וויאזוי ס'פירט זיך,
מיר קומען אריין, און דער איז ניטא טו, נו, אלע רבי'ס זענען דאך איינגעשפארט בעפארן טיש...
הייב מיר אן קוקן דעם בארג ספרים וואס ליגט אנגעגרייט דארטן ביים זייטיגן טישל, איינע פון די האט מיר געכאפט, טאקע אנגעצינדן ווי עס ברויך צו זיין, דער נייער ספר; הלבוש היהודי באירופה במהלך הדורות, (האמיר זיך עס שוין דורכן וואך אויך איינגעהאנדלט) נאך עטליכע גוטע סחורה ליגט דארט, ווי דער ספר אויפ'ן אלטן רבינ'ס הסתלקות, (זאג נאר, דאס האסטו געמיינט? מיטן זיך לאזן ווארטן אזוי לאנג?) ענדליך קומט ער אריין און שטעלט זיך בראש השולחן כמלך בגדוד, לאזט מיר בלייבן פארטיפט אין די ספרים און... ב"ה ס'הייבט זיך אן...
מ'הייבט אן שלום עליכם מיטן גאנצן נוסח און קראפט, רבון כל העולמים קען איך נישט, ברום איך אונטער, אשת חיל האמיר שוין פיין מיטגעזינגען, ס'איז דאך דעם אלטן רבינ'ס ניגון מקובל פונעם פעטער ז"ל, אזמר בשבחין קען איך נישט מגלה זיין.
די מחלמה אין אר"י און די לעצטע נייעס אז מען האט געהערט פון א טיל נעבן ירושלים האט אויפגעברענגט א שטורמישע וויכוח אינעם נושא, וואס מ'מעג וואס מ'טאר נישט טראכטן\זאגן\רעדן עפ"י דעת תורה. האמיר דורכגעווארפן די שמועסן פון רבי'ן ז"ל וואס איז שוין געדרוקט, וכולי וכולי...
עטליכע בריוון פון רבי'ן רש"ב, און דערנאך זעמיר אריינגעפארן אין ליבאוויטש, דהיום. פון דארט צו ר' שלמה'לע (ווער עס פארשטייט דעם המשך) עס איז שוין געווען לעבעדיג.
איצטער הייבט זיך אן די ריכטיגע סומאטאכע מיט די וויין, מברענגט אפיר דעם נייעם אפענער, מ'ברויך דאך לאזן אביסל לופטערן די וויין כידוע ליודעי ח"ן.
כ'געב אזוי א שמעק מיין וויין, קלער איך צו מיר, כ'האלט נישט ביים ליידן אומזיסט, כ'על זיין אמת'דיג, נע, דאס האב איך זיכער נישט געמיינט, נו, אויב אזוי וועל איך מוזן יוצא זיין קידוש, וכך הווה, דערנאך האמיר טועם געווען פון די ספארקלינג וויין, שוין איינמאל א גוטס געווען, זעמער געבליבן בעיקר ביי דעם.
אביסל פונעם קארבאנעי, און צו געענדיגט מיטן טייערן הערצאג וויין. (נישט געווען קיין ביליגע אויפ'ן טיש בכלל)
חלה האמיר זיך איינגעהאנדלט גוטע ראפאגאש מיט "פרג" דערויף, נאכן טועם זיין דערפון האט ער אויך געמוזט מודה זיין אז דאס איז א גוטס אזוינס און אזעלעכס וואס מ'טרעפט נישט אין די געשעפטן, פיינע נייעס ווי מ'רופט עס. אדער; משהו משהו.
ער פרעגט מיר אזוי, פון וואנעט קען ער האבן די רעסעפי. פון די רמזי ידיים פארשטייט ער אז חלות איז מיין דזשאב צו מאכן, אוי, ס'ווערט אים גוט, ער זאגט מיר שטיל, זאג עס נישט הויך, ווייל די רעבעצין קען עס נאך... כ'זאג אים אז ער קען מיר קלינגען נאך שבת פאר די רעסעפי, און... כ'ווארט נאך אלס.
די סאלאטן פארשעמט גארנישט אן ארץ ישראל טיש, טאמעיטא דיפ, טחינה, א דיפ פון אליוו'ס, (א נייע מאדע) עגפלענט באבגאנאש, מייאנעיס, וכולי.
די פיש ווערט אריינגעברענגט כמנהג בני אר"י אויף א גרויסן פלייש טעלער, א גרויסן סאלמאן קאפ, געפילטע, סלייס סעלמאן, און, א סלייס , קאטשעניו, ווי ס'ברויך צו זיין, געטינקן און געווישט, צוגעטרינקן א געשמאקן לחיים, טאקע שיריים פון ר' ..... ז"ל נאך געבליבן... אוי אוי, עמאושעינל...
דערנאך איז געקומען אלץ אן התחלה, א מזמור שיר ליום השבת, מיט אידישע ווערטער, איבערגעטייטשט פון ר' שלמה'ס סינג א סאנג פאר שבת
אוי, איז דאס זיס און הארציג צעגאנגען אין אלע ביינער ווי די קינדערלעך זינגן מיט מיט אונז אזוי שיין לכבוד שבת, אין מצרים... אין ירושלים... ביהמ"ק... בעק טו ירושלים, סינג די סאנג אף שאבעס. טא ראלא לא לא, טיראלאלייי... מזמור שיר, שיר ליום השבת.
זעמער אריבער צו אם אשכחך ירושלים, לאור המצב... איי האט זיך געטרערט און דאס הארץ האט זיך געעפענט, אוי וויי, וואס טוט זיך איצטער אינעם היילגן שטאט, ביי די הייליגע מויערן, ובפרט על מקום מקדשינו, וכולי....
פון דא האמיר חזנות'ט רזא דשבת פון מיין פעיוועירד חזן, פינטשיק. אגב, האט ער מיר געלאזט וויסן אז ס'האט נאך א פריערדיגער מקור.
און נאכאמאל ר' שלמה'לע...
המשך יבוא אויב כ'על נאך האבן היינט מער צייט...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 9:42 am
דורך leiby
קוקט אויס ווי דער מכניס אורח איז מיר באקאנט..
שרייב נאך מיר ווארטן.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 9:54 am
דורך שויתי'ניק
עי... גילוי...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 10:01 am
דורך געלעגער
מיין בויך רעדט פאר הונגער...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 10:15 am
דורך שנאפס
קוקט אויס ווי דער מכניס אורח איז מיר נישט באקאנט..
שרייב נאך מיר ווארטן.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 10:16 am
דורך ידיד
זייער שיין אראפגעלייגט, איך האב שיעור געוואלט אריינבייסן אין די חלה... (וואס איז טאקע די רעסעפי..?) מיר ווארטן אויפן המשך.
אגב, מיינע חבירים האבן מיר נאך קיינמאל נישט גערופן אויף שבת, אפשר ווארטן זיי אז איך זאל 'זיי' רופן, זאלן זיי ווארטן...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 10:25 am
דורך מאנ-יימער
שויתי מ'האלט מיר מיט, זייער זיס, כ'האף אז דו האסט דארט פארברענגט אלע דריי סעודות און געבליבן אויף מלוה דמלכה אויך, קיפ איט אפ.
שויתי'ניק האט געשריבן:זעמער אריבער צו אם אשכחך ירושלים, לאור המצב... איי האט זיך געטרערט און דאס הארץ האט זיך געעפענט, אוי וויי, וואס טוט זיך איצטער אינעם היילגן שטאט, ביי די הייליגע מויערן, ובפרט על מקום מקדשינו, וכולי....
די וואך זינגט מען נחמי נחמי עמי ווייל מ'האלט שוין דערנאך?
געלעגער האט געשריבן:מיין בויך רעדט פאר הונגער...
זאל ער עפענען אנאנדער אשכול און דארט שרייבן וואס ער האט צו זאגן
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 11:04 am
דורך שנאפס
אה אה, ווען געלעגער'ס בויך וועט שרייבן..
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 11:48 am
דורך לכאורה
צופיל ר' שלמה'לע, כ'הייב אן קלערן אז ...איז געווען דער מכניס אורח דא.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 12:07 pm
דורך למעלה משבעים
געקלערט ממש אט דאס...
לכאורה האט געשריבן:צופיל ר' שלמה'לע, כ'הייב אן קלערן אז ... איז געווען דער מכניס אורח דא.
שויתי, איך האב נישט געוויסט די קענסט דאס אויך, וואוי, די האסט א גאלדענעם פעדער, גיי ווייטער.
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 12:56 pm
דורך משנה מקום
ידיד האט געשריבן:
אגב, מיינע חבירים האבן מיר נאך קיינמאל נישט גערופן אויף שבת, אפשר ווארטן זיי אז איך זאל 'זיי' רופן, זאלן זיי ווארטן...
מיט אזא ידיד...
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:32 pm
דורך שלעפשיץ
משנה מקום האט געשריבן:
אגב, מיינע חבירים האבן מיר נאך קיינמאל נישט גערופן אויף שבת, אפשר ווארטן זיי אז איך זאל 'זיי' רופן, זאלן זיי ווארטן...
מיט אזא ידיד...[/quote]
אויב זיי ווארטן וואס לאזסטו זיי ווארטן?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 23, 2012 1:38 pm
דורך סאכדעס
המממ שוויתי, א שיינער שבת געהאט.... דער איד האט א ניק דא? ווייל דער ר' שלוימ'עט ארום אויף אלע פראנטן, מיר זענען דאך שטארקע חסידים פון ר' שלוימען. הארך אויס, האסט א גוטע פעדער, קיפ איט אפ, אבער נאר אפ.
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 11:51 am
דורך msp
פיין...
מיר ווארטען אויף דער המשך....
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 12:05 pm
דורך קאמפיוטער דזשאב
יעצט בין איך שוין אין א ריכטיגע פארגעלעגנהייט.
מיינ'ס א גוטע חבר האט לעצטענ'ס צו א נייע געגענט פון איין אידישן פלאץ צו א אנדערע אידישע פלאץ, און ער חלש'ט אז כ'זאל קומען צו אים אויף שבת, און די אמת איז אז איך בין בעצם אויך גרייט צו גיין צו אים אויף א שבת אבער כ'זעה מיר עס נישט טון, אהין צו שלעפן די גאנצע משפחה ווייב און קינדער צו יענעם אינדערהיים.
אבער יעצט האב איך נאך א פראבלעם אז לויט ווי אזוי מ'לייגט עס דא אראפ האב איך מורא אז כ'וועל נישט האבן וואס צו שמועסן מיט מיין חבר דורך די גאנצע שבת, הגם איך קען רעדן מיט אים דורכ'ן וואך ווען אימער, אבער ווען מ'זיצט צוזאמען ביי א שבת טיש איז עס גאר גאר אנדערש...
אדרבה אויב איינער האט א עצה קען ער מיר מזכה זיין דערמיט, ווייל ווי געשמועסט וויל איך אויך גיין.
יעצט דערמאן איך זיך, עס איז דא נאך א פראבלעם, מיין ווייב האט ממש גארנישט מיט יענעם'ס בני בית, און דאס איז א שטיקל שווערע פראבלעם אריין צו לייגן צוויי פרויען וואס האבן נישט קיין גרויסע שייכות אויף א גאנצע שבת.. הגם ביי נשים איז שמועסן נישט קיין גרויסע פראבלעם, אבער דאך... האט איינער א עצה פאר מיר?
פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 25, 2012 2:08 pm
דורך שנאפס
ווען דו קומסט אן פרייטיג, אינמיטן די שלום עליכם גיב א ווארף אריין די ווארט רעסעפי אבער גענוג הויעך אז די נשים זאלן הערן
געווענליך דארף דאס צו העלפן
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 26, 2012 6:20 pm
דורך שויתי'ניק
די הערליכע פיד-בעק געט מיר באמת חשק צו שרייבן ווייטער, אבער לע"ע בין אין געווארן זייער פארנימען און כ'האב נישט די קאפ דערצו, כ'האף אז ביז א וואך וועל איך קענען ממשיך זיין.
ייש"כ פאר אלע.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 9:22 pm
דורך יז בתמוז
איר מיינט אז איך בין דא נאר געקומען פארציילן דעם ציבור וועגן די
אוצר? ניין, נישט נאר דאס. מיין חבר רופט מיך אפ פאריגע וואך: שלוימי, האסטו געהאט לעצטענס עמיצין ביי דיר אויף שבת? און כ'זאג אים, עטליכע מאל... וואס איז? ביי מיר ברוך השם קומען כסדר אידן עסן, חבירים ידידים, און ווער עס וויל. פארצייילט ער מיר, האלו, איינער האט דיך באשריבן אין אייוועלט, ער שיקט מיר אריין די באשרייבונג, און איך כמלאך .. בעל כרחו זאג איך, יא, דאס בין איך.
אוקעי שויתי, דו ביסט דאס? שיין פון דיר, כ'שטעל זיך פאר אז דו ביסט אין שאק אז איך בין דא אויף אייוועלט, אבער ההכרח לא יגונה ולא ישובח, איך בין מער אין שאק אז דו ביסט דא... הע הע קאזאק הנגזל, רויטע למוישע..... עניוועי, יישר כוח פאר'ן מיך באשרייבן גאנץ פאזיטיוו, און מיר ווארטן אויפ'ן המשך, איך וועל דאן צולייגן מיינע הערות.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 5:31 am
דורך msp
מיר ווארטען אויף א באשרייבונג א שבת-חנוכה ביי א חבר
אאאאכלו משמאאאאאנים וסולת רבוכה....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 8:13 pm
דורך סאכדעס
מיינסטו צו זאגן אויב יענער איז איינער פון די דריי באבוב'ס.