גריסן און שמועסן
מיטוואך יולי 11, 2012 10:37 am
ניין איך קען אים מער נישט מוחל זיין, ביז אהער גענוג האב איך געליטען פון אים, דא ענדיגט זיך עס די יארן פון פיין מוז זיך ענדיגן איך וועל מיך מער נישט לאזן פון אים, ביז אהער דו מאק, שוין יארן לאנג וואס איך לייד שטילערהייט אן זיך אויסרעגן צו קיינעם איך האב פלעין געליטן און קיין ווארט פון מיין מויל נישט ארויבגערעדט, נישט מיין ווייב נישט מיינע עלטערן און נישט אפילו מיין סייקא- טעראפיסט האבן געוואוסט וואס איך גיי אלס דורך, ביז היינט אבער, היינט טוישט זיך אלעס און איין אויגן בליק משטיינס געזאגט סארא חוצפה? זעהסט נישט כבין ביזי? חאניש יעצט קיין צייט צו דיר זיך דיר א צווייטן וועם קראנק צו מאכו מיט דיינע דאגות.
איך בין "ביזי" ממש ביזי ביזיונות!!! די ריינע אמת איז אז ס 'האט זיך נישט היינט אנגעהויבן, אנגעהויבן האט זיך עס א היפשע שטיק צייט צוריק ווען כאבעם באגעגענט שוין דאנסטמאל האב איך איינגעזען אז איך האב דא געמאכט א ביטער טעות א טעות וואס איז אומפארעכטבאר זינט דאן דריי איך מיך ארום אן א קאפ וויזוי מאך איך אים פארגעסן ווער איך בין, מילא אויף פייסבוק וחברייהו וואלט איך אים שוין לאנג דיליטעד אבער ער קאן מיר דאך און אין ריעל לייף איז נאך דערווייל קיין
דיליט באטטען נישט פארהאנען.
לדוגמא‚ ווען איך אים איינמאל בטעות ריסטריקטעד, טרע ף איך אים דעם נעקסטו פרימארגן זוי שפאצירענדיג רואיג אויף לי עוו. רואיג? אזוי האבעך געמיינט אין ווינציגער ווי פינע ף צעקונדען האבעך מיין ביטערע טעות איינגעזען. שיגץ, רשע, נאדלער, קאטשא פייע נעקי, שיעלע, יוסי, און אלע מיינע אנדערע ניקס האבן זיך זוי פליסיג פון זיין מויל געגאסן, גאנץ לי און בעדפארד האבן מיר אנגעקוקט מיט בייזע בליקן ווען איך שטיי מיט א רויטן פנים און שטאלפער ארויס ' וואס האבעך גגגגעטוווווון?' די תירוץ איז פארשטייצעך געווען א נייע זעקל קללות ס'שוין געקומען צו א מצב וואס מ'האט באין ברירה געזאגט ראה עני ואמלי און אנגעגאנגן ווייטער אין לעבן, אבער נעכטן האט זיך אלעס געטשענדזט.
שוין ווייטער קאלט ער מיר, די דאקטער זאגט איך מיז נעמען מיינע פילען אניש אימען אין א סכנה פון א נייע אטאק, עמיר גייט אויף די שפיץ פינגער (ווילעך נישט אויפוועקן די סליפינג פילס) עמיר טרייען צו פארזעצן
פארזעצונג קומט ווארט נישט מיט צופיל שפאנונג.
Advertisement
מיטוואך יולי 11, 2012 11:39 am
שוין כאב דזאוסט אראפגעלייגט מיט אים, א האלבע שעה האט ער מיר אויפגעהאלטן מ'האמיר איבערגעשמועסט וויכטיגע ענינים לדוגמא, וואס מיין שלמה'לע האט געהאט נעכטן פאר נאכטמאל, ווען ער איז געגאנגן שלאפן נעכטן, פארוואס איך האב נעכטן 2 אזייגער אויף די נאכט נישט אויפגעהויבן דעם טעלעפאון (מ'שטיינס געזאגט "דיין גוגל טאלק אינאך געווען גרין!!!") און נאך אפאר וויכטיגע ענינים זעמיר צוריק דא עמיר ווייטער גיין מיט די השתלשלות הדברים.
מאנכע פרעגן מיר אן ווי מאכט א איד אזא טעות? וואו האסטע איינגעקלאפט מיט אזא ...... וואס האט עס אויסגעפעלט און פארוואס האסטע נישט בייצייטנס אפגעקלאפט מיט אים? גוטע קשיא עמיר צוריקגיין צום אנפאנג. (דיסקלעימער: דע נאמען משה איז א פיקטיווע ווי אויך די אימעיל אדרעס.) צוויי יאר צוריק ג' פנחס 3 אזייגער האט זיך אלעס אנגעהויבן און אזוי האט עס אויסגעקוקט:

- די אינווייט
- the invite.bmp (48.57 KiB) געזעהן געווארן 500 מאל
אן אימשילדיגע אינווייט הא? יא זוי האבעך אויך געמיינט ווען כא געדרוקט אויפן יעס באטטען, די ערשטע טשעט האט אויסגעקוקט בערך אזוי:
me: א גוטן
משה: א גוטן
me: וואס מאכט א איד
משה: ב"ה מ'קען זיך נישט נישט באקלאגן
me: אויב מעג איך פרעגן (נישט אז איך האב א פראבלעם דערמיט דזאוסט פאר די נייגעריגקייט) וואו האסטו באקומען מיין ג'טאלק
משה: I got it somewhere on the web dono exactly I hope it doesnt bother you
me: נאט עט אל
עמיר רעדן כ'בין ביזי יעצט.
שיעלע איז געווארן ביזי אויפן סטאטוס (די באס קאלט מיז מען גיין)
יענע נאכט איז געווען די צווייטע טשעט:
משה: א גוטן וואס מאכט מען
me: ברוך השם וויזוי גייט לייף
משה: גוט.
זאג איך קאן דיר פרעגן פערזענליכע שאלות
me: נישט צו פערזענליך
משה: וואס הייסט?
me: קענסט פרעגן אלעס חוץ געציילטע זאכן
נאמען.
טאטעס נאמען.
וכדומה...
משה: נעוואדע נישט
me: נו קענסטע גיין ווייטער
משה: ביסט א בחור\אינגערמאן?
me: אינדערמיט
משה: חתן?
me: יא ב"ה
משה: מזל טוב
me: ברוך תהיה
משה: ארבעטס לערענסט אין כולל?
me: ביידע
משה: האלבע טאג ארבעטסטע נישט האלבע לערענט מען נישט
LOL
me: יא יא
משה: וואו ארבעטסטע?
me: ********** אייטי
משה: וואס איז דאס אייטי?
me: אייטי איז IT דאס הייסט איינער וואסי אין די קאמפיוטער פעלד
משה: וואס טוסטו אין דעים פעלד
me: טעקנישאן
משה: שיין מיין ברודער טוט דאס זעלבע
me: שיין
סיז א וועל פעיד דזאב
משה: יא ווייס מיר
me: שוין וואז נייס טשעטינג וויט יו
משה: שוין גוטע נאכט?
me: יא מ'דארף אויפשטיין פרי
משה: שוין נישט ישיבה צייטן
LOL
me: יא יא
גוטע נאכט.
משה: גוטע נאכט סי יו טאמאראו.
שיעלע איז אפליין
נו שיינע שמועס געווען, יא איך האב אויך זוי געהאלטן עמיר ממשיך זיין א צווייט מאל.
מיטוואך יולי 11, 2012 1:46 pm
שוין זענמיר אויפן באס וועג צו ווילעמסבורג עמיר פרובירן פארזעצן
די באגעגעניש איז פארגעקומען 10 וואכן דערויף אין א בית מדרשאין ווילעמסבורג שיעלע אלס פרישע אינגערמאן האט אריינשפאצירט ווילד אין סעמעדרעש מיט איין בלעקבערי אויפן אויער צוויי אויף די פאסיק מיט א ענדרויד אין די הענט די טלית ותפילין הענגט מיר צווישן די פינגער און די רעכטע זייט הויזן הענגט אראפ פון די צוויי וואקי טאקיס און צוויי הונדערט שליסלעך וואס פירען צו די פארעץ פון סטראזניץ'נס קעלער דארטן וואו די זיידע מאשקע האט זיינע יארן פארברענגט‚ בקיצור הדברים איך ווייס נישט צו וויכי אליין פארמאגט זויפיל טויס, טא מעיק עי לאנג סטארי שארט, איך האב אויסגעקוקט ווי אן עכטע רייסער אנהייבענדיג ברכי נפשי, איעדע וויילע האבעך אפילו געדריקט אויפן בלויע צאנדל אריינשרייענדיג, "ניין 2.3 איז צו ווייניג איך דארף אויף דעם לכל הפחות דריי (פשוטע חשבון די מקוה אידאך צוויי פאוינט זיראו פלאס א דאלער פאר די קאפי בלייב איך אן ארעמאן). זוי אידאס דאווענען פלינק דורכגעגאנען, גראד נאכן דאווענען האבעך מיך אראפגעזעצט מיט א פארסאפעטען אטעם, א האלב אויסגעגאסענעם קאפי, און אן אנגעגאבענע הויזן ל"נ אויף קיין שום איד געוואונטשן, מ'לייגט אלע בזיונות אין א זייט און מ'גרייט זיך צום געהויבענעם באגעגעניש.
לעצט פאראכטן דורך
Shiala אום מיטוואך יולי 11, 2012 2:47 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך יולי 11, 2012 2:13 pm
שייעלע זיסקייט, מיר זענען אלע אח לצרה, אין בית אשר אין שם מעסס, אין יעדער קאמפיוטער געפונט זיך איינס אדער מערערע אזאנא פגעים רעים וועלכע מ'האט בטעות געדרוקט דעם ''יעס'' אנשטאט דעם ''נאו'' און פון דאן גייט דאס לייף, מיט'ן פיטום אראפ, אזש, אז מאנכע זענען געצוואונגען צו באהאלטן זייער עקזיסטענץ ביי גוגל טאלק, כאילו ער איז נישטא.
העמיר שטעלן שייעלע אויף חזקה אז ניבא ויודע מה ניבא, ווען ער רעדט איז דאס גערעדט, און ווען ער שרייבט איז דאס געשריבן, אזוי אז ס'איז דא שטארקע האפענונגען אז די פארזעצונג, וועט זיין אסור צו לייענען אין דאזיגע ישוב ארץ ישראל...... איך מיין שלש שבועות, אנטשולדיגט.
מיטוואך יולי 11, 2012 2:37 pm
איך פארשטיי נישט די פראבלעם ביי גוגל טאלק, ס'איז דאך דא פאר דעם א אפשען צו בלאקן יענעם.
מיטוואך יולי 11, 2012 2:54 pm
ולא מיין, למעלה, דא רעדט מען פון א טיפערען פראבלעם מ'האלט דא נאכן באגעגעניש
מיטוואך יולי 11, 2012 3:00 pm
before I go forward with the story I just want you to be aware that this story is based on a real life story and it has an happy end so will try to go on with the story till we get to the intresting parts
מיטוואך יולי 11, 2012 3:03 pm
מיר ווארטען געשפאנט צו הערען.
מיטוואך יולי 11, 2012 3:05 pm
שיעלע, כהאב אפילו נישט געליינט וואס דו שרייבסט דא, אבער ווידער האסטו נישט וואס צו טון? דאס מיינט געהאקט א לעבן?!
מיטוואך יולי 11, 2012 3:21 pm
לול מתבונן מטרייט די בעסט באט ממודאך צופרידן שטעלן דעם זעקסער ווינג
מיטוואך יולי 11, 2012 3:34 pm
Shiala האט געשריבן:לול מתבונן מטרייט די בעסט באט ממודאך צופרידן שטעלן דעם זעקסער ווינג
טאקע א רחמנות אויף אלע 6w7 און 7w6, זיי מיטשענען זיך געפערליך מיט זיין פארזיכערט און וועלן טון וואס מוויל. זיי האבן א שווערע עבודה צו ארבעטן אויף זיך. אוי, הלוואי דו קענסט עס באווייזן, און זיין א מוסטער פאר אלע פון די טייפס.
מיטוואך יולי 11, 2012 4:12 pm
שיעלע, איך מיין איך זעה שטערען.
מיטוואך יולי 11, 2012 4:23 pm
well Moshe's last name is not Shteren but it's similar
דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:02 am
Shiala האט געשריבן:before I go forward with the story I just want you to be aware that this story is based on a real life story and it has an happy end so will try to go on with the story till we get to the intresting parts
כאטשיג האו זיך עס שוין געענדיגט בש״ט.
מאנטאג אוקטובר 22, 2012 12:30 pm
די מעשה האט זיך דא געענדיגט?
מיטוואך מרץ 26, 2014 12:29 pm
הא? שיעלע דו האסט אונז געלאזט ווארטן אנגעצויגענערהייט
מיטוואך מרץ 26, 2014 5:47 pm
שנאפס, מיר 'האסטו' געמאכט נייגעריג! פון ווי האסטו ארויפגעשלעפט דעם אשכול!..מ'מאכט פסח'דיג?...
מיטוואך מרץ 26, 2014 5:56 pm
די מעשה איז אן ארוך און די עולם האט נישט געוויזן קיין אינטרעס, און ווי איר ווייסט אלע שרייב איך דאך נאר צו מהנה זיין דעם עולם האב איך באשלאסן צו באגראבן די מעשה אינעם מיטעלען בית החיים
מיטוואך מרץ 26, 2014 6:21 pm
ענדערשט באגראב עס אין אייוועלט!
מיטוואך מרץ 26, 2014 6:34 pm
וויזוי דער עולם פארלאנגט, דארף איך גיין פאררייכערן דעם לולקע, מעלה זיין קטורת און אנגרייטן די קומענדיגע תגובה
מיטוואך מרץ 26, 2014 6:51 pm
איך האלט דעם ווארט שפאנונג ביז דו וועסט שרייבען.
מיטוואך מרץ 26, 2014 7:42 pm
מיי העד איס ספיננינג
מיטוואך מרץ 26, 2014 8:14 pm
אז עס איז קליין אין עס דרייט זיך דארף עס אויסצוזעהן ווי א דריידעל.
איז וואר?