בלאט 355 פון 360

געשריבן: זונטאג אוגוסט 25, 2019 8:32 pm
דורך יש בו
שפיגליצקי האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:צק
וואס איז דאס ?

rsz_img_5400.jpg


כהאב אים געזען קריכען.

וואס איז דאס מיט אייך?? קיינמאל געהאלטן א סאלאמאנדער אין די הענט? קעמפ/קאנטרי האט נישט עקזעסטירט?

סארא ירידת הדורות.

סארקאזעם אלערט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:07 pm
דורך לפנות בוקר
פארוואס אלע פישן וואס איך געכאפט זענען געשטארבן אין די 24 שעה?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:35 pm
דורך זארג נישט
ווייל זיי האבן שוין געהאט א תיקון

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:39 pm
דורך זארג נישט
נישט פשוט האט געשריבן:צק
וואס איז דאס ?

rsz_img_5400.jpg


כהאב אים געזען קריכען.

עס קומט ארויס נאך א רעגן
און פון רעגן ביז רעגן ווייס איך נישט וואס עס טוט

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:55 pm
דורך farshlufen
נישט פשוט האט געשריבן:צק
וואס איז דאס ?



כהאב אים געזען קריכען.

אויף דעם פרעגסטו?

געהאט אמאל עטליכע צענדליג דערפון.

און ווער דען נישט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 12:58 pm
דורך נישט פשוט
farshlufen האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:צק
וואס איז דאס ?



כהאב אים געזען קריכען.

אויף דעם פרעגסטו?

געהאט אמאל עטליכע צענדליג דערפון.

און ווער דען נישט?

:lol: :lol:

ניין, נישט יעדער.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:25 pm
דורך ניס קראכער
צ/ק
שוין געלייגט אויף 3 פלעצער די זעלבע זאך, זוכסט ווי נאך עס צולייגן?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 2:29 pm
דורך קלאָצקאָפּ
נ'אדרבא! ס'דא נאך אידן אויסער דו.. (עפעס אזוי)

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:05 pm
דורך ניס קראכער
ווער ס'האט געמאכט די נייע פארגעשריטענע סיסטעם פאר די וויק פראגראם
א מין פארגעשריטענע סיסטעם פון יארא 100

אז די האסט נאך א מינוט, ווי האט נעשענל גריד געמאכט זייער העכסט סאפיסטעקראטישע נייע סיסטעם?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2019 5:21 pm
דורך אדער יא
וואס האט א היט געשעפט מיט אויסגאבעס פון רבנים בילדער?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 1:37 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
צ''ק, פארוואס ליגט אין פארברענגען אשכולות וואס באלאנגט אין פארזויערן?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 1:57 pm
דורך קלאָצקאָפּ
שוין אן אלטע ווייטאג דאס. זינט די הנהלה האט אוועקגעשטעלט אז פארברענגען קומט נישט ארויף ביי אקטיווע אשכולות, האבן זיי דאס אין איינוועגס מייחד געווען אלס א מיסטקאסטן פאר אלע אשכולות וואס זענען אומשטאנד צו שטיין אין וועג פאר דער ציווילער געזעלשאפט.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 2:27 pm
דורך farshlufen
זייזשע מוחל, פארוואס ציהסטו אויס די לעצטע ווארט פון יעדע ברכה ביי הויכע שמו"ע?

היבש פון די מתפללים ענטפערן נאך איידער דו ענדיגסט חזנות'ן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 3:34 pm
דורך יש בו
צ.ק.
איז די הנהלה טאקע איינזייטיג?
אדער ווייל ער האט געשריבן אזאאאאא לאנגע תגובה האט מען פשוט רחמנות געהאט אויף אים?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 3:47 pm
דורך לכאורה
פראגעס צו די הנהלה באלאנגן אין ספעציעל דעזיגנירטע אשכולות
אויב דו וועסט זיין מער ספעציפיש (א שטייגער אין אישי קעסטל) קען מען פרובירן צו ענטפערן

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 4:10 pm
דורך farshlufen
קאמאן קאור פארשטיי איך זענען דא מצדדים לכאן ולכאן, אבער קאממאן סענס איז אויך אסור?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:19 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אז מ'שטעלט סייווי נישט צו קיין קאלעי וואסער (ווער וואלט זיך אזוינס געגלייבט???), וואס שטערט אייך צו געבן נארמאלע זיבן אונסיגע קעפ?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:34 pm
דורך נישט פשוט
מיט אזעלעכע קאלטע וואסער... ווער דארף זיבען אונסיגע ווארימע וואסער ?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:43 pm
דורך אונגארישע הייזער
נישט פשוט האט געשריבן:מיט אזעלעכע קאלטע וואסער... ווער דארף זיבען אונסיגע ווארימע וואסער ?


;l;p-

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:39 am
דורך בעל דמיון
סיז מסודר האט געשריבן:צ/ק
פארוואס קומען די האניג באטלעך אין די שעיפ פון א בערעלע? סאיז שוין איינעם בייגעפאלן צו מאכן די פינאטבאטער באטלעך אין די שעיפ פון א מאנקי?

טאקע אן אינטערעסאנטע שאלה, האמיר א זיך געטאן:
https://lmgtfy.com/?q=why+are+honey+bot ... like+bears

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:34 am
דורך בשבילי נברא
.

געשריבן: מוצ"ש אוגוסט 31, 2019 6:11 pm
דורך נערוועזער חכם
פארוואס ארבעטן נישט די gif ביי די אווערטורס?
קען זיין אז דערעולם ווייסט די סיבה אבער איך האב עס יעצט באמערקט!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:54 pm
דורך אדער יא
פ"וו זאגט מען 2 מאל ביי קידוש
ושבת קדשו באהבה וברצון הנחלנו
דערנאך נאכאמאל:
ושבת קדשך באהבה וברצון הנחלתנו
?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:32 pm
דורך אהרן הלוי
דער טעם איז כדי מסיים צו זיין מעין הפתיחה

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 2:18 pm
דורך פּשוט און פּראָסט
צ/ק
פארװאס פארשטײט א סאטמער װיליאמסבורגער בחור בײ דיפאָלט (כ׳האף ס׳נישט געװען יונגעלײט) אז װען ס׳ליגט א פּאָר טעצלעך קעיק פארפאקט אין א שאַפּינג בעג אױף די באנק אין האָלװעי װי יעדער לײגט אראפ די טו״ת (װאס כאָמעך אנגעגרײט ארױסצולײגן אין מײן מנין) אז דאס איז געמאכט געװארן צו עסן דערפון??? אז װען כ׳בין ארױסגעקומען עס אױפפּיקן איז שױן האלב געװען פארטיליגט!!!
פון װי פּיקט מען דעיס אױף???
כ׳בין אױך אױפגעװאקסן דאָ, און ס׳מיר קײנמאל אזאנס נישט אײנגעפאלן, עפעס איז װראָנג מיט מיר???!!
אתמהה???