גריסן און שמועסן
מיטוואך נובמבר 07, 2012 7:45 pm
אן קיינע לאנגע הקדמות:
ביי די קליינע איז עס זיס צו הערן וואסערע ווערטער זיי פארטוישן ביים זינגען א ניגון, און ביי גרויסע קען מען זיך אויך גוט צולאכן אדער גאר צו-וויינען צו הערן ווי שבשתא כיון דעל על, און טאנצנדיג אין די רינג ביים חתונה אדער סיי ווי אימער זינגט ער מיט'ן גאנצן קראפט און געט פאר די ארומיגע סחורה מיטצונעמען מיט זיך.
איך האב נישט ספעציעל א גאנצע ליסטע פון אזוינע טעותים, אבער עס האט מיר פארט פארגלוסט צו דוסקוסירן דעם נושא איז אצינד "אל תמנע טוב" אויב האסטו א גוטס - אריין אין דעם אשכול.
און וועלכע ניגון קומט ערשט אויב נישט "כי הרבית"
זינגט זיך מיין קליינער דעם ערשטן פאל מיט אן ערנסטקייט:
"כי הרבית טובות אלי … כי הגדלת חס...ך ..לום, חס ושלום!
Advertisement
דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 12:56 am
נעכטן ביי א חתונה האט דער זינגער אויפן מייק געקענט נוצן א דרדקי מלמד, צב"ש האט ער געזונגן היטִיב איטיב עמך
דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:51 am
א באקאנטער ניגון מיט א סברה'דיגן טעות:
אשריכם אשריכם אשריכם אשריכם ישראל שדברי תורה חביבין....
געהערט ביי א חתונה פון א גאר פאפולערער זינגער.
זונטאג נובמבר 18, 2012 4:06 am
געהערט ווי א באקאנטע בעל מנגן זינגט:
ואתה הוא מלך מלכי המלכים...... קדשונו רוממהו רון שיר ושבח תוקף ״קדושת היום״
איים סיריעס
זונטאג נובמבר 18, 2012 8:01 am
איין מינוט דאס איז אויף א פראפעשנל סידי
הערטס אויס אין לאמיר
זעהן צי ענק כאפן וואס די פראבלעם איז
http://db.tt/rg6M8ktII
זונטאג נובמבר 18, 2012 10:06 am
הארסי(פערד) האט געשריבן:איין מינוט דאס איז אויף א פראפעשנל סידי
הערטס אויס אין לאמיר
זעהן צי ענק כאפן וואס די פראבלעם איז
http://db.tt/rg6M8ktII
רבונו של עולם ! איז דען אזוי שווער אויפצומישן א חומש !!!
ס'איז דאך נישט עפעס א פיוט פון די ראש השנה'דיגע דאווענען אדער עפעס א גמרא אין מסכת סופרים.
דרך אגב דערמאנט עס מיר אז מיין חבר אין ישיבה וואס איז געשטאנען נעבן מיר ביים דאווענען פלעגט מאכן פונקט א פארקערטן טעות ביי "וכרות עמך....ותעש לך שם כהים הזה.."
איך האב אים אבער דן געווען לכף זכות מחמת צוויי טעמים. 1) די שטיקל שטייט דאך הארט פאר "והים בקעת לפניהם". 2) אונז אלע זאג מיר דאך אויך די "שיר של ים" יעדן טאג....
אבער אויפצושפילן טעותים אויף א טעי"פ, הלמאי? פארוואס געט מען עס נישט פאר א מגיה אזויווי מען טוט ביי ספרים וכדו'.
זונטאג נובמבר 18, 2012 12:28 pm
אזאמעשה האט געשריבן:געהערט ווי א באקאנטע בעל מנגן זינגט:
ואתה הוא מלך מלכי המלכים...... קדשונו רוממהו רון שיר ושבח תוקף ״קדושת היום״
איים סיריעס
אופס, מען דארף שרייבן "כי אתה".
זונטאג נובמבר 18, 2012 1:25 pm
הארסי(פערד) האט געשריבן:איין מינוט דאס איז אויף א פראפעשנל סידי
הערטס אויס אין לאמיר
זעהן צי ענק כאפן וואס די פראבלעם איז
http://db.tt/rg6M8ktII
שרייב דא אראפ דעם טעות, כ'קאן ניט אויפמאכן דראפבאקס
דאנקע
זונטאג נובמבר 18, 2012 2:16 pm
געהערט אמאל פרוק ית ענך מפי מפי מאריותא
זונטאג נובמבר 18, 2012 2:30 pm
געהערט אמאל איינעם זינגען.
אליהו הנביא, הגיע זמן, הגיע זמן גאולתכם...
זונטאג נובמבר 18, 2012 2:55 pm
ונוהפוך.
זונטאג נובמבר 18, 2012 3:35 pm
1. ויעמאלא משאלותינו....
2. סאטמארע אידן האבן זיך לעצטענס ספאנטאניש אויסגעבראכן אין א טאנץ דורך א היימישען בעל מנגן ביי א חתונה לעצטענס אין קאנטינענטאל-ווילי [אפשר העט מיר געלונגען צו ברענגען א פריוויו דערפון]: בך בטחו אבותימו... ווידעראום די הויכע פאל לעבעדיג באבאטחו אבותימו...
נאך א גרונטליכע סערטש אויף התקליטור התורני אויף דעם פסוק (אפשר מאמר חז"ל) איז ארויסגעקומען ERROR....
3. ווער קענישט די ניגון בשמים לספר תהלתך דורך הרב קאהן פון ק"י
4. פדותך לעמך בקרוב תגלה וכו' שכן תשכן בתוך עם צבי:
1. די ניגון בכלל איז פארדרייט במקורו, קודם קומט דאך עמון ומואב מהרה תכלה און נאכדעם קומט פדותך וכו', נאר ווי דער מחבר גיט איבער האט ער במכוון אנגעהויבן מיט פדותך ווייל מיט עמון ומואב האט ער זיך נישט געוואלט אנהייבן.
2. אוי הוי לעבעדיג שק"י תשק"י בתוך עם צבי [אפשר גאר א נייע ניגון פאר די אדמורי"ם וואס טאנצן אויף שם שק"י, אוי סידאך א שטייטע ניגון...]
5. לחיים שירה הנה אנכי שולח לכם את אליהו הנביא, אז מען געט שוין ארויס א טעיפ מעג מען דאך קוקן וואס ס'שטייט דארט, אדער געבן פאר א 'בל' מגיה ווי שוין פריער דערמאנט, ווי איז דא אזא פיוט?
6. הלמאי ווי נעמט מען די חוצפה אויסצושרייען אזוי: שלא שלא עשני גוי זאגט א יעדע איד אזוי. אין אידישע איבערזעצונג?: ....
זונטאג נובמבר 18, 2012 4:12 pm
יוראפ האט געשריבן:2. סאטמארע אידן האבן זיך לעצטענס ספאנטאניש אויסגעבראכן אין א טאנץ דורך א היימישען בעל מנגן ביי א חתונה לעצטענס אין קאנטינענטאל-ווילי [אפשר העט מיר געלונגען צו ברענגען א פריוויו דערפון]: בך בטחו אבותימו... ווידעראום די הויכע פאל לעבעדיג באבאטחו אבותימו...
נאך א גרונטליכע סערטש אויף התקליטור התורני אויף דעם פסוק (אפשר מאמר חז"ל) איז ארויסגעקומען ERROR....
איך מיין די מקור איז פון ישיבת נובהרדאקי
http://www.otzar.org/wotzar/pagetext.as ... pagenum=33
זונטאג נובמבר 18, 2012 4:15 pm
למעלה משבעים האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:2. סאטמארע אידן האבן זיך לעצטענס ספאנטאניש אויסגעבראכן אין א טאנץ דורך א היימישען בעל מנגן ביי א חתונה לעצטענס אין קאנטינענטאל-ווילי [אפשר העט מיר געלונגען צו ברענגען א פריוויו דערפון]: בך בטחו אבותימו... ווידעראום די הויכע פאל לעבעדיג באבאטחו אבותימו...
נאך א גרונטליכע סערטש אויף התקליטור התורני אויף דעם פסוק (אפשר מאמר חז"ל) איז ארויסגעקומען ERROR....
איך מיין די מקור איז פון ישיבת נובהרדאקי
http://www.otzar.org/wotzar/pagetext.as ... pagenum=33 
גוט גוט, סאו וואס מיינט אבותימו?
דינסטאג נובמבר 20, 2012 5:20 pm
יוראפ האט געשריבן:6. הלמאי ווי נעמט מען די חוצפה אויסצושרייען אזוי: שלא שלא עשני גוי זאגט א יעדע איד אזוי. אין אידישע איבערזעצונג?: ....
נישט געכאפט
דינסטאג נובמבר 20, 2012 5:25 pm
יוראפ האט געשריבן:2. סאטמארע אידן האבן זיך לעצטענס ספאנטאניש אויסגעבראכן אין א טאנץ דורך א היימישען בעל מנגן ביי א חתונה לעצטענס אין קאנטינענטאל-ווילי [אפשר העט מיר געלונגען צו ברענגען א פריוויו דערפון]: בך בטחו אבותימו... ווידעראום די הויכע פאל לעבעדיג באבאטחו אבותימו...
נאך א גרונטליכע סערטש אויף התקליטור התורני אויף דעם פסוק (אפשר מאמר חז"ל) איז ארויסגעקומען ERRO....
געווען ביי די חתונה אין שטארק געלאכט ביז איך האב געכאפט אז דער בעל מנגן איז א גור'ער אין ער קען נישט די סאטמארע הימנא
דינסטאג נובמבר 20, 2012 5:27 pm
לעצטענס באמבעט איינער (הרוצה בעילם) אברהם פרידס ניגון:
רבו"שע אני יודע, שבית המקדש השלישי
היה בנוי מאבנים... (אשטאטס
אינו בנוי מאבנים)
באמערקט?
לעצט פאראכטן דורך
אור אום דינסטאג נובמבר 20, 2012 6:09 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג נובמבר 20, 2012 5:36 pm
הערה:
ווען מען שרייבט די טעותדיגע פאל פון די ניגון זאל מען אויך צו שרייבען די ריכטיגע וועג, אז די וואס ווייסען נישט און ליינען דא זאלען זיך אויסלערנען די ריכטיגע וועג
יישר כח
דינסטאג נובמבר 20, 2012 6:45 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:6. הלמאי ווי נעמט מען די חוצפה אויסצושרייען אזוי: שלא שלא עשני גוי זאגט א יעדע איד אזוי. אין אידישע איבערזעצונג?: ....
נישט געכאפט
איך זאג יעדן אינדערפרי אזוי [איך מיין אז אלע אידן זאגן אזוי]: שלא עשני גוי אז דער אייבירשטער האט מיך נישט געמאכט פאר קיין גוי
יענער זאגט שלא שלא עשנוי גוי אז דער אייבירשטער האט אים נישט געמאכט פאר נישט א גוי - לויט מיין ע"ט [וואס מיינט עס?]
מיטוואך נובמבר 21, 2012 5:14 pm
פליגל האט געשריבן:הארסי(פערד) האט געשריבן:איין מינוט דאס איז אויף א פראפעשנל סידי
הערטס אויס אין לאמיר
זעהן צי ענק כאפן וואס די פראבלעם איז
http://db.tt/rg6M8ktII
שרייב דא אראפ דעם טעות, כ'קאן ניט אויפמאכן דראפבאקס
דאנקע
כחול "היום" אשר לא יספר מרוב...
דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 3:45 am
אור האט געשריבן:לעצטענס באמבעט איינער (הרוצה בעילם) אברהם פרידס ניגון:
רבו"שע אני יודע, שבית המקדש השלישי היה בנוי מאבנים... (אשטאטס אינו בנוי מאבנים)
באמערקט?
יא, ס'איז דא קליפ פון דעם ס'איז שרעקליך...
דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 2:22 pm
איך האב קיינמאל געוויסט די "עכטע" ווערטער פונעם ניגון
חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע וכו'.....
קומטס קינדער געשווינדער די חנוכה לעכטעלעך.............. אאאאאופססססס
הערענדיג די נייע סידי פון לחיים - זיי זינגען די גוטע ווערטער - האב איך געמוזט שמייכל'ן
איך זינג שוין עטליכענע יאר נישט גוט
דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 2:35 pm
מען האט פריער געבעטן אז ווען מען שרייבט די טעות זאל מען שרייבן די גוטע וועג אויך, עמער צולינקן אהער
viewtopic.php?p=297545#p297545און אגב, אויך אהער
viewtopic.php?p=15652#p15652
דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 2:55 pm
למעלה למעלה ותגביה קרנינו למעלה למעלה...
ניין כ'מיין נישט צו זאגן אז ס'איז דא א טעות אין דעם ניגון נאר ווען כ'רעדט צו למעלה משבעים האבעך מיר ליב עס אונטערצוזינגען.
עני- וועי למעלה, דיינע לינקס קען איך נישט עפענען- ווייל מיין קלאץ פילטער וועט אלס פארזעהן צו בלאקן זאכן וואס איך דארף נישט זעהן און ווען עס קומט צו אידישקייט לאזט ער בשום אופן נישט קוקן... סאו בלייב איך אומוויסענד.
אבער כ'האב שוין לאנג געהאלטן אז דעי 'אוי חנוכה' ניגון לויט ווי איך קען עס - איז נישט ריכטיג ווייל עס הייבט נישט אן צו גראמען. ווי איך ווייס עס גייט עס אזוי:
אוי חנוכה אוי חנוכה א יו"ט א שיינע
א ליכטיגע א פרייליכע נישטא נאך אזיינע (אקעי דעיס קען מען נאך פארשטיין ווייל אשטאטס אזוינע- ווערט אזיינע)
אלע נעכט מיט דריידלעך שפילן מיר
הייסע פרישע לאטקעס עסן מיר (און איך וויל נאך זאגן אז ס'גראמט נישט!? הא??? וואו איז דען דא א בעסערע גראם ווי מיר-מיר)
קומט'ס קינדער
געשווינדער
די חנוכה ליכטעלעך אנצונדן
זינגטס על הניסים
און דאנק'טס פאר די ניסים (דעיס גראמט אויך, ניסים מיט ניסים....)
און לאמיר אלע טאנצן צוזאמען
וואס טוט זיך אבער מיט אנצונדן און צוזעמען וואו דארף דא גיין די גראם?
בקיצור אזוי גייט נישט די ניגון! וויאזוי יא?! וועל איך מיר שוין פריוואט מוזן דורכקומען מיט מיין פילטער.
אוי למעלה למעלה...........
דאנערשטאג נובמבר 22, 2012 3:01 pm
מכטי1 האט געשריבן:אור האט געשריבן:לעצטענס באמבעט איינער (הרוצה בעילם) אברהם פרידס ניגון:
רבו"שע אני יודע, שבית המקדש השלישי היה בנוי מאבנים... (אשטאטס אינו בנוי מאבנים)
באמערקט?
יא, ס'איז דא קליפ פון דעם ס'איז שרעקליך...
גארנישט אזוי שרעקליך, ס'איז גארנישט אזוי פשוט מיט דעם ניגון, הגר"ח קניבסקי ווייסט נישט פון אזא גמרא/מדרש וכדו'
מאנכע זאגן אז די ווערטער קומען פון ר' שלמה'לע... אזוי צו אזוי האט דער זינגער נישט אזוי שרעקליך געגרייזט...