זאכן וואס איך וויל וויסן

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » זונטאג מאי 26, 2019 4:46 pm

וואס טוט זיך? נישט דווקא קיין נייעס...
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג מאי 26, 2019 6:55 pm

ביי גאלדן פלאו, וואס איז די חילוק פון די ארענדש דזשוס וואס קומט אין די פלעסטיק באטל (אזוי ווי די מילך), ביז דאס וואס קומט אין די פאפירענע?

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג מאי 26, 2019 7:07 pm

ווארשיינליך איז די פאפירענע ביליגער פאר זיי, אבער זיי דארפן מאכן פלעסטיק אויך ווייל נאר דאס איז אפרואווד דורך WIC.

נאר א השערה.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2398
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג מאי 26, 2019 9:17 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:ווארשיינליך איז די פאפירענע ביליגער פאר זיי, אבער זיי דארפן מאכן פלעסטיק אויך ווייל נאר דאס איז אפרואווד דורך WIC.

נאר א השערה.

שיין.
קודם כל פארוואס טאקע לאזט WIC נאר די פלעסטיק באטלעך?

צווייטענס, פארוואס האבן זיי אויך ביידע מילך באטלעך? און פאר סאם ריזן איז ביימילך פונקט פארקערט, די ברייטפארשרפייטע איז די פלעסטיק באטלעך, און די פאפירענע דארף מען שוין זיין א נאסטילגאגישיע שול אדר מוסד.

מחשב
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג מאי 26, 2019 9:44 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:ביי גאלדן פלאו, וואס איז די חילוק פון די ארענדש דזשוס וואס קומט אין די פלעסטיק באטל (אזוי ווי די מילך), ביז דאס וואס קומט אין די פאפירענע?


די פלעסטיק האט נישט קיין קאנסעטרעיט.
הוי מחשב...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג מאי 27, 2019 12:49 pm

ווען ער זאגט להתעטף האט ער מיך אויך איניזן, אדער נאר בשעת מעשה?
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5910
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מאי 27, 2019 3:43 pm

image103.jpg
image103.jpg (35.78 KiB) געזעהן 930 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג מאי 27, 2019 4:35 pm

צוקאפנס;
די לעצטע ניגון וואס סקולענע רבי זצוק"ל הכ"ם האט פארפאסט.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 896
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג מאי 27, 2019 11:41 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:ווען ער זאגט להתעטף האט ער מיך אויך איניזן, אדער נאר בשעת מעשה?

דו נעמסטעך נקמה מיט דיין עטיפה, סאו האט ער דיר בכלל נישט אינזין ביים ברכה, נאר ביי די שנעלקע פון די ציצית.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג מאי 28, 2019 12:45 am

ווי זאגט מען, דער חלק פון ארויפלייגען די ציצית איז נאר א מנהג צי מקיים זיין כמה אופני עטיפה, אבער ווייטון א צווייטע איד קען זיך שוין גרעניצען מיט אנדערע זאכען

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג מאי 28, 2019 10:29 am

כדאי צו מאכן א ריכטיגען עטיפת ישמעאלים איז מען זיך נוהג צו געבען א פליק פאר די ארומיגע מיט די ציצית.
You only live one but if you do it right, once is enough

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מאי 28, 2019 10:32 am

צ.ק.

פארוואס ווייסען נישט די ישמעאלים וויאזוי צו מאכען אן עטיפה.

באנדע עם הארצים.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דינסטאג מאי 28, 2019 10:57 am

דממה דקה האט געשריבן:צ.ק.

פארוואס ווייסען נישט די ישמעאלים וויאזוי צו מאכען אן עטיפה.

באנדע עם הארצים.

:grin:




עיין כאן הטעם.
You only live one but if you do it right, once is enough

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג מאי 28, 2019 12:13 pm

ווי קען איך באקומען א מאפע פון די עירוב אין וויליאמסבורג?
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 28, 2019 12:26 pm

עכט היימיש האט געשריבן:ווי קען איך באקומען א מאפע פון די עירוב אין וויליאמסבורג?


פאר ארום מיט קערידזש, פראביר נאכצוגיין די קול.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דינסטאג מאי 28, 2019 12:28 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:ווי קען איך באקומען א מאפע פון די עירוב אין וויליאמסבורג?


פאר ארום מיט קערידזש, פראביר נאכצוגיין די קול.

:lol: :lol: :lol:
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דינסטאג מאי 28, 2019 12:30 pm

צ/ק כ'וואלט ווען געוואלט כאפן א שמועס מיט א בחור'ל וואס נעמט מיט אין מקוה 3 מינע שעמפא'ס, אפאר מינע ספרעיס און נאך 3 מינע ספרעיס מיט דזשעל פאר די פיאות. כ'בין סתם נייגעריג צו וויסן פשט פון יעדע פלעשל עקסטער און ווי ער איז געוואויר געווארן אז די אלע שמיראכצער (שטינקאכצער) דארפן צו העלפן שמעקן. דרייט זיך דא איינער וואס קען זיך אויס דערמיט?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דינסטאג מאי 28, 2019 12:51 pm

וויאזוי קימט אן מארין וואן ביז יאפאן?
צוגעלייגטע
Screenshot_20190528-124926_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190528-124926_WhatsApp.jpg (388.89 KiB) געזעהן 735 מאל

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דינסטאג מאי 28, 2019 12:57 pm

Marine One is transported via C-17 Globemaster or C-5 Galaxy military transport planes (as is the president's limousine) wherever the President travels, within the US as well as overseas

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Marine_One

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6052
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג מאי 28, 2019 1:15 pm

פראהביטש האט געשריבן:וויאזוי קימט אן מארין וואן ביז יאפאן?


די אמעריקאנע גאווערמענט האט א ספעציעל געהיימע פעקס מאשין געאייגענט פאר די זאכן...



עה, ווען דער פרעזידענט פארט ערגעץ, נישט קיין חילוק ווי נאר, פארט זיין גאנצע מאחארייקע מיט מיטעם. אריינגערעכנט די פרעזידענטליכע מאטראקאדע מיט אלע אירע 20 קארס. און אפילו די העליקאפטער׳ס.

ס׳איז דא ספעציעלע טראנספארט ערעפלאנען געאייגענט פאר די זאכן, ס׳ארבעט מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט וויזוי די גאנצע אפאראציע גייט צו. וויזוי אזא גרויסע העליקאפטער קומט אן אין די בויך פון א ערעפלאן איז פון די קליינעקייטן. פשוט, די פראפעלער׳ס ווערן צוזאמגעלייגט, מ׳מאכט דערפון א פּאָוני אין די בעק. די פרעזידענטליכע קאר מיט איר סוויטע האבן א באזינדערע פליגער ווי אלעס פארט אריין און ווערט אראפגעבינדן צום פאדלאגע.

ווען דער עיר פארס וואן הייבט זיך שטייט שוין געווענדליך די גאנצע חברה פולקאם גרייט אויפצונעמען דעם פרעזידענט דארט ווי ער קומט אן, שיין אויסגעשטעלט אין א רייע ווי כאילו מ׳איז אין וואשינגטאן די סי.

ס׳איז נישט קיין ספעציעלע חידושים אין די עירפארס עקסקלוסיוו פארן פרעזידענט, דאס זענען מעשים בכל יום, כסדר טראנספארירט מען העליקאפטער׳ס פון איין עק וועלט צו צווייטן, אזוי אויך די מיליטערישע טרעקלעך, אדער אנדערע גרויסע עקוויפמענט ווי טאנקען וכדו׳.

איי וועסטו פרעגן, כ׳פארשטיי נישט. דער איז דאך אראפ פונעם מארין וואן אריין אינעם קאר, ארויס פון קאר ארויף אויפן עירפארס וואן.. וויזוי איז מעגליך זיי זענען אלע אזוי אלע שנעל ארויפגעלודענט געווארן אויף ערעפלאנען, שוין אפגעליפערט און אראפגעלודענט גרייט אויפצונעמען דעם פרעזידענט?

די תירוץ איז פשוט, ס׳איז פארהאן מער ווי איין פרעזידענטליכע קאר [כ׳מיין אז ס׳איז דא באלד 20 שטיק!..], מער ווי איין העליקאפטער, ס׳איז אפילו דא 2 747׳ס וועלכע מ׳ניצט פאר די עיר פארס וואן.
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום דינסטאג מאי 28, 2019 1:19 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דינסטאג מאי 28, 2019 1:19 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
פראהביטש האט געשריבן:וויאזוי קימט אן מארין וואן ביז יאפאן?


די אמעריקאנע גאווערמענט האט א ספעציעל געהיימע פעקס מאשין געאייגענט פאר די זאכן...



עה, ווען דער פרעזידענט פארט ערגעץ, נישט קיין חילוק ווי נאר, פארט זיין גאנצע מאחארייקע מיט מיטעם. אריינגערעכנט די פרעזידענטליכע מאטראקאדע מיט אלע אירע 20 קארס. און אפילו די העליקאפטער׳ס.

ס׳איז דא ספעציעלע טראנספארט ערעפלאנען געאייגענט פאר די זאכן, ס׳ארבעט מיט א מיליטערישע פונקטליכקייט וויזוי די גאנצע אפאראציע גייט צו. וויזוי אזא גרויסע העליקאפטער קומט אן אין די בויך פון א ערעפלאן איז פון די קליינעקייטן. פשוט, די פראפעלער׳ס ווערן צוזאמגעלייגט, מ׳מאכט דערפון א פּאָוני אין די בעק. די פרעזידענטליכע קאר מיט איר סוויטע האבן א באזינדערע פליגער ווי אלעס פארט אריין און ווערט אראפגעבינדן צום פאדלאגע.

ווען דער עיר פארס וואן הייבט זיך שטייט שוין געווענדליך די גאנצע חברה פולקאם גרייט אויפצונעמען דעם פרעזידענט דארט ווי ער קומט אן, שיין אויסגעשטעלט אין א רייע ווי כאילו מ׳איז אין וואשינגטאן די סי.

ס׳איז נישט קיין ספעציעלע חידושים אין די עירפארס עקסקלוסיוו פארן פרעזידענט, דאס זענען מעשים בכל יום, כסדר טראנספארירט מען העליקאפטער׳ס פון איין עק וועלט צו צווייטן, אזוי אויך די מיליטערישע טרעקלעך, טא קען וכדו׳.

איי וועסטו פרעגן, כ׳פארשטיי נישט. דער איז דאך אראפ פונעם מארין וואן אריין אינעם קאר, ארויס פון קאר ארויף אויפן עירפארס וואן.. וויזוי זענען זיין אזוי אלע שנעל ארויפגעלודענט געווארן אויף ערעפלאנען, שוין אפגעליפערט און אראפגעלודענט גרייט אויפצונעמען דעם פרעזידענט?

די תירוץ איז פשוט, ס׳איז פארהאן מער ווי איין פרעזידענטליכע קאר [כ׳מיין אז ס׳איז דא באלד 20 שטיק!..], מער ווי איין העליקאפטער, ס׳איז אפילו דא 2 747׳ס וועלכע מ׳ניצט פאר די עיר פארס וואן.


שכוח פאר די קלארע ערקלערונג.. א קליפ פון דעם וואלט גיווען אינטערעסאנט

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דינסטאג מאי 28, 2019 3:09 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:ווי קען איך באקומען א מאפע פון די עירוב אין וויליאמסבורג?


פאר ארום מיט קערידזש, פראביר נאכצוגיין די קול.

ואחר הרעש קול דממה דקה

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10307
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג מאי 28, 2019 3:32 pm

פראהביטש האט געשריבן:שכוח פאר די קלארע ערקלערונג.. א קליפ פון דעם וואלט גיווען אינטערעסאנט

עטוואס: https://www.dropbox.com/sh/0p87jcq2foc8 ... 8y9Ra?dl=0
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך מאי 29, 2019 11:12 am

איך בין שוין נייגעריג פאר א לאנגע צייט, ווען איינער רופט זיך אן עפעס און א צווייטער גיבט אים א זאג: דאס וואס דו האסט יעצט געזאגט גרעניצט זיך מיט ליצנות \ לשון הרע!. איז מיין שאלה וואס מיינט "ס'גרעניצט זיך"... צד א] צו מיינט עס אזוי ווי למשל איך שטיי אין קאנאדע אין איך זאג אז קאנאדע גרעניצט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס מיינט אז עס רירט אן די פאראייניגטע שטאטן. און לויט דעם קומט אויס אז יענעמס ווערטער רירן אן לשון הרע אבער ס'איז נאכנישט עכט לשון הרע. צד ב] אדער קען זיין אז עס איז אזויווי איך שטיי אין מעקסיקאו אין איך זאג אז קאנאדע גרעניצט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן, וואס פון מעקסיקאו ביז קאנאדע דארף מען דורכגיין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן. און אויב אזוי מיינט עס אז יענעמס ווערטער זענען שוין דורך אלע גדרים פון לשון הרע און עס האלט שוין כאילו אויפן וועג ארויס... פארשטייסט?.. ס'זייער טיף!
אויב איינער האט א תירוץ בין איך גרייט צו הערן!
נ.ב. איך וואלט געוואלט מיטלייגן א דיאגראם צו מסביר זיין מיין איבעיא אבער איך האב נישט אנגעיאגט דאס צו מאכן.
ווייל ער איז א דרשו איד!

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3298
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך מאי 29, 2019 12:29 pm

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:איך בין שוין נייגעריג פאר א לאנגע צייט, ווען איינער רופט זיך אן עפעס און א צווייטער גיבט אים א זאג: דאס וואס דו האסט יעצט געזאגט גרעניצט זיך מיט ליצנות \ לשון הרע!. איז מיין שאלה וואס מיינט "ס'גרעניצט זיך"... צד א] צו מיינט עס אזוי ווי למשל איך שטיי אין קאנאדע אין איך זאג אז קאנאדע גרעניצט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן, וואס דאס מיינט אז עס רירט אן די פאראייניגטע שטאטן. און לויט דעם קומט אויס אז יענעמס ווערטער רירן אן לשון הרע אבער ס'איז נאכנישט עכט לשון הרע. צד ב] אדער קען זיין אז עס איז אזויווי איך שטיי אין מעקסיקאו אין איך זאג אז קאנאדע גרעניצט זיך מיט די פאראייניגטע שטאטן, וואס פון מעקסיקאו ביז קאנאדע דארף מען דורכגיין די גאנצע פאראייניגטע שטאטן. און אויב אזוי מיינט עס אז יענעמס ווערטער זענען שוין דורך אלע גדרים פון לשון הרע און עס האלט שוין כאילו אויפן וועג ארויס... פארשטייסט?.. ס'זייער טיף!
אויב איינער האט א תירוץ בין איך גרייט צו הערן!
נ.ב. איך וואלט געוואלט מיטלייגן א דיאגראם צו מסביר זיין מיין איבעיא אבער איך האב נישט אנגעיאגט דאס צו מאכן.

מיר קען מער קוים ווארטן אויף א דייעגרעם...

בד"וו דו האסט פארגעסן צו צו לייגן א מענטש וואס רעדט לשון הרע...
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט