בלאט 145 פון 148
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 10, 2015 10:54 am
דורך מאנ-יימער
פארבינדן האט געשריבן:פארוואס זענען אלע טאנקען וואס אנטהאלטן פליסיקייטן אויסגעשטעלט אין א רינדיגע פארמאט? וואלט נישט געווען מער פלאץ אין א פיר עקיגע אוסשטעל??
א רינדעכיגע טאנק האלט די פרעשור אייניג ארום דעם גאנצן טאנק (און בכלל איז רינדעכיג א שטערקערע געבוי), ווערסעס א פיר עקיגע טאנק איז נישט די פרעשור אייניג און קען צוליב דעם גרינגער פלאצן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:36 am
דורך שאינו יודע
פארוואס משה רבינו האט געדארפט בעטן פון השי"ת א מתנת חינם, VS היינטיגע צייטען האט יעדער א מעשה טוב אין וואס תולה צו זיין?
#אכשר דרא
#קאלמעאינטערוויוס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 11, 2015 9:47 am
דורך בוידעם
רש''י פ' ואתחנן: אע''פ שיש לצדיקים לתלות במעשיהם הטובים, אינם מבקשים אלא מתנת חנם.
איז דאך משמע פון רש''י אז.... די פשוטע מענטשן זענען יא תולה אין מעשים טובים.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 2:23 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ווען מ'סעווט א תגובה אין דרעפט קומט ארויף
נעם אין אכט אז ווען געסעווט אלץ א דרעפט בלויז די קעפל און די הודעה ווערן אפגעהיטן, אלע אנדענדערע איינצעלהייטן ווערן נישט אפגעהיטן
וואסערע נאך איינצעלהייטען איז דא וואס ווערן נישט געסעווט?
ווילאנג געדויערט צו איבערמאכן די סייט?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 2:35 pm
דורך פלטיאל
אפשר ווייסט איינער פשט אין די דאזיגע ווערטער וואס קומט ארויף ביי לעצטע אקטיוויטעטן "מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז אי"ה גאר בקרוב וועלן מיר צולייגן און איבערבויען דאס גאנצע סייט, מיר וועלן אי"ה מעלדן מער אין די קומענדיגע טעג.
דערווייל קעט איר גיין צו די גאר לעבעדיגע פארום".
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 3:34 pm
דורך יוראפ
פלטיאל האט געשריבן:אפשר ווייסט איינער פשט אין די דאזיגע ווערטער וואס קומט ארויף ביי לעצטע אקטיוויטעטן "מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז אי"ה גאר בקרוב וועלן מיר צולייגן און איבערבויען דאס גאנצע סייט, מיר וועלן אי"ה מעלדן מער אין די קומענדיגע טעג.
דערווייל קעט איר גיין צו די גאר לעבעדיגע פארום".
אי"ה נאך שבת
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 4:38 pm
דורך יואב בן צרויה
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 9:53 pm
דורך מאנ-יימער
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווען מ'סעווט א תגובה אין דרעפט קומט ארויף
נעם אין אכט אז ווען געסעווט אלץ א דרעפט בלויז די קעפל און די הודעה ווערן אפגעהיטן, אלע אנדענדערע איינצעלהייטן ווערן נישט אפגעהיטן
וואסערע נאך איינצעלהייטען איז דא וואס ווערן נישט געסעווט?
עס ווערט נישט געסעיווט ביי וועלכע אשכול/פארום צו ווילסט שרייבן די תגובה, אדער אין פאל פון א אישי ווערט נישט נישט געסעיווט די ניק צו וועם דו ווילסט עס שיקן.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 14, 2015 10:42 pm
דורך מיסטעריעז
מאנ-יימער האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווען מ'סעווט א תגובה אין דרעפט קומט ארויף
נעם אין אכט אז ווען געסעווט אלץ א דרעפט בלויז די קעפל און די הודעה ווערן אפגעהיטן, אלע אנדענדערע איינצעלהייטן ווערן נישט אפגעהיטן
וואסערע נאך איינצעלהייטען איז דא וואס ווערן נישט געסעווט?
עס ווערט נישט געסעיווט ביי וועלכע אשכול/פארום צו ווילסט שרייבן די תגובה, אדער אין פאל פון א אישי ווערט נישט נישט געסעיווט די ניק צו וועם דו ווילסט עס שיקן.
עס ווערט יא
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 5:59 am
דורך מאנ-יימער
ס'ווערט געסעיווט די קעפל אבער קענסט נישט גיין צו די דרעפט און סתם דריקן סענד וויל ס'ווערט נישט געסעיווט צו דעם אשכול.
---
און אז דו האסט געפרעגט וועגן דרעפטס בינעך געגאנגען קוקן.מיינע דרעפטס, יוש... אלטע דרעפטס פון עטליכע יאר צוריק ליגן דארט...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:20 am
דורך מיסטעריעז
ביי מיר איז עס אנדערש...
אז דו דרוקסט אויף "זעה/פארעכט/ענדער" דאן קענסטו נאר פאררעכטן, אבער אז דו דרוקסט אויף "לאוד די דרעפט" דאן עפנט זיך עס אויף ווי א געהעריגע תגובה (העכער די שרייב-קעסטל שטייט אין וועלכע אשכול דו שרייבסט יעצט א תגובה, און אינטן איז דא אלע תגובות פונעם אשכול צו ציטירן) און דו קענסט גראד שיקן שלח.
און ביי די דרעפט וואס איר מאמע איז שוין געשטארבן שטייט טאקע נישט לאוד די דרעפט, ווייל מען קען עס שוין נישט שיקן צו יענע אשכול
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:25 am
דורך מאנ-יימער
קיינמאל טאקע נישט באמערקט די לאוד די דרעפט קנעפל דארט.
זאכן וואס איך וויל וויסן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 am
דורך קרעפטיג
ערנסט געפרעגט, ביטע נאר ערנסטע ענטפערס.
מ'מעג זאגן פאר איינעם מיט די גרעסטע מאס איידלקייט (פארשטייט זיך פריוואט) אז ער מוז נעמען א שאוער און זיך אפזייפן ווייל ס'איז געפערליך ??
וויפיל כ'האב שוין איבערגעטראכט א נוסח פאר דעם איז קלאר אז נישט קיין חילוק וויזוי מ'זאגט עס וועט זיך יענער פארשעמן.
אבער אפשר טוט מען יענעם א טובה, מ'קען דאך נישט שטיין אין זיינע ד' אמות און ער כאפט זיך פשוט נישט.
מעג מען אזאנס זאגן פאר א איד ?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:31 am
דורך לכאורה
איך האב שוין אסאך מאל געקלערט דערפון, עס איז דא אפאר אידעלעך אין בית המדרש וואס ווייסן מסתמא נישט אז זיי לאזן נאך זיך אן אומדערטעגליכן ריח, אבער גיי זאג זיי דאס.
אפשר דורך שרייבן דא אויפן פארום וועט יענער טראכטן "פילייכט מיינט מען מיר..."
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:44 am
דורך קיקיון
דאס איז דאך אן אור אלטער פראבלעם
רבינו הקדוש האט געהאט אן ענליכס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:55 am
דורך SPUSMN
יא, עס איז א טובה, און אפשר גאר א מצוה אים צו זאגען. אבער מוזט זיין גרייט אז יענער וועט דיר פיינט האבען דערפאר (וועט שיסען דער מעסענדזער).
יעצט, וויאזוי זאגט מען עס מיט דער וויציגעסטע ווייטאג פאר יענעם?
אויב די קענסט זאג אים אז די אליין האסט געהאט דער זעלבע פראבלעם ביז איינער האט דיר אויפמערקסאם געמאכט דערפון; און היינט ביזטו יענעם מכיר טובה פאר דעם.
איך עגבער זיך שטארק וואס איך האב נישט געהאט די דרייסט (גאטס בלע"ז) צו זאגען פאר מיינס א חבר אז ער זאל עפעס פארבעסערען און היינט איז שוין צו שפעט; צוואנציג יאר שפעטער, און היינט קען מען אים שוין זיכער נישט זאגען. כ'האב אים נישט געטוהן א טובה פאר זיין א מיסטער נייס גיי.
אויב די קענסט נישט, בעהט איינעם וואס קען יא.
--
גיימער קוקען וואס הרב קיקיון האט געברענט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 1:41 pm
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:איך האב שוין אסאך מאל געקלערט דערפון, עס איז דא אפאר אידעלעך אין בית המדרש וואס ווייסן מסתמא נישט אז זיי לאזן נאך זיך אן אומדערטעגליכן ריח, אבער גיי זאג זיי דאס.
אפשר דורך שרייבן דא אויפן פארום וועט יענער טראכטן "פילייכט מיינט מען מיר..."
ששש... אסאך גוים אויך, נישט אין שול אבער אין מארק.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 6:34 pm
דורך ידיד
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווען מ'סעווט א תגובה אין דרעפט קומט ארויף
נעם אין אכט אז ווען געסעווט אלץ א דרעפט בלויז די קעפל און די הודעה ווערן אפגעהיטן, אלע אנדענדערע איינצעלהייטן ווערן נישט אפגעהיטן
וואסערע נאך איינצעלהייטען איז דא וואס ווערן נישט געסעווט?
עטעטשמענטס ווערן נישט געסעיווט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:20 pm
דורך סמארט גאי
וואס איז די חילוק צווישן נייעס און קרישקעלע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:23 pm
דורך גערעכטער
סמארט גאי האט געשריבן:וואס איז די חילוק צווישן נייעס און קרישקעלע
viewtopic.php?f=17&t=26300
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 11:33 pm
דורך מיסטעריעז
אז מען ברענגט צו יענע אשכול דארף מען אויך צו ברענגען
די תגובה
פארעפענטליכט: שבת יוני 20, 2015 10:47 pm
דורך אפטימיסט
דארף Listerine mouth wash א הכשר?
פארעפענטליכט: שבת יוני 20, 2015 11:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
אפטימיסט האט געשריבן:דארף Listerine mouth wash א הכשר?
ניין
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 2:35 am
דורך אפטימיסט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אפטימיסט האט געשריבן:דארף Listerine mouth wash א הכשר?
ניין
שקויעך ווייל איך האב באטראכט דעם באטל און איך האניש געזעהן קיין OU
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 21, 2015 11:15 pm
דורך מיסטעריעז
שטריימל סענטער באצאלט נאך ערליך פאר די עד דא, אדער ער בלייבט שוין דא אלס חזקה?...