בלאט 1 פון 1
והייתם נקים מה' ומישראל
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 12:36 pm
דורך 3x0
אזויווי לעצטענס זעה איך אז עס זענען דא וואס ריפן מיר מיט צונאמען טריאו, וויל איך דא זאגען פאר יעדעם איינעם אז מיין נאמען איז 3x0, און מען קען מיך אויך ריפן דריי מאל גארנישט , דאס איז אלעס אויב מען פרעגט מיר וואס צו טון.
אבער אזויווי איך קען ענק נישט זאגען וואס יא צו שרייבן אדער וואס נישט צו שרייבן, וויל איך דא אויסריפן הויך.
איך האב גארנישט מיט די געאסרטע טריאו סעלפאון'ס.
איך האף אז אזוי וועט אראפגענומען ווערן די חרון אף פון גרויזאמער, און ער וועט נישט אהער ברענגן די קריגערייען פון די אלטע קרעטשמע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 1:01 pm
דורך יגרסהדותא
דיין סעלפאן האט אויך אפגעברענט אינעם אוישוויצער גיהנם פייער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 1:07 pm
דורך סאכדעס
טריאו פארוואס פאפלסטע דעם אוילעם דא?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 4:50 pm
דורך מעסטערמיינד
אגב זיי זאגען אז די היינטיגע סעלפאון'ס זענען אזוי פארגעשריטען אז מקען עס ניצען פאר א גאן ..
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 4:58 pm
דורך 3x0
מעסטערמיינד האט געשריבן:אגב זיי זאגען אז די היינטיגע סעלפאון'ס זענען אזוי פארגעשריטען אז מקען עס ניצען פאר א גאן ..
ביסטו דער זעלבער וואס האט געעפענט דעם אשכול?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 5:03 pm
דורך סאכדעס
אפילו לו יהא אז ער איז עס, אבער דארט האט מען מברר געווען אז סיז נישט קיין פראבלעם צו פארדרייען אן אשכול, קוקט אויס אז ער האט אזוי אנגענומען.
קאפטשאוסט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 5:05 pm
דורך 3x0
יאפ.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 5:05 pm
דורך סאכדעס
נאך א נס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 5:06 pm
דורך 3x0
איך וויל נאך אבער הערן א ענטפער פון מעסטערמיינד.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 5:07 pm
דורך סאכדעס
אז ער וועט וועלן, זארג זיך נישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 6:01 pm
דורך מעסטערמיינד
דריי אוי
דו שרייבסט גע'אסר'טע סעלפאון האב איך געזארגט אז קיינער וועט נישט פארשטיין פון וואס דו רעד'סט האב איך געברנגט דעם מאמר אזוי וועט דער עולם כאפען וואס ס'מיינט,
סאכדעס
כ'האב נאך נישט צוריק געצויגען פון מיינע ווערטער האסט פארשטאנען!
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 31, 2006 7:02 pm
דורך 3x0
אקעי, איך נעם עס אן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 12:13 am
דורך שוועמל
טריאו,
פארוואס מאכסטו אזא ברייטל פון דעם ?
קלעב ארויף אויף דיר דעם סטיקער וועט דיך יעדער קענען רופן וויאזוי מען וויל
http://www.yousendit.com/transfer.php?a ... 17078812DD
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 12:34 am
דורך מעסטערמיינד
דאס איז דער בילד וואס שוועמעל לייגט דארט

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2006 2:11 pm
דורך סאכדעס
מעסטערמיינד האט געשריבן:סאכדעס
כ'האב נאך נישט צוריק געצויגען פון מיינע ווערטער האסט פארשטאנען!
וויי געוואלד, פארוואס טאקע נישט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 24, 2007 3:55 pm
דורך קוטשער
דריי מאל גארנישט
האט דאס שוין אזוי שיין ארויסגעברענגט
און איך פראסטער קוטשער
בין טאקע נישט דריי
אבער צוויי מאל גארנישט
בין איך יא
און נאך ווי
וועל איך זאגן די זעלבע אויפקלערנדיגע וויכטיגע רייד
זאל קיינער נישט מיינען
אז איך בין עפעס אזא פשוטער קוטשער
זאל זיך נישט יאווען ווער אימער
אז מיר זענען טאקע נישט מער ווי א קוטשער
ניין ניין האלט דאס אליינס
איך בין דער באקאנטער וועלטס קוטשער
וואס זיין הערונג גייט פון איין עק וועלט ביזן אנדערע עק
פון ווינקל צו ווינקל
פון ברעג צו ברעג
פון בארטן צו בארטן
פון פארט צו פארט
פון מזרח צו מעריב
פון דרום צו צפון
פון הימל ביז ערד
און פאר פייער און פאר וואסער
עטס זאלטס נאר וויסן וועם איך האב שוין אלס געקוטשערט
דער האר וועט זיך אייך אויפשטעלן
אזש דער דאשיק וועט א שפרונג טאן
דער נאז וועט זיך פאר שעים באהאלטן
דער פנים פאר'בוריקע'ן
דער שטערן פאר'קריידע'ן
די בארימסטע אנערקענסטע אנגעזעענסטע באעערסטע ארויפגעקוקטע געשעצטע מאיעסטעטישע פערזענליכקייטן
האבן שוין איבערגעלאזט זויל פלעקן אויף מיין וואגן פאדלאגע
איר הערט
און איך קוטשער זאג און באפעל און הייס אהער און אהין
ווי א פרעזוס צו זיינע איינגעשטעלטע
אזוי איז קוטשער צו אט די פערזענליכקייטן
איי ווי גוט דאס שפירט זיך
מה יפית ומה נעמת
מיינט איר אז וועגן דעם בין איך עפעס א ווייס איך וואס קוטשער געווארן
עה וואס עפעס
הייבט זיך נישט אן
איך בין געבליבן א פראסטער קוטשער
נישט אומזיסט רופט מען מיך קוטשער
א קוטשער בין איך און א קוטשער וועל איך בלייבן
Re: והייתם נקים מה' ומישראל
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:05 am
דורך אלעקסיי
3x0 האט געשריבן:אזויווי לעצטענס זעה איך אז עס זענען דא וואס ריפן מיר מיט צונאמען טריאו, וויל איך דא זאגען פאר יעדעם איינעם אז מיין נאמען איז 3x0, און מען קען מיך אויך ריפן דריי מאל גארנישט , דאס איז אלעס אויב מען פרעגט מיר וואס צו טון.
אבער אזויווי איך קען ענק נישט זאגען וואס יא צו שרייבן אדער וואס נישט צו שרייבן, וויל איך דא אויסריפן הויך.
איך האב גארנישט מיט די געאסרטע טריאו סעלפאון'ס. .
וואס הייסט לעצטענ'ס זעה איך וכו'?
דו אליינ'ס שרייבסט דאך אויף דיר "המכונה טריאו", איז עס נאר א לעצטיגע זאך וואס די האסט צוגעלייגט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 10:15 am
דורך יאנאש
יא עס איז שפעטער צוגעקומען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 1:46 pm
דורך אלעקסיי
אהא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 25, 2007 3:49 pm
דורך דארפסמאן
טריאו דיין טעלעפאן איז ארבעט זייער פיין קיפ אפ
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 26, 2007 9:11 am
דורך אלעקסיי
האסט שוין די נייע מאדעל?