בלאט 354 פון 1555

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:03 pm
דורך nmi
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פארוואס זענען די צוויי חלקים פונעם קאטשקעבעראטשקע ברידזש נישט אייניג געלעוולט?

דאס מיינט טאקע קאטשקעבעראטשקע.....

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:10 pm
דורך זארג נישט
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פארוואס זענען די צוויי חלקים פונעם קאטשקעבעראטשקע ברידזש נישט אייניג געלעוולט?

ווייל דער רעגירונג קען שויו היינט גארנישט, אפילו נישט בויען א ברידז. נאר טיילן דעות קענען זיי.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:11 pm
דורך מחשב
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:פארוואס זענען די צוויי חלקים פונעם קאטשקעבעראטשקע ברידזש נישט אייניג געלעוולט?



יא... שכח.. כ'האב גוט געשמייכלט...

אה וואס פרעגסטו נאר?.. וועגן די בריק?.. א גוטע שאלה וואס האט מיר אויך געעגבערט...

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:08 am
דורך אדם א מענטש
Think and Thank האט געשריבן:ר' שאינו האט צוגעטראפן. איך בין מקפיד צו נוצן קליינע בלעטער, און דאס איז נישט געווען צום האבן (שיינע) אין ווילי. לויפער האט געהאט, אבער ס'איז צוכאפט געווארן ווי מצה וואסער.
זעמיר ספעציעל געפארן קיין ב"פ זוכן, און בס''ד געטראפן שיינע הדסים.

ביי וועמען האט איר געטראפען אין ב"פ?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 3:25 am
דורך פּשוט און פּראָסט
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:צ/ק
ווען מען וועט איינשפארן כאפצעם מיט וויכטיג מאכער אין איין שטוב פאר א האלבע שעה, ווער וועט ארויסקומען מער צו'מזיק'ט?
ביטע נישט נעמען פערזענליך

כאפצעם זעהט גראדע אױס װי א גרעסערע שלעגער, אבער װיכי העט אנקומען מיט זײנע לעלאס, און אלעס העט שנעל קומען אנדער קאנטראל

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:20 am
דורך ישרן
אדם א מענטש האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:ר' שאינו האט צוגעטראפן. איך בין מקפיד צו נוצן קליינע בלעטער, און דאס איז נישט געווען צום האבן (שיינע) אין ווילי. לויפער האט געהאט, אבער ס'איז צוכאפט געווארן ווי מצה וואסער.
זעמיר ספעציעל געפארן קיין ב"פ זוכן, און בס''ד געטראפן שיינע הדסים.

ביי וועמען האט איר געטראפען אין ב"פ?

מקען טרעפן אויף די גאס לויז נישט געפעקלט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:31 am
דורך nmi
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:צ/ק
ווען מען וועט איינשפארן כאפצעם מיט וויכטיג מאכער אין איין שטוב פאר א האלבע שעה, ווער וועט ארויסקומען מער צו'מזיק'ט?
ביטע נישט נעמען פערזענליך

כאפצעם זעהט גראדע אױס װי א גרעסערע שלעגער, אבער װיכי העט אנקומען מיט זײנע לעלאס, און אלעס העט שנעל קומען אנדער קאנטראל

מיינסט אוודאי צוזאגן out of control

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 4:36 pm
דורך nmi
מה זאת "ג איווענט" וואס איז היינט געווען אין ארץ ישראל]

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:26 pm
דורך farshlufen
עפעס וואס שבת רופט מען חלות.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:27 pm
דורך לכאורה
וואס??? דער גרויסער ג' פון וואס אלע רעדן איז גאר ג'עלט?

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 6:32 pm
דורך סקאראמוטשי
:grin:

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:51 pm
דורך Think and Thank
לכאורה האט געשריבן:וואס??? דער גרויסער ג' פון וואס אלע רעדן איז גאר ג'עלט?

אודאי, אזוי זאגט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א נאך פון בעלזער רב זי"ע.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 9:49 pm
דורך אברהם בן ארי'
צ/ק

ווען - און אין וואספארא סדר - האט מען געבויעט די בריקן אריבער דעם האדסאן?

און לויט וויפיל ליניעס מ'האט געבויעט לכתחילה, וויפיל דארף מען היינט מיט די היינטיגע פאפולעשען?

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:02 am
דורך farshlufen
זע דא:
https://en.wikipedia.org/wiki/List_of_c ... dson_River

איינער זאל מעלדן אונזער גובערנאטאר אז ס'שטייט נאך נישט מאריא טערעזא בריק..

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:55 pm
דורך nmi
וויפול מענטשן קענסטו וואס טוען זיך כסדר אויף אז "למשל איך?! איך שעם מיר נישט מודה צו זיין אז כ'האב געמאכט א טעות. ווייל יעדע מענטש מאכט אמאל א טעות און ס'איז בכלל נישט קיין פעלער" און למעשה ווען ס'קומט צו א זאך וואס זיי זאלן מודה זיין ווערן זיי בלו גרין געל און אראנדזש און ס'שפריצט ארויס פינקן פייער?...

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 9:45 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
nmi האט געשריבן:וויפול מענטשן קענסטו וואס טוען זיך כסדר אויף אז "למשל איך?! איך שעם מיר נישט מודה צו זיין אז כ'האב געמאכט א טעות. ווייל יעדע מענטש מאכט אמאל א טעות און ס'איז בכלל נישט קיין פעלער" און למעשה ווען ס'קומט צו א זאך וואס זיי זאלן מודה זיין ווערן זיי בלו גרין געל און אראנדזש און ס'שפריצט ארויס פינקן פייער?...

בערך... אםםם.... כ'ווייס?!.. ארום דריי און צוואנציג טויזנט ניין הונדערט פיר און זיבעציג... [שטייצעך מיך אליין נישט אינקלודעט]

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:27 pm
דורך nmi
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:וויפול מענטשן קענסטו וואס טוען זיך כסדר אויף אז "למשל איך?! איך שעם מיר נישט מודה צו זיין אז כ'האב געמאכט א טעות. ווייל יעדע מענטש מאכט אמאל א טעות און ס'איז בכלל נישט קיין פעלער" און למעשה ווען ס'קומט צו א זאך וואס זיי זאלן מודה זיין ווערן זיי בלו גרין געל און אראנדזש און ס'שפריצט ארויס פינקן פייער?...

בערך... אםםם.... כ'ווייס?!.. ארום דריי און צוואנציג טויזנט ניין הונדערט פיר און זיבעציג... [שטייצעך מיך אליין נישט אינקלודעט]

וואס הייסט אז דו ביזט נישט אינקולדעט? דו שעמסט זיך נישט מודה צו זיין...?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 8:23 am
דורך קנאפער ידען
nmi האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:וויפול מענטשן קענסטו וואס טוען זיך כסדר אויף אז "למשל איך?! איך שעם מיר נישט מודה צו זיין אז כ'האב געמאכט א טעות. ווייל יעדע מענטש מאכט אמאל א טעות און ס'איז בכלל נישט קיין פעלער" און למעשה ווען ס'קומט צו א זאך וואס זיי זאלן מודה זיין ווערן זיי בלו גרין געל און אראנדזש און ס'שפריצט ארויס פינקן פייער?...

בערך... אםםם.... כ'ווייס?!.. ארום דריי און צוואנציג טויזנט ניין הונדערט פיר און זיבעציג... [שטייצעך מיך אליין נישט אינקלודעט]

וואס הייסט אז דו ביזט נישט אינקולדעט? דו שעמסט זיך נישט מודה צו זיין...?

נע! איך וואלט ווען אייביג גלייך מודה געווען ברבים אויף איעדע טעות! כ'האב פשוט נאכנישט געהאט אזא געלעגענהייט... :lol: :lol:

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 12:52 pm
דורך מים שלנו
פארוואס איז נישט דא אין בתי מדרשים סליחות'לעך נאר סידורים?

אפשר שוין צייט פאר מחזורים אויך....

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 22, 2019 1:16 pm
דורך פעטער שמואל
מים שלנו האט געשריבן:פארוואס איז נישט דא אין בתי מדרשים סליחות'לעך נאר סידורים?

אפשר שוין צייט פאר מחזורים אויך....

וואס איז? האסט נישט געקענט טרעפן די סליחות וואס די האסט איבערגעלאזט פאראיאר?
עס איז שוין אוועק געגאנגען מיט די שמות ערב פסח.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 2:07 pm
דורך טשעירמאן
איז דא א סייט וואו מען קען זען אלע לאקאלע אויסגאבעס א שטייגער ווי דבר יום, לוח הציבור וכו' ?
א שטייגער איך וויל זען די לעיקוואוד צעטליך\אויסגאבעס, ממילא אויב סאיז נישט דא קיין סייט פאר אלע צעטליך וויל איך וויסן די נעמען פון די צעטליך און זוכען אויף זייער סייט

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 4:59 pm
דורך Think and Thank
מ'קען באקומען די לעיקוואוד ויבשר און קול היום אויף אימעיל, אבער כ'מיין אז זיי האבן נישט קיין סייט.
די דבר יום ביומו קען מען טרעפן אויף DVARYOIM.COM. מ'קען דאונלאודן די לעצטע זעקס, און אויב ווילסטו פון פריער קענסטו טוישן די (גוי'אישע) דאטום אין די URL צו די וואס דו ווילסט.
גוט מארגן קען מען דאונלאודן ביי gitmorgen.com די לעצטע פאר אויסגאבעס.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 1:34 am
דורך אברהם בן ארי'
וויאזוי קען זיין אז עס איז נישטא קיינער (כמעט) וואס האט געטוישט מיינונג אויפ'ן ירום הודו? קיינער פון די פרא'ס זענען נישט געווארן יעצט אנטי, און קיינער פון די אנטי'ס זענען נישט געווארן פרא ווען עס איז געגאנגען גוט.

עס איז אינטערסאנט ווי די אנטי'ס וועלן אייביג "באמת האלטן" אז די מעשה איז געווען ווי זיי וואלטן "געוואלט" עס זאל זיין, און די זעלבע פארקערט. די זעלבע שאלה האב איך אייביג געהאט מיט להבדיל די אידישע פאליטיק.

איז טאקע נישטא קיינער וואס נוצט די אייגענע שכל?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 2:45 am
דורך Think and Thank
איך האב גראדע שוין כמה פעמים געהאלטן ביי די אידישע פאליטיק אז מיין פארטיי האט זיך באנארישט, און די זעלבע זאך (להבדיל?) ביי אמעריקאנער פאליטיק האב איך שוין כמה פעמים אראפגעריסן טראמפ ווען איך האב געהאטן אז ער טוט נישט ריכטיג. מען קען זיך עס גרינג איבערצייגן.
ליידער לעבן מיר אין א צייט ווען די דעמאקראטישע פארטיי און ייערע סופערפעקס המכונה מעינסטריעם מידיע האט גענצליך ארויסגעווארפן די געזעצביכער און פאקטן פון פענסטער, טרעף איך זיך על כרחי פיל מער מאל אויף די אנדערע זייט פון זיי.

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 11:29 am
דורך אחת ואחת
Think and Thank האט געשריבן:מ'קען באקומען די לעיקוואוד ויבשר און קול היום אויף אימעיל, אבער כ'מיין אז זיי האבן נישט קיין סייט.
די דבר יום ביומו קען מען טרעפן אויף DVARYOIM.COM. מ'קען דאונלאודן די לעצטע זעקס, און אויב ווילסטו פון פריער קענסטו טוישן די (גוי'אישע) דאטום אין די URL צו די וואס דו ווילסט.
גוט מארגן קען מען דאונלאודן ביי gitmorgen.com די לעצטע פאר אויסגאבעס.


היום יום ק"י
יעזורו ק"י
לוח הציבור ב"פ