בלאט 1 פון 1

נו גיימיר כאפן א שווים!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 6:16 pm
דורך שלעפשיץ
די 'זאך' שווימען קען מען אנקוקן אפאר וועגן.

איין רגע לאמיר אנהייבן פון אנפאנג.

איך זיץ מיר היינט אזוי אויפ'ן באנק, איך ווארט די 'לייפ גארד' זאל קומען עפענען די שווים באסיין. [POOL]
אינטערעסאנט איז (ווער עס וועט כאפן פון ווי איך רעד זאל נישט אויסזאגן ווייל סע קען זיין גילו) די לייפ גארד איז דער זעלבע מענטש ווי ווען איך בין געווען אין כיתה ג'.

זיצענדיג אויפן באנק ווארטענדיג, דערמאן איך זיך ווי אזוי מיר האבן אלע אויסגעקוקט ווען מיר זענען געווען אינגלעך.

ווען די צייט איז געקומען, יעדער איז געלאפן אין באָנק נעמען די שווים זאכן, לויפענדיג האט מען געפענט די קנעפלעך פון אלעם (העמעד הויזן א.ד.ג.)
ווער עס האט געקענט לויפן מיט איין פיס איז אנגעקומען צום POOL מיט אפענע שיך בענדלעך, די לאנגע ליין איז געווען עקסטער גוט פאר זיך, קינדער זענען געפלויגן, צוקוועטשט געווארן, אבי צו כאפן דעם פלאץ נעבן די נאגל פאר די נאָז קליפ.

איך האב קיינמאל נישט זוכה געווען צו זיין אין וואסער די ערשטע. :evil:

איינמאל דענק איך, איך האב ביי מיר אפגעמאכט יעבור עלי מה מארגן בין איך דער נחשון, נו מה עשה הקב"ה?
איך בין שוין אינמיטן לערנען געווארן פארנומען, גענומען א תירץ איך ברויך הכנות, כ'האב מיר אזוי אריינגעווישט אין באנק, איך טויש מיין אינטערהויז אויף מיין שווים הויז, און צירוק אין חדר.

ערשטער חלק איז דורך.

יעצט ווי נאר מען האט צוגעמאכט די גמ' האב איך זיכער געמאכט איבער צו טאנצן אפאר טישן צו זיין דער ערשטער ביים טיר, און ויסעו אויפן וועג זענען שוין אלע קנעפלעך געווען "פון לאנג" אפן.

שיך איז געפלויגן. איך רייס צום וואסער איך מאך מיינע טריט גרייט צום שפרינג.............
און בום - א פלאטשקע.......... איינער האט עס געמאכט פאר מיר.

מער האב איך שוין נישט פרובירט נאך אזא אנטוישונג בין איך שוין געבליבן די 30טער יונגל אזוי ווי יעדן טאג.

נחזור לענינינו, דער לייפ גארד איז אנגעקומען איך שפאציר אריין, די טיפע וואסער איז ליידיג, די קליינע קינדער שווימען נישט אין די טיפע וואסער.
צו דאס וויל איך צוקומען, ווי אזוי קוקט איר אן דאס שווימען? זענט איר אזוי פרייליך נאך היינט צו די וואסער?

איך גיי אריין איך שווים אביסל און שוין יוצא געווען.
איך קוק מיר אביסל אום, סע דא קינדער וואס פלאטשקענען סתם, סע דא וואס שפריצן אויף אנדערע, סע דא וואס טאנצן נאר אריין, סע דא דייווערס

געוויסע ווארטן גאר אז איינער זאל זיך בטעות אויסגליטשן ביים מאכן א דייוו און פאלן אויפ'ן רוקן, דאס מאכט זייער טאג.
סע דא וואס קענען זיצן אין וואסער א גאנצן טאג. סע דא וואס קוקן צו וויאזוי 2 אנדערע שווימער מאכן א רעיס און ווען די רעיס איז פיניש קומט מען זיך ביי זיי מתדיין זיין ווער ס'האט באמת געוואונען און פארוואס.

סע דא וואס זאגן יא לאמיר גיין שווימען!!!!

סע דא וואס - נו גיימיר שווימען????? און סע דא וואס - נו גיי מיר אביסל שווימען!!! [מיט איין אזא ! צייכן]

אבער דאס איז כולו עלמא מודה אז שווימען איז גוטע נייעס! ס'איז פאן און געזונט. נו גיימיר כאפן א שווים!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 6:17 pm
דורך Shiala
פיין געזאגט איצט שווימט זיך גאר אנדערש

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 6:29 pm
דורך דעת זקנים
שלעפשיץ פיין געשריבן, האסט מיר ארויפגעברענגט געשמאקע מעמאריעס.
יעצט אויף די מינוט קען איך טאקע נישט גיין שווימען - כ'זיצדאך ביים קאמפיוטער, אבער ביים ערשטן געלעגענהייט אי"ה און א פלאטשקע וועט אפהילכן (איך בעהט דיך נאר שטיי נישט דארט ביי די זייט ווייל דו קענסט כאפן א שפריץ).

נו געגאנגען, הוי כל צמא לכו למים...

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 16, 2012 7:31 pm
דורך לכתחילה אריבער
שלעפשיץ האט געשריבן:געוויסע ווארטן גאר אז איינער זאל זיך בטעות אויסגליטשן ביים מאכן א דייוו און פאלן אויפ'ן רוקן, דאס מאכט זייער טאג.

געוויסע ווארטן גאר אז שלעפשיץ זאל שרייבן אפאר ווערטער, דאס מאכט זייער טאג.

נ.ב. איך בין פון די "געוויסע"!!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:20 am
דורך שהחיינו
נישט פארגעסן פונעם טראדיציענאלן געשריי פאר די קינדער: "דער לעצטער כאפט א שמוץ!" (מזכרוני ר' יודל ראזענבערג ע"ה)

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:48 am
דורך משזר
שלעפשיץ די זאגסט גיט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:44 pm
דורך וויכטיג מאכער
שווימען, אה! ווי קעמען גיין שווימען? שלעפשיץ, איך ווייס גראדע פון וועכע קאנטרי דו רעדטסט, איך בין גע'שווימען דארט יארן! אבער טאמער האב איך נישט קיין פול, דערמאן מיך נישט פון שווימען!

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 3:14 pm
דורך משה קארנפעלד
א שווים באסיין(גוט?) האב איך נישט דא ביי מיר אבער מיט א שטיקל שלעפשיץ וועט זיך אנדערש ארבייטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 3:49 pm
דורך פליגל
וויכי, כ'ווייס נישט פון וועלכע קאנטרי ער רעדט אבער טאמער רעדט ער פון די קעמפ פון וואס איך בין געשווימען יארן דאן אויב שטיי'ך נעבן א שווים באסיין (קארנפעלד; כ'מיין אז ס'ספעלציך אזוי) זאלסטו מיך נישט דערמאנען פון יענע געשווימעכץ.

שלעפשיץ; אז דער לעצטער כאפט א שמיץ פון דעם רעדסטו נישט בכלל?

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 17, 2012 5:44 pm
דורך שלעפשיץ
איך האב קיינמאל נישט געכאפט קיין שמוץ
אפשר פארדעם........

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 18, 2012 4:31 am
דורך ישלהוסיף
זיי מוסיף:
יש נוהגין אז מדארף האבען א BUDDY אדער א חבר...
ווען אלע קינדער אין מ'קוקט צו ווי צוויי דריי טאטעס שווימען זיך רואיג אין א ליידיגע פאאאל...
ווען ס'האט זיך גענומען רעגן...
ווען א צווייטע האט זיך באזעצט אויף מיין מקום קבוע...
אוי דער טיפע וואסער טעסט...

וויפיל מיר איז דיר ארויס געקומען צו זעהן ווי דער לייף גארד שפרינגט אריין אין וואסער איינעם ארויס צו נעמען?
גראדע האב איך איינמאהל צוגעזעהן ווי ער ווארפט זיין ספעציעלע טוב, אין איינמאהל פאקטיש ווי ער שפרינגט אריין.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 11:34 am
דורך מאנ-יימער
שלעפשי האסט מיר גוט אנגערייצט פאר א שווים

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 08, 2012 1:49 pm
דורך אויסגעשפיצט
פליגל האט געשריבן:
שלעפשיץ; אז דער לעצטער כאפט א שמיץ פון דעם רעדסטו נישט בכלל?



וואס איז פארשטיי נישט איז? .. סמודעך אייביג זיין איין לעצטער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:38 pm
דורך פליגל
אויסגעשפיצט האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
שלעפשיץ; אז דער לעצטער כאפט א שמיץ פון דעם רעדסטו נישט בכלל?



וואס איז פארשטיי נישט איז? .. סמודעך אייביג זיין איין לעצטער?

פלעגט זיין דער אנטווארט: קומענדיקעס מאל וועט ער ניט זיין דער לעצטער...

פארעפענטליכט: שבת מאי 16, 2015 10:30 pm
דורך שלעפשיץ
די צייט פון שווימען דערנערנטערט זיך שוין