בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 8:43 pm
דורך מאנ-יימער
אדער אויב ער האט סתם ליב צו זינגען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 10:07 pm
דורך סאכדעס
נע, מ'דארף דאס זינגען אזוי פוליש'דיג.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 07, 2012 7:00 am
דורך שויתי'ניק
וואאאאס??? אין שאק!!!
דו ביזט דאס? כ'גלייב עס נישט, נו, אז דו זאגסט... אזוי שנעל צו נתגלה ווערן?
פיינע נייעס... גילוי במיטבו...
ווי האלט מיר? אקעי, לחיים ר' שלמה'לע, לחיים ולברכה, זאגסט דאך דו הייסט "שלומי", איא?
מ'ברענגט אריין די הייסע קאכעדיגע זופ, טאקע איינגעקאכט אזוי ווי ס'ברויך צו זיין, א ברוינליך גאלדענעם קאליער, קאכעדיג הייס, מיט א קניידל גרויס ווי א בארג, לאקשן, בונדלעך, ביידע סארט, רעטיך כמנהג.
פאר א נויט אביסל זופ מאנדלן, מיט די פישעלעך אויך, עס שווימט ארום און עס צוגיסט זיך א כל מקדש מיטן ניגון פון די אלטע חסידים פון וואלין, כל מקדש שביעעעי כראוי לוווו...
א ווארעמקייט אין הארץ, און פליסיגקייט אין די אויגן, א באהאלטענעם וויש, אה, ב"ה קיינער האט נישט באמערקט, משוך, משוך משוך, משוך חסדך ליודעיך...
מנוחה ושמחה, שוין א לעבעדיגע ניגון, מיט א מעין עולם הבא אז עס קנאקט און דונערט אוועק.
נאך א גאסט איז אריינגעקומען אונז באזוכן, עס האט זיך פארוואנדלט א שמועס איבער איינע פון די אדמורי"ם בדורינו, ער האט מיטגעהאלטן מיט אים א נסיעה, און ער לייגט אראפ זיין עבודת הקודש, קוים שלאפן, עסן, אותות ומופתים (באדמת בני חם) ס'קומט מיר ארויף א ווערטל אויף זיין חשבון אבער מיין בעל אכסניא ווינקט מיר אונטערן טיש כ'זאל מיך האלטן אין די ראמען, א ברירה האב איך? כ'האלט מיך איין...
כ'באוואונדער דעם בעל אכסניא ווי שיין ער באציעט זיך צונ'אים.
א פלייש טעלער, צימעס, אזוינע געשמאקע פערפל מיין איך איר האט נאכנישט טועם געווען, פאטעטא קוגל, לאקשן קוגל, הייסע געשמאקע לעבער, מיר זענען שוין טאקע פיל, אבער ווער קען זיך איינהאלטן?
די ביר גיסט זיך כמים, כ'האב פרובירט טאקע די צווייטע סארט, אבער ניחמתי און כ'גיי צוריק צו מיין ביר, ס'קמט נישט צו דעם.
א ניגון, שומרי מצוותיה...
מ'שמועס מיר איבער וואס מ'האמיר זיך שוין געטענה'ט אינמיטן וואך .... יז בתמוז ביזט מכובד עס צוצונעמען בפרטיות
קאמפאט, אשא עיני פון... ר' שלמה'לע
די ב"ב איז מרמז אז עס איז שוין שפעט נאך חצות, מארגן האבן מיר א קידוש פון א נאנטן חבר, אבער נאך איין ניגון, און...
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 07, 2012 7:18 am
דורך שויתי'ניק
יז בתמוז האט געשריבן:טשולענט מיט זיפ און פלייש שיריים פון שב"ק
נו, אוודעי, אזעלכע געקעכצן קען מען עסן נאך שבת אויך, פארשטיי איך שוין.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 07, 2012 7:24 am
דורך msp
אהה
אויף אזא יוה"ך מיט אזא קניידעל האבען מיר זיך נישט ערווארטעט....
ממממממממממ
שבת קודש, שבת שבת קודש....
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 07, 2012 12:11 pm
דורך יז בתמוז
איי איי, שמייכלט זיך דער יז'נדל אונטער זיינע וואנצעס, משווךך משוווווווך משוך חסדך ליודעייייך קל קנא ונוקקם. איי איז געווען א שבת דעמאלט, דער שוויתי האט געברענט צו השי"ת לייק נעווער בעפאר, בעליוו מי מיי בעיוטעפול פרענדס, האו אוסעם איז דעט קליינע אידעעלע, לוקס לייק א פרינץ. עניוועי, דאכצעך מיר אז דו ביסט מכובד געווארן מיט כל מקדש, נישט אזוי?
די שמועס פון אינמיטן וואך, געדענק איך נישט אויף די רגע.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 1:53 pm
דורך מאנ-יימער
דער משוך משוווך חסדך קוקט אויס צו זיין גאר א ווארעמער ניגון, שויתי אדער יז'נדל אפשר לייגסט עס דא ארויף?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 2:18 pm
דורך טייבעלע
עס קוקט אויס צו זיין א באקאנטע תנועה, אויב כ'האב נישט געמאכט קיין פארטויש, איז דאס וואס מען האט געזונגען אין דער אלטער היים נאך ביים רבינס טיש.
דער כל מקדש
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 3:28 pm
דורך שויתי'ניק
ער לאזט עס נישט אדורך:
די פייל עקסטענשען mp3 איז נישט ערלויבט.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 10, 2012 4:22 pm
דורך מאנ-יימער
לייג עס ארויף מיט DropBox אדער WeTransfer
אדער שיק עס מיר אין אימעיל
man.yeimar@gmail.com און איך וועל עס ארויפלייגן
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 5:26 am
דורך msp
עס זעהט אויס צו זיין דער משוך פון בעל המנגן ר' ירמיה דאמען זז"ג
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 3:02 pm
דורך שויתי'ניק
ר' מנחם נישט צוגעטראפן, רבינו יונה איז נענטער צום פאוינט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 4:39 pm
דורך מאנ-יימער
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 4:42 pm
דורך טייבעלע
דער ניגון אקוראט האב איך געמיינט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 4:43 pm
דורך מאנ-יימער
יא דער ניגון ווערט געזינגען אויפן אלבום "דעם רבי'ןס טיש" פון ברסלב
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 11, 2012 4:46 pm
דורך טייבעלע
דאס איז טאקע געוועהן מיין כוונה "ביים רבינס טיש".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 26, 2015 6:29 pm
דורך שויתי'ניק
איי איי עס דערמאנט זיך גוטע צייטן ווען מיר האבן פארבראכט מיט אזא ידידות...
טרערן קומען זיך צונויף אצינד אין די שווארץ אפלן פון אויג...
געווען זמנים, ווען אן עצה אדורך צו רעדן האבן מיר געהאט א נאנטן חבר...
די ספעציעלע קשר פון צוויי נאנטע חברים האט דער עמלקי נישט פארגינען...
משוך, משוך משוך, חסדך ליודעך... איי איי, ווי נעמט מען אפיר די ווארעמע שבתים אינאיינעם...
שוין אריבער א צוויי יארע זינט דענסטמאל, פילע וואסערן זענען שוין געפלאסן אינעם האדסאן...
און דער 'עטלענטיק אושען' האט פונאנדער געשייד צוואושן אונז... ודו"ק
אין איין שיינעם טאג, דער קוקט שוין נישט אויף מיר, מה פשעי ומה... כי דלקת אחרי...
איי איי, יזנדל, ריגעלע ריגעלע רוגז, חברים מיר זענען קריק...
שרייבן מער? נע. ס''איז גענוג האף איך...
והמבין יבין
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2015 8:06 pm
דורך שויתי'ניק
יז, ש'כח פאר די פיינע שלוח מאנעס...
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2015 6:21 am
דורך בוידעם
מען האט זיך שוין אפעציעל איבער געבעטן?