בלאט 1 פון 1

שחרית עם זהרורי חמה, מנחה עם דמדומי חמה, מעריב עם כוכבי שחר?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 3:57 am
דורך נישט גוט
אזויווי עס קומט מיר אסאך מאל אויס צו ענדיגן מעריב צוזאמען מיטן עלות השחר, האב איך א תאוה ווי פאלגענד:

די גמ' זאגט אין מס' ברכות דף ט' "ותיקין היו גומרין אותה (ק"ש) עם הנץ החמה וכו' א"ר זירא מאי קראה ,יראוך עם שמש ולפני ירח דור דורים"
רש"י איז מסביר אז יראוך מיינט בשעת קרי"ש כשמקבלין מורא שמים דארף זיין עם שמש צוזאמען מיט די זוהן, קומט אויס אז מ'דאווענט עם הנץ החמה
ולפני ירח דור דורים. זאגט רש"י אף תפלת המנחה צריך להיות עם דמדומי חמה, (דאס איז לכאורה די סיבה אויף דאס וואס דער "בעל דברי יואל מ'סאטמאר זי"ע" האט געדאוונט מנחה די לעצטע מינוט, ווייל אזויווי אין שו"ע ווערט גע'פסק'נט ווי די רבינו תם, מיינט עם דמדומי החמה, עם סוף שקיעתה)

קען איך ווען ביישטיין אז איינער זאל מיר טרעפן א מקור אז "מעריב דארף זיין עם כוכבי שחר" אבל מה אעשה:
די משנה זאגט אין ברכות דף ב' וחכמים אומרים עד חצות וכו' כדי להרחיק אדם מן העבירה, און אין די גמרא דף ט' אז די הלכה בלייבט ווי די חכצים, אויף אזוי ווייט אז די גמרא אין ברכות דף ד' זאגט דערויף מורא'דיגע ווערטער: כל העובר על דברי חכמים חייב מיתה, משום אונס שינה,
טא ווער קען נאך טרעפן א ענין אויף א זאך וואס די גמ' זאגט חייב מיתה?

אבל לאחר שכתבתי זאת עלה ברעיוני, אז אונז געפון מיר אזא זאך, לגבי תפילין לייגן חוה"מ, דער זוה"ק זאגט חייב מיתה, און אין די גמרא איז דא גאר א שיטה אז מ'דארף לייגן תפילין חוה"מ, סא אפשר דאך, אפשר קען איך אראפגעבן קאמישאן פון די שכר (לאל),

מידי דברי בו זכור אזכרנו,
אז ווער עס האט נאך נישט טועם געווען די טעם פון אויפשטיין פארטאגס, נעמען א פיינע הייסע שאוער, א מקוה, א קאווע, און דערנאך דאווענען מעריב באשמורת הבוקר בעת שרחמים גובר "עם כוכבי שחר" מיט דמעות, אין די שעות שהקב"ה שט בעולמות, (נאכדערצו בימי בין המצרים וואס שטייט דערויף "כל רודף-יה השיגוה בין המצרים" ווען די וועלט איז נאך איינגעהילט אין א טיפן שלאף און די לופט איז לויטער, ריין, קלאר, שטיל,
לא טעם טעם טוב בימיו

אבער, איך וואלט עס קיינעם נישט רעקעמענדעט כנ"ל

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 6:25 pm
דורך חכם לב
עבר ושנה נעשית לו כ"היתר"

בדרך אגב. זיך לייגן שלאפן פאר מעריב, נעמען א שאוער פאר מעריב, איז אויך אנטקעגן די הלכה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 8:31 pm
דורך נישט גוט
פון דעם רעדט מען דיך, אז עס איז נישט רעקעמענדעט,

אבער די טעם דערפון איז אין לשער ולספר,

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 10:31 pm
דורך חכם לב
דאס איז נישט די איינציגסטע עבירה וואס האט א גוטן טעם...

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 28, 2014 6:50 pm
דורך נישט גוט
גערעכט,
אבער איך רעד פון א רוחניות'דיגן טעם,
בד"וו,
די עבירה איז נאר ביז דעמאלט,
ווען מ'טרעפט זיך פארטאגס נאכן אויפשטיין און מ'האלט נאך פאר מעריב, איז שוין נאר א חיוב, צו גיין דאווענען,
גייט מען אין מקוה פארן דאווענען, און מ'דאוונט,
סא עס איז א גוטע טעם אין א מצוה נישט אין א עבירה,
נאר מ'טאר זיך נישט צוברענגען צו דעם כנ"ל