בלאט 1 פון 1

וואס איז דער ציל אין לעבן (בגשמיות)

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 6:38 pm
דורך שלעפשיץ
א גוטן טייערע אידן:

שמועסענדיג מיט א חבר מיינ'ס, זאגט ער מיר"
איך האב געזען א אשכול. (נישט אויף אייוועלט) וואס איך האלט וואלסט הנאה געהאט.

איך בעהט אנטשולדיגונגס פארן ציטירן אזאך פון א דרויסענדיגע סייט.

צום ערשט על איך ציטירן וואס יענער שרייבער שרייבט, ווי אזוי ער דריקט אויס זיינע אומעטיגע מחשבות.

דערנאך על איך צו לייגן מיין בויך וויי - דערנאך קענט עטס אלע שרייען!

וכך היה אומר:
ביי נאו (by now) בינעך אין א מצב וואו איך וויל פשוט סורווייוון, כ'וויל קענען באצאלן די בילס, כ'וויל די צייט זאל שוין לויפן און כ'זאל חתונה מאכן די קינדער ווען דער צייט וועט קומען און פיניש. נאכדעם וועט מען אפזיצן אין פאליש פאר די רעסט אוו מיי לייף. וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!

און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?

וואס דארף איינער טון וואס זיינע פלענער פון לעבן ארבעטן זיך נישט אויס? ער האט געוואלט ארבעטן אין איין געוויסע אינדוסטרי אבער צוליב געוויסע סיבות ארבעט זיך עס נישט אויס, זאל ער זיך איינרעדן אז באמת האט ער אלץ געוואלט זיין א ברויט דעליווערי-מאן אדער א באקס שלעפער?

אדער קען מיר איינער דערלערנען וויאזוי מ'ווערט אזא פאזיטיווער בעל דמיון, זיי רעדן זיך סוקסעספולי איין אז זיי לעבן מיט א ציהל, כ'וועל מיר שוין פארשאפן א בלעקבערי.

אפשר איז חתונה מאכן די קינדער גענוג אליין א ציהל?

דאס לעבן זייגט ברוחניות ובגשמיות
נח לו לאדם שלא נברא ביג טיים


יעצט איז אזוי: (ווי הייב איך אן?)

ערשטענס איך האלט, אסאך האבן די פראבלעם נאר זיי וועלן קיינמאל נישט רעדן דערוועגן צו ווייל זיי שעמען זיך, פון וועם?

צווייטענס לאמיר דיסקרירן צוביסלעך.
ער הייבט אן מיט דעם אז:

ביי נאו (by now) בינעך אין א מצב וואו איך וויל פשוט סורווייוון, כ'וויל קענען באצאלן די בילס, כ'וויל די צייט זאל שוין לויפן און כ'זאל חתונה מאכן די קינדער ווען דער צייט וועט קומען און פיניש.

הגם סע איז אביסל שווער צו זאגן א כלל - יעדער גייט צו צום לעבן אויף א אנדערע מדריגה
עס ווענד זיך אויך מיט וויפיל יודישקייט, אמונה, בטחון ער גייט צו צום "לעבן"

"סורווייוון" - יעדער פרובירט צו סורווייוון - ער וויל קענען צאלן בילס, ער טענה'ט ער ארבייט נישט - פון ווי וויל ער נעמען געלט צו צאלן די בילס?

פארוואס ארבייט ער נישט? ווייל ער איז נישט אנגעקומען צו זיין ציהל? [אקעי גיימיר ווייטער]

"נאכדעם וועט מען אפזיצן אין פאליש פאר די רעסט אוו מיי לייף. וואס איז געווארן מיט א ציהל אין לעבן? ווייל דער אייבישטער האט געמאכט אז מיינע אמת'ע שאיפות זאלן נישט קענען פארווירקלעכט ווערן זאל איך מיר גיין נארן אז ארבעטן אין בי ענד עיטש איז מיין ציהל? נאו סארי!"

דא למשל גרעניצט ער זיך שוין מיט ייאוש - זיצן אין פאליש גייט עם גארנישט בעסער מאכן. אפי' נאכן חתונה מאכן די קינדער.

איך פרוביר צו פארשטיין - וואס האט זיין ציהל אין לעבן מיטן פאליש? לאמיך ליינען ווייטער.

"און די אלע מיליאנען אינגעלייט וואס זיצן אין שיל מיט זייערע בלעקבעריס, אין זייער מוח זענען זיי שוין עשירים אדירים, איז דאס א ציהל? זיי רעדן זיך איין אז זיי זענען סופיריער פון מיר ווייל עט ליעסט זיי חלומע'ן אז זיי גייען איין טאג זיין רייך. וואס מאכט זיי אזוי עקסייטעד צו טראכטן אז פונקט זיי גייט עס געלונגען? און ווען ס'גייט דורך נאך יאר און נאך א יאר און ס'ארבעט נישט זעהן זיי כאטש איין אז זיי לעבן אן א ציהל?"

****

כ'וויל אבער דאך פרעגן דעם עולם פאר מיינונגן - איך ווייס אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן וועגן דעם נושא

איך וויל אנהייבן אזוי: א קשיא - וואס איז דאס ציהל פון א מענטש?

פארוואס איז א מענטש באשאפן געווארן? (חוץ פון דינען ה' דא אינעם פרוזדור)

ANYONE IN?

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 10:54 pm
דורך ירוחם
אדם לעמל יולד. זיך פלאגן צו פשוט סורווייוון.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 10:57 pm
דורך מר. פאטאשאפ
גייטס שלאפן!

עטץ ווילטס אין איין אשכול פארענטפערן אזא הארבע פראגע וואס מוטשעט טויזענטער מענטשן טעגליך...

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 11:10 pm
דורך ירוחם
די ציל איז צו גיין שלאפן?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 2:34 am
דורך Ron Paul
דער ציהל איז נישט ''צו גיין'' שלאפן, דער ציהל איז צו שלאפן!!!

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 11:14 am
דורך שנאפס
דאן גרייך איך כמעט נישט די ציהל...

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 11:42 am
דורך גלייכגילטיג
כ'קען נישט גלייבן!!! :shock:
עס איז שוין דא עטליכע תגובות און יעדער שאקעלט מיט מיטן קאפ; יא ס'איז שווער דאס לעבן ס'איז ביטער שוין מ'וועט עס מוזן דורכשטופן לאמיר נאר טוען וואס מ'מוז, באצאלן בילס, חתונה מאכן די קינדער, זיצן אין פאליש, קרעכצן, ביז די קומעדיגע דור וועט זיך קומען מיטשענען און איך וועל פטור ווערן און שוין.

לעבן טאקע רוב מענטשען אין אזא דיפרעסטקייט?! אדער נאר די וואס האבן געזוכט אריינצוקומען אין דיזען אשכול, די איבריגע האבן עס אפילו נישט אנגעקוקט?????????!!!!!!!!!!

טייערע אידעלע! איך פארשטיי נישט דיין פיין, דיין זויערקייט, אויב איז אמת וואס דו שרייבסט אז דו קענסט באצאלן בילס און חתונה מאכן די קינדער דורך ארבעטן ביי בי ענד עיזש אדער דעליווערן ברויט, טא! האסטו שוין אלע זייטיגע געברויכן וואס ערמעגליכן דאס לעבן.
נו, יעצט-- לעב!!!
לעב לשם לעבן! האב הנאה פון די וועלט! גיי ארויס אין גאס! אטעם אריין! אטעם ארויס! שמועס! פארברענג! עס א גוטן סענדוויטש! לערן אביסל! לאך אביסל! שלאף אביסל! זיי עוסק אין וואס עס באפרידיגט דיר! לאז עס נישט ארויס פון די הענט! יעצט לעבסטו! נאג עס אויס וויפיל ס'גייט!

דו האסט געוואלט זיין אן עושר.. דאס איז געווען דיין ציל... פארוואס האסטו געוואלט?? כדי דו זאלסט קענען לעבן א געשמאק לעבן!!

ווער לאזט דיר נישט??!! איך זאג דיר אויף מיין ווארט! מען קען לעבן פונקט אזוי געשמאק און נאך געשמאקער אן זיין אן עושר.

קום ארויף אביסל דא ביי אונז אויף איי וועלט ליין אביסל שטותים, דערנאך מאך עס צו, פארגעס וואס האסט געליינט, גיי מאך דיר א גוטן קאווע מיט 4 קאצקע ציקער, באטראכט דעם משוגענעם ל''ע וואס דרייט זיך אין בית המדרש און גיב א שמייכל, און שוין.

נישט שוין!! איך זאל דיר גיין זאגן אלעס וואס איך האב ליב, טוה וואס דו האסט ליב!!

פארשטייט זיך נאר בדברים המותרים, לשם יוחוד קודשא בריך לקיים המצוה תחת אשר לא עבדת את השם אלקיך בשמחה ובטוב לבב, וועסט באקומען שכר פשוט פארן זיין בשמחה..

(אנטשולדיגט מיר איר האט מזל אז איך בין היינט אויפגעשטאנען אין א גוטע גיסטע, האבעך מיר אזוי צושריבן, אויב מארגן וועל איך זיין אין דיין גיסטע און עטץ פארקערט, וויל איך אייך שוין בעטן איר זאלט מיר קומען ארויסהעלפן)

זייטס געזונט און העפי..ביי

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 12:05 pm
דורך מאנ-יימער
גלייכגילטיג גאר שטארק, איך וואונטש דיר זאלסט יעדן טאג אויפשטיין אין א גוטע גוסטע

אין איין ווארט: אז ס'גייט נישט וויאזוי מ'וויל, וויל מען וויאזוי ס'גייט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 12:14 pm
דורך בעל דעת
רבותי דיעס האבן אינז שוין געלערנט ביי דע 10 יאר אין חדר אין מסילת ישרים

יסוד החסידות ושרש העבודה התמימה הוא שיתברר ויתאמת אצל האדם מה חובתו בעולמו ולמה צריך שישים מבטו ומגמתו בכל אשר הוא עמל כל ימי חייו

אדרבה לערנטס דורך דעים ערשטען פרק אין מסילת ישרים וועט עטץ זיען ווואס אינזער גאנצער ציהל אויף דער וועלט איז

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 12:18 pm
דורך Sprint
גלייכגילטיג ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 06, 2012 1:07 pm
דורך שאהן הענניטי
ס'איז אמת'דיג שווער צו מגיב זיין דא, ס'איז א מורא'דיגע רחמנות אויף דעם מענטש וואס האט דעיס געשריבן, וואס לויט ווי ס'זעהט אויס איז ער א פעסעמיסט בטבע, און ער האט נישט געהאט די זכי' דערווייל צו אריינברענגן אין זיך די מדה פון בטחון און שמחה, און איך פיל נישט אז איך בין גוט פארדעם.
איך האלט אבער דאך אז ס'איז דא אסאך פוינטס וואס ברויך ווערן אויסגעליפטערט פאר אונז אליינס, און כ'וועל טרייען צו זאגן מיין מיינונג אין דעם אין קורצן.

ער רעדט אסאך פון דעם אז מ'דארף לעבן מיט א ציל. דער ציל פארוואס א מענטש איז באשאפן געווארן איז צו דינען דעם אויבערשטען (איך רעד בגשמיות) כדי מ'זאל נישט דארפן עסן קיין נהמא דכסופא.
דער רבש"ע איז אבער א טוב ומטיב, און ווי ס'שטייט פון אריז"ל אז די גאנצע באשאף פונעם מענטש איז נאר געווען כדי כביכול זאל קענען פארפילן דעם טיטל פון "טוב" וואס מיינט רוצה להטיב, און ווי לאנג ס'איז נישטא פאר וועם צו טוהן גוטס, קען ער נישט ווערן אנגערופן טוב עכת"ד.
ממילא וויבאלד השי"ת וויל נאר גוטס טוהן מיט מענטשן האט ער אריינגעלייגט דעם מענטש אין א פאזיציע וואס איז מלא געשמאק און נחת פאר ווער ס'איז זוכה, אין דעם איז אריינגערעכנט קינדער, געלט, געזונט, גוטע פריינד, וכו'.
כדי דער מענטש זאל האבן א תכלית, און שפירן אז ער דארף זיך ווענדן צום רבש"ע, איז פארהאן שוועריגקייטן אין לעבן וואס ברענגן דעם מענטש צו טראכטן מער איבער זיין תכלית, ווייל די טבע פון א מענטש איז "וישמן ישורון ויבעט".

יעצט צוריק צום ציהל פונעם מענטש, יעדן טאג פאר זיך דארף א מענטש זעהן ווי אזוי ער קען דינען דעם אויבערשטען און זיך ברענגן נענטער צו אים.
דאס האט קיינמאל נישט קיין שייכות מיט נעכטן און מארגן. אויב איז זיין נעכטיגער פלאן נישט געלונגן מיינט דאס נישט אז ער האט געפעילט דעם purpose , ווייל ער איז דא פאר היינט.
אין קורצן, די ציהל פונעם מענטש איז נישט קיין ווייט טערמיניגע, אז נאכן טוהן אזוי און אזוי פאר א לענגערע צייט וועל איך אנקומען צום ציהל, דער ציהל איז יעדן טאג צו טוהן צום זאך.

ווער ס'לעבט אזוי, איז זיין לעבן מלא תוכן און געשמאק אויף טריט און שריט. ער ווערט נישט צובראכן ווען ער פאלט דורך ברוחניות, און אויך ווען עפעס גייט אים נישט גוט בגשמיות, ווערט ער נישט אויס מענטש, ווייל די גאנצע ציהל פונעם גשמיות איז דאך נאר ווייל דער רבש"ע איז א גוטער און גיט אים פון אלעם גוטן, און אויב יעצט וויל השם אנדערש איז דאך דעיס דער ציהל יעצט, צו דינען דעם אויבערשטען אפי' ס'גייט נישט אזוי גוט.

איך מיין אז דאס איז דער איינציגער וועג א מענטש זאל קענען הנאה האבן אויף די וועלט און לעבן טאקע מיט א ציהל, און אין איינוועגס אויך זיך איינקויפן די מדה פון שמחה, נישט צובראכן ווערן ווען מיין בלעקבערי האט מיר צום סוף נישט געברענגט קיין עשירות.

נאך איין פוינט בשייכות צום ענין, די אינגעלייט וואס פאנטאזירן פון עשירות, איז נאר ווייל די טבע וואס השם האט אריינגעלייגט אין א מענטש צו גליסטן צו דערגרייכן, העלפט אים צו קענען גיין ווייטער, מ'מוז האבן מאטיוועישן כדי צו קענען האבן עפעס אן הצלחה, און רוב אינגע מענטשן מיינען אז ווען זיי וועלן האבן געלט וועלן זיי זיין צופרידן.
אויב שטעלט זיך אבער ארויס אז נישט דעיס איז געווען דעם רצון השם פאר אים, הייסט דאס בכלל נישט דורכגעפאלן דעם ציהל, אויב מ'האלט פאר די אויגן פארוואס מ'איז דא.

איך האף כ'האב ארויסגעברענגט דאס ענין אזוי קלאר ווי ס'איז ביי מיר. אויב נישט ביטע מיר מוחל זיין, איך האב נישט די מעלה פון קענען ארויסצוברענגן א זאך אזוי מסודר'דיג. גלייבטס מיר אז עפעס גוט האב איך געוואלט זאגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:16 pm
דורך גלייכגילטיג
מורי ורבותי,
איך האב געמוזט צוריקקומען צו דעם אשכול זוכן חיזוק.

די מצב דא אויף אייוועלט איז היינט שרעקליך אנגעזעצט ווי איך דריי זיך נאר און וועלעכע קרעטשמע איך שפאן אריין גיסט זיך זויערקייט, קללות און יואוש.
מ'דארף טאן עפעס דראסטיש צו הייבן די גייסט..
ווער עס קען ארויסהעלפן ווערט געבעטן זיך אנצורופן.

אפשר וואלט מען געקענט אנהייבן זוכן די טובות וואס איז ארויסגעקומען אדער וועט ארויסקומען פון די אבאמא געווינס?!
אדער סתם וויצלעך פון די צרות...

נו, ס'איז פיקוח נפש העלפטס ארויס...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 07, 2012 3:21 pm
דורך שמן למאור
פאר פיהר יאהר צוריק איז געווען דער עלות השחור, נעכטן נאכט איז געווען דער עמוד השחור......

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 2:03 pm
דורך שלעפשיץ
גלייכגילטיג האט געשריבן:כ'קען נישט גלייבן!!! :shock:
עס איז שוין דא עטליכע תגובות און יעדער שאקעלט מיט מיטן קאפ; יא ס'איז שווער דאס לעבן ס'איז ביטער שוין מ'וועט עס מוזן דורכשטופן לאמיר נאר טוען וואס מ'מוז, באצאלן בילס, חתונה מאכן די קינדער, זיצן אין פאליש, קרעכצן, ביז די קומעדיגע דור וועט זיך קומען מיטשענען און איך וועל פטור ווערן און שוין.

לעבן טאקע רוב מענטשען אין אזא דיפרעסטקייט?! אדער נאר די וואס האבן געזוכט אריינצוקומען אין דיזען אשכול, די איבריגע האבן עס אפילו נישט אנגעקוקט?????????!!!!!!!!!!

טייערע אידעלע! איך פארשטיי נישט דיין פיין, דיין זויערקייט, אויב איז אמת וואס דו שרייבסט אז דו קענסט באצאלן בילס און חתונה מאכן די קינדער דורך ארבעטן ביי בי ענד עיזש אדער דעליווערן ברויט, טא! האסטו שוין אלע זייטיגע געברויכן וואס ערמעגליכן דאס לעבן.
נו, יעצט-- לעב!!!
לעב לשם לעבן! האב הנאה פון די וועלט! גיי ארויס אין גאס! אטעם אריין! אטעם ארויס! שמועס! פארברענג! עס א גוטן סענדוויטש! לערן אביסל! לאך אביסל! שלאף אביסל! זיי עוסק אין וואס עס באפרידיגט דיר! לאז עס נישט ארויס פון די הענט! יעצט לעבסטו! נאג עס אויס וויפיל ס'גייט!

דו האסט געוואלט זיין אן עושר.. דאס איז געווען דיין ציל... פארוואס האסטו געוואלט?? כדי דו זאלסט קענען לעבן א געשמאק לעבן!!


צום ערשט אנטשולדיגט פארן צוריק ענטפערן אזוי שפעט = קיינמאל נישט צו שפעט
נאר יעצט האב איך אביסל צייט

1) איך האב פיין געציטערט אז קיינער גייט נישט רעדן צו זאך אזוי די פאר ערשטע תגובות
שכח פאר די וואס האבן יא געקאמענט עפעס צום שפיץ

2) דאס וואס דו פרעגסט וועגן מענטשן אין א דיפרעסט......
ליידער יא - נאך מער ווי דו מיינסט, אפשר נאך ערגער ווי דעם אויך

3) דאס וואס דו טעהנס'ט צו לעבן אין לאכן - האבן הנאה פונעם הוה
דאס איז א זאך וואס מען ברויך אויסשמועסן - מאנכע ווייסן נישט פון דעם סוד

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 2:04 pm
דורך שלעפשיץ
בעל דעת האט געשריבן:רבותי דיעס האבן אינז שוין געלערנט ביי דע 10 יאר אין חדר אין מסילת ישרים

יסוד החסידות ושרש העבודה התמימה הוא שיתברר ויתאמת אצל האדם מה חובתו בעולמו ולמה צריך שישים מבטו ומגמתו בכל אשר הוא עמל כל ימי חייו

אדרבה לערנטס דורך דעים ערשטען פרק אין מסילת ישרים וועט עטץ זיען ווואס אינזער גאנצער ציהל אויף דער וועלט איז


נו אפשר גיבסטו דא אין יודוש א קליינע אויסצוג פונעם הייליגן מסילת ישרים?
דאס אז דו ברענגסט עס אראפ איז א סימן דו קענסט עס
גיב איבער אביסל?

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 2:09 pm
דורך שלעפשיץ
שאהן הענניטי האט געשריבן:ס'איז אמת'דיג שווער צו מגיב זיין דא, ס'איז א מורא'דיגע רחמנות אויף דעם מענטש וואס האט דעיס געשריבן, וואס לויט ווי ס'זעהט אויס איז ער א פעסעמיסט בטבע, און ער האט נישט געהאט די זכי' דערווייל צו אריינברענגן אין זיך די מדה פון בטחון און שמחה, און איך פיל נישט אז איך בין גוט פארדעם.
איך האלט אבער דאך אז ס'איז דא אסאך פוינטס וואס ברויך ווערן אויסגעליפטערט פאר אונז אליינס, און כ'וועל טרייען צו זאגן מיין מיינונג אין דעם אין קורצן.

ער רעדט אסאך פון דעם אז מ'דארף לעבן מיט א ציל. דער ציל פארוואס א מענטש איז באשאפן געווארן איז צו דינען דעם אויבערשטען (איך רעד בגשמיות) כדי מ'זאל נישט דארפן עסן קיין נהמא דכסופא.
דער רבש"ע איז אבער א טוב ומטיב, און ווי ס'שטייט פון אריז"ל אז די גאנצע באשאף פונעם מענטש איז נאר געווען כדי כביכול זאל קענען פארפילן דעם טיטל פון "טוב" וואס מיינט רוצה להטיב, און ווי לאנג ס'איז נישטא פאר וועם צו טוהן גוטס, קען ער נישט ווערן אנגערופן טוב עכת"ד.
ממילא וויבאלד השי"ת וויל נאר גוטס טוהן מיט מענטשן האט ער אריינגעלייגט דעם מענטש אין א פאזיציע וואס איז מלא געשמאק און נחת פאר ווער ס'איז זוכה, אין דעם איז אריינגערעכנט קינדער, געלט, געזונט, גוטע פריינד, וכו'.
כדי דער מענטש זאל האבן א תכלית, און שפירן אז ער דארף זיך ווענדן צום רבש"ע, איז פארהאן שוועריגקייטן אין לעבן וואס ברענגן דעם מענטש צו טראכטן מער איבער זיין תכלית, ווייל די טבע פון א מענטש איז "וישמן ישורון ויבעט".

יעצט צוריק צום ציהל פונעם מענטש, יעדן טאג פאר זיך דארף א מענטש זעהן ווי אזוי ער קען דינען דעם אויבערשטען און זיך ברענגן נענטער צו אים.
דאס האט קיינמאל נישט קיין שייכות מיט נעכטן און מארגן. אויב איז זיין נעכטיגער פלאן נישט געלונגן מיינט דאס נישט אז ער האט געפעילט דעם purpose , ווייל ער איז דא פאר היינט.
אין קורצן, די ציהל פונעם מענטש איז נישט קיין ווייט טערמיניגע, אז נאכן טוהן אזוי און אזוי פאר א לענגערע צייט וועל איך אנקומען צום ציהל, דער ציהל איז יעדן טאג צו טוהן צום זאך.

ווער ס'לעבט אזוי, איז זיין לעבן מלא תוכן און געשמאק אויף טריט און שריט. ער ווערט נישט צובראכן ווען ער פאלט דורך ברוחניות, און אויך ווען עפעס גייט אים נישט גוט בגשמיות, ווערט ער נישט אויס מענטש, ווייל די גאנצע ציהל פונעם גשמיות איז דאך נאר ווייל דער רבש"ע איז א גוטער און גיט אים פון אלעם גוטן, און אויב יעצט וויל השם אנדערש איז דאך דעיס דער ציהל יעצט, צו דינען דעם אויבערשטען אפי' ס'גייט נישט אזוי גוט.

איך מיין אז דאס איז דער איינציגער וועג א מענטש זאל קענען הנאה האבן אויף די וועלט און לעבן טאקע מיט א ציהל, און אין איינוועגס אויך זיך איינקויפן די מדה פון שמחה, נישט צובראכן ווערן ווען מיין בלעקבערי האט מיר צום סוף נישט געברענגט קיין עשירות.

נאך איין פוינט בשייכות צום ענין, די אינגעלייט וואס פאנטאזירן פון עשירות, איז נאר ווייל די טבע וואס השם האט אריינגעלייגט אין א מענטש צו גליסטן צו דערגרייכן, העלפט אים צו קענען גיין ווייטער, מ'מוז האבן מאטיוועישן כדי צו קענען האבן עפעס אן הצלחה, און רוב אינגע מענטשן מיינען אז ווען זיי וועלן האבן געלט וועלן זיי זיין צופרידן.
אויב שטעלט זיך אבער ארויס אז נישט דעיס איז געווען דעם רצון השם פאר אים, הייסט דאס בכלל נישט דורכגעפאלן דעם ציהל, אויב מ'האלט פאר די אויגן פארוואס מ'איז דא.

איך האף כ'האב ארויסגעברענגט דאס ענין אזוי קלאר ווי ס'איז ביי מיר. אויב נישט ביטע מיר מוחל זיין, איך האב נישט די מעלה פון קענען ארויסצוברענגן א זאך אזוי מסודר'דיג. גלייבטס מיר אז עפעס גוט האב איך געוואלט זאגן.


אזוי ווי יעדער ברענגט ארויס - לעבן פאר יעצט

איך האב אמאל געליינט ערגעץ אן ארטיקל איבער דעם וואס איך האב זייער הנאה געהאט
כעל פרובירן עס אראפ ברענגן בלי נדר אי"ה

אבער א חוץ דעם איז דא נאך קליינע פראבלעמען אזוי ווי - קוקן אויפן גוטע זייט
און נישט זיין פויל זיך צו נעמען טון

בקוציר סע איז אסאך זאכן אבער דער עיקר פראבלעם איז לעבן פאר "יעצט"

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 25, 2014 10:00 pm
דורך פייווישעל
שלעפשיץ לינק ביטע אהין