איך האב געפעסט דעם ראוד טעסט, פיר יאר נאכן מאכן לייסענס

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

איך האב געפעסט דעם ראוד טעסט, פיר יאר נאכן מאכן לייסענס

תגובהדורך שמן זית » דאנארשטאג יוני 14, 2012 12:23 am

קוקנדיג אויפן קעפל, פאלט אייך אודאי גלייך ביי, היכי תמצי אז כ'האב געמאכט די ראוד טעסט עטליכע יאר נאכן באקומען לייסענס,
מאנכע וועלן דאס דורך שטיפן מיטן פארענטפערן אז מ'רעדט פון פיר יאר נאך די מערידזש לייסענס, וויל איך עינק מעלדן אז ניין, איך האב שוין ברוך השם דרייווערס לייסענס גאנצע פיר יאר כולן שוין לטובה,


נו נו זאג שוין וואס דען מיינט עס?


איידער כ'על צוקומען צום ענין וועל איך מקדים זיין מיט א דבר שמעתתא,

ואם תשיבני, נא סטאפ מיט דיינע תורות, קום גראד צו צום ענין, וועל איך אייך ענטפערן, אקעי גע'פועל'ט איך לאז אויס די דבר שמעתתא, איז אזוי:

כדי צו פארשטיין וועל מיר מקדים זיין מיט א משל:
געווען אמאל אן עושר ער האט נישט געהאט קיין געלט וכו' וכו' והנמשל מובן מאיליו,

אקעי לאמיר פארציילן די מעשה:
איין נאכט אזוי באשמורת הבוקר זיצנדיג אין א קאר האב איך מחליט געווען צוצוגיין צו די גרין ליף גראסערי, מיטצוהאלטן במו עיני הבדולחים וויאזוי עס איז אפען 24 HOURS, אזוי פארנדיג אויף וואולאבאוט קעגן איבער "קראלע שול" האב איך מחליט געווען צו מאכן א U-TURN, האב איך אזוי געהאט אין מיין קאר עטליכע אפסטעיט אידן וואס זענען נישט צוגעוואוינט צו די סיטי דרייוון און אודאי נישט צו די שמאלע וואלאבאוט ווי עס איז א טו וועי סטריט פלאס מ'איז געפארק פון ביידע זייטן זענען זיי געווארן אנגעצויגן
און צו זייער מזל איז נאך א קאר קעגן געקומען, מיר האט זייער ווייניג געקימערט די זאכן, אלץ א געוואוינטע סיטי דרייווער וואס איך פיל ווי די סיטי איז מיין אייגנטוהם, סא איך בין אנגעגאנגען מיט מיין יו טורן על אף וואס די חברה האבן זיך גענומען משוגע מאכן אז א קאר קומט קעגן, ווען די קעגן קומענדע קאר איז נענטער געקומען האב איך געזעהן ווי דער מנהיג מאכט מיט די הענט און די פיס שעלטנדיג אויף דעם וואס כ'האב אים בעל כרחו אראפ געסלאוט פון זיי 30 MPH ספיד, (איי וואס האט אים געבאדערט אריין צוזעצן אין מיר ווייס איך נאך אלץ נישט, עטץ קענטס אים פרעגן)
האב איך געעפענט די ווינדאו צו פרעגן "מה כל הרעש" והנה און אט: איך גלייב נישט וואס איך זעה, עס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער אלעמען באקאנטן "וויכי" (איך ווייס נאך אלץ פארוואס ער האט נישט געמאכט די לייטס און סיירינס), וויכי געט א עפען די ווינדאו פון זיין מאשין, מיטן רויטן געזיכט, זאגנדיג:
"האסט געפעס די ראוד טעסט" און ער איז געפלויגן ווייטער, איך האב אים נישט עספיעט צו פרעגן דעם היכי תמצי,

סא איך האב אויך נישט קיין אנונג וואס דאס מיינט, עס איז געבליבן ביי מיר א חידה סתומה,

סא ווער עס וויל קען פרעגן "וויכי" פשט אין די ווערטער

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג יוני 14, 2012 1:27 pm

וואס ס'איז זיכער איז זיכער, האסט ארויפגעלייגט א גרויסן שמייכל אויף מיין פנים.... ס'איבריגע לאז איך וויכי'ן.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג יוני 14, 2012 1:31 pm

מיט אזא ארטיקל האסטו זיכער געפעסט,
וואזאלעך זאגן, ביזט גוט, אזוי צו באשרייבן א יו טוירן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » דאנארשטאג יוני 14, 2012 1:52 pm

אז וויכי זאגט האסט געפעסט, האסטו געפעסט, און פרעג נישט קיין קשיות.

ישר כח
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג יוני 14, 2012 10:04 pm

וויכי איך וויל פעסן דעם ראוד טעסט, ווי אזוי מאכט מען דאס?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יוני 14, 2012 10:57 pm

טראנספארט האט געשריבן:אז וויכי זאגט האסט געפעסט, האסטו געפעסט, און פרעג נישט קיין קשיות.

ישר כח

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג יוני 14, 2012 10:58 pm

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:וויכי איך וויל פעסן דעם ראוד טעסט, ווי אזוי מאכט מען דאס?

ער העט דיר קיינמאל ניט געבן ס'לייסענס.

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » פרייטאג יוני 15, 2012 2:44 pm

וואס איז איך שמיר נישט גענוג?
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג יוני 18, 2012 10:57 am

שמערי בערי שמיר אהער שמיר אהין... קיין לייסענס העסטו נישט קריגן.

אוועטאר
פליגל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4590
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג יוני 18, 2012 11:17 am

שמערי & סאכדעס; אינדערהיים פלעגט מען זאגן "נאו סיעקרעץ אין פאבליק" (פרעג מיין קליינע טאכטער וואס דאס מיינט).

שמן זית זך, קוקט אויס ווי איך בין נישט דארט געווען ווען דו האסט געמאכט דעם יו-טוירן, ס'שווער ארויפציברענגען דא וואס כ'וואל געטוהן מיט דיר דאן, משום תקנות המקום וועל'ך דיר'ס אפילו נישט זאגן אין אישי, פרעג מיך נישט איבער.

האסט מזל אז וויכי'ס פנים איז געווען דעמאלס רויט, ווייל אסאך מאל קען'ס ווערן גרין, יוש כ'אב מורא....
נאט אייך א גרינע...


אוועטאר
טראנספארט
שר האלף
תגובות: 1157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 06, 2012 3:52 pm

תגובהדורך טראנספארט » מאנטאג יוני 18, 2012 11:43 am

סאכדעס האט געשריבן:שמערי בערי שמיר אהער שמיר אהין... קיין לייסענס העסטו נישט קריגן.


ווי קומט דא שמערי אריין אינעם בילד?

(שמערי, פאר דו ענטפערסט [אויב בכלל], פארגעס נישט אריינצוסיינען מיט דיין צווייטע ניק)
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24419
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג יוני 24, 2012 3:08 am

לעצטענס בינעך שרעקליך ביזי און כאב נישט באמערקט דעם אשכול ביז ביקסאד האט געלייגט א לינק דערצו אין א אנדערע אשכול... די פראבלעם איז אז די מעשה איז שוין היבש אלט, און יעצט דאפעך מיך דערמאנען ווען ס'איז געווען...

אזויפיהל געדענקעך יא, ווען מ'פארט ארויף וואלאבאוט פון בעדפארד צו לי, און מ'זעהט א דרייווער מוטשעט זיך צו מאכן א יו טוירן, און מ'קומט נענטער, און מ'זעהט נאך אז ס'איז א "היימיש" פנים, קומט מען נישט צו יענער קען דרייוון צו נישט, מ'זאגט עם אז ער האט גע'פעעס'ד די ראוד טעסט און פיניש! מ'דארף האבן א מאס רשעות צו זאגן אז נישט...

עניוועי, שמן זית, זייער זיס אראפגעלייגט, איך מוז נאר וויסן פון וואנעט דו נעמסט אז איך בין געפארן אויף 30? לויט ווי איך געדענק פארעך נישט אזוי שטייט די צייט פון די נאכט.
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאר נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 596
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 23, 2010 3:29 pm
לאקאציע: האלעוויי ווען איך ווייס......

תגובהדורך נאר נייעס » זונטאג יוני 24, 2012 1:49 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
עניוועי, שמן זית, זייער זיס אראפגעלייגט, איך מוז נאר וויסן פון וואנעט דו נעמסט אז איך בין געפארן אויף 30? לויט ווי איך געדענק פארעך נישט אזוי שטייט די צייט פון די נאכט.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אז מען רעד פון די מלאך קומט די ..........
onlynews11206@gmail.com

אוועטאר
שמערי בערי
ראש הקהל
תגובות: 8769
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

תגובהדורך שמערי בערי » זונטאג יוני 24, 2012 9:34 pm

איינער האט מיר געזוכט?
איז אזוי, עכט איז מיין חתימה:
שריי נישט אזוי הויך, מ'וועט נאך מיינען אז דו ביסט גערעכט...

אבער יעצט טויש איך מיין חתימה, צו:
https://www.dryveup.com/yoely/iVelt/

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » זונטאג יוני 24, 2012 9:56 pm

סא וויכי געדענקסט ווען און ווי עס איז געווען?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג יולי 02, 2012 5:41 pm

שמערי בערי האט געשריבן:איינער האט מיר געזוכט?

יא, ער זאגט ער וועט דיר געבן די געלט פאר די געקראכטע טשעק אין ביהמ"ד ביי מנחה.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » פרייטאג יולי 21, 2017 8:08 am

וויכי איך קען נאכאמאל פעסן די ראוד טעסט?

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג יולי 21, 2017 8:30 am

אה, טענק יו זמן זית פארן ארויפברענגען... פיין געשמייכלט
...


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט