בלאט 141 פון 148
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 8:47 am
דורך קיקיון
איך זעב זייער אפט
מיין פילטער בלאקט דאס ווער קען ארויפשטעלען אויף COPY ?
פארוואס נוצט די יענעם פילטער ? ווייל דיין מורה דרך האלט אז די זאכען טאר א איד נישט זעהן
שיקסט א צווייטען איד אהין
יענער איז דיין שבת גוי?
אין ווען די ביסט אים מכיר טובה ביסט די נישט א "מסייע לידי עוברי עבירה" ?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 9:16 am
דורך קנאפער ידען
וואס עפעס? זיין מורה הוראה לאזט אים בעצם זען דער ספעציפישער זאך, נאר אויב וועט עס זיין אפען וועט ער קענען גיין צו אנדערע פלעצער אינעם וועבזייטל, און צו אהין שיקט ער נישט יענעם.
ועוד זאת האב'ך נישט געזען איינעם האבן א פראבלעם צו בעטן א צווייטער זאל עפענען א סעלצער באטל וכדו' אויב ער פירט זיך עס נישט צו עפענען און דער צווייטער פירט זיך יא צו.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 9:44 am
דורך מאנ-יימער
נישט אז ס'איז גלייך צום קליפ ברענגעריי אבער אויב האסטו א פראבלעם מיטן עפענען אליינס א סעלצער באטל אום שבת דאן בעט נישט א צווייטן, קענסט צוווארטן יענער זאל עס עפענען פאר זיך און דערנאך קענסטו נעמען דערפון.
האסט שוין אמאל געזעהן איינער וואס האלט נישט פונעם עירוב בעטן א צווייטן איד וואס טראגט יא ער זאל אים עפעס טראגן?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 9:51 am
דורך קנאפער ידען
אויף ביידע יא.
איך עפען באטלעך און מער ווי איינמאל האט מען מיר שוין געבעטן צו עפענען.
ביי אונז טראגט מען נישט מיטן עירוב און יעדער בעט אנדערע עס צו טון פאר זיי.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:01 am
דורך מיסטעריעז
קנאפער ידען האט געשריבן:אויף ביידע יא.
איך עפען באטלעך און מער ווי איינמאל האט מען מיר שוין געבעטן צו עפענען.
ביי אונז טראגט מען נישט מיטן עירוב און יעדער בעט אנדערע עס צו טון פאר זיי.
דו רעדסט אודאי פונעם מאנסי'ער עירוב.
בעטן א צווייטע איד וואס האט אנגענומען להיתר איז א נפק"מ וואס די צד האיסור איז.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:17 am
דורך קנאפער ידען
איך רעד פון דער ב"פ עירוב.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:19 am
דורך מיסטעריעז
קנאפער ידען האט געשריבן:איך רעד פון דער ב"פ עירוב.
דארפסטו וויסן וואס עס איז די סיבה פאר נישט טראגן.
מען קען נישט סתם אזוי מדמה זיין
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:24 am
דורך בנימין הלוי
און פון וועלכע סאדע באטלעך רעדסטו? ווייל נישט אלע קען מען בעטן א צווייטן, ווענד זיך אויך וואו דו וואוינסט און אויב די סאדע האט צוקער אדער קאלערינג ווייל יעדער פארשטייט אז אומגעזונטע סאדע דארף מען נישט עפענען אפי' דורך א צווייטן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:41 am
דורך מאנ-יימער
קנאפער ידען האט געשריבן:אויף ביידע יא.
איך עפען באטלעך און מער ווי איינמאל האט מען מיר שוין געבעטן צו עפענען.
ביי אונז טראגט מען נישט מיטן עירוב און יעדער בעט אנדערע עס צו טון פאר זיי.
פארשטיי איך נישט, אויב האלט ער אז מען טאר נישט עפענען די באטל פארוואס איז עס נישט קיין איסור ווען דער צווייטער טוט עס דירעקט פארן ערשטן, דער צווייטער דארף נישט יעצט קיין סעלצער נאר טוט עס קלאר פארן ערשטן.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:47 am
דורך בנימין הלוי
וואס טוט מען צו א קינד וואס די נאז רינט אים כסדר?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:48 am
דורך מיסטעריעז
מען ווישט עס אפ
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:49 am
דורך בנימין הלוי
חחח
וכמאמר החכם מען פארווישט די נאז און מ'גייט ווייטער
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 10:55 am
דורך farshlufen
בנימין הלוי האט געשריבן:וואס טוט מען צו א קינד וואס די נאז רינט אים כסדר?
מ'איז אים מחזק.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 11:00 am
דורך קיקיון
בנימין הלוי האט געשריבן:וואס טוט מען צו א קינד וואס די נאז רינט אים כסדר?
מען גייט צו א דאקטער געוואר ווערען צי עס איז נישט עפעס ענרנסט
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 2:24 pm
דורך בוידעם
מען בעט א צווייטער (די ווייב) זאל עס אפווישן
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 03, 2015 6:48 pm
דורך לאמפ
עס קען זיין אז דאס איז ווייל ער טאלערירט נישט קיין מילכיגס. האלט אים צירוק פון מילכיגס פאר אפאר וואכן און אבזערווירט אויב איר זעהט א פארבעסערונג.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:24 pm
דורך סעלצער
לאמפ האט געשריבן:עס קען זיין אז דאס איז ווייל ער טאלערירט נישט קיין מילכיגס. האלט אים צירוק פון מילכיגס פאר אפאר וואכן און אבזערווירט אויב איר זעהט א פארבעסערונג.
איך האלט אויך אזוי
זאכן וואס איך וויל וויסן
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:14 am
דורך תואר
וואס וואלסטו געזאגט פאר א חבר וואס זאגט דיר אז ער האלט פאר'ן חתונה מאכן און ער האט נישט קיין פרוטה פון וואו אנצוהייבן און דו אליין קענסט אים אויך נישט העלפן מיט קיין געלט ?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:23 am
דורך לכאורה
"איך וועל דיר פרובירן צו העלפן מיט וואס איך קען נאר"
און דאן גייט מען ארום צו אידן אין בית המדרש און מען זאגט זיי "א איד וואס דאווענט דא מיט אונז, איז צוגעקומען צו מיר און פראסט און פשוט געוויינט אז ער האט נישט מיט וואס אנצוהייבן חתונה מאכן, איך האב מיך אונטערגענומען אים ארויסצוהעלפן, איך האף דו וועסט מיר אקעגנקומען מיט א שיינע נתינה"
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:53 am
דורך farshlufen
לכאורה האט געשריבן:"איך וועל דיר פרובירן צו העלפן מיט וואס איך קען נאר"
און דאן גייט מען ארום צו אידן אין בית המדרש און מען זאגט זיי "א איד וואס דאווענט דא מיט אונז, איז צוגעקומען צו מיר און פראסט און פשוט געוויינט אז ער האט נישט מיט וואס אנצוהייבן חתונה מאכן, איך האב מיך אונטערגענומען אים ארויסצוהעלפן, איך האף דו וועסט מיר אקעגנקומען מיט א שיינע נתינה"
ועוד, שאצט אייך נישט אונטער, איר זייט אומשטאנד פיל אויפצוטאן.
געדענקט, גדול המעשה יותר מן העושה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 9:17 am
דורך לייבוש'ל
איינער ווייסט וועלכע (תקנה) זאלען אינקלאודען א בדחן אינעם פעקעדזש?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:30 am
דורך שפכי
עירמאנט'ער האט געשריבן:חסידים האבן מער רייכערערס ווי נישט חסידים
?
אויב יא דאן פארוואס
?
אויב יא, איז לכאו' ווייל די ליטאים זענען עטוואס מער מדקדק בהלכה ווי אלגעמיינע חסידים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 11:43 am
דורך קרעפטיג
קנאפער ידען האט געשריבן:ועוד זאת האב'ך נישט געזען איינעם האבן א פראבלעם צו בעטן א צווייטער זאל עפענען א סעלצער באטל וכדו' אויב ער פירט זיך עס נישט צו עפענען און דער צווייטער פירט זיך יא צו.
איך האב א פראבלעם דערמיט, עפעס פילט עס זייער ראנג.
איינער האט אמאל געבעטן מיין אינגעל צו עפענען א סאדע באטל, מיין אינגעל קוקט מיך אן, ער האט נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט.
אבער איך האב געזאגט פאר דעם אינגערמאן מיין אינגל איז נישט דיין שבת גוי, אזוי ווי ער וועט נישט אנצינדן א לעקטער פאר דיר, אז מ'טאר עס נישט עפענען לשיטתך דעמאלט האלט דיך איין פון טרינקן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 3:06 pm
דורך למעלה משבעים
שפכי האט געשריבן:עירמאנט'ער האט געשריבן:חסידים האבן מער רייכערערס ווי נישט חסידים
?
אויב יא דאן פארוואס
?
אויב יא, איז לכאו' ווייל די ליטאים זענען עטוואס מער מדקדק בהלכה ווי אלגעמיינע חסידים.
אזא לשון הרע האב איך שוין לאאנג נישט געזען. (און כ'האב קיין אנונג פארוואס איר זאגט אזוי).
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 3:16 pm
דורך למעלה משבעים
קרעפטיג האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:ועוד זאת האב'ך נישט געזען איינעם האבן א פראבלעם צו בעטן א צווייטער זאל עפענען א סעלצער באטל וכדו' אויב ער פירט זיך עס נישט צו עפענען און דער צווייטער פירט זיך יא צו.
איך האב א פראבלעם דערמיט, עפעס פילט עס זייער ראנג.
איינער האט אמאל געבעטן מיין אינגעל צו עפענען א סאדע באטל, מיין אינגעל קוקט מיך אן, ער האט נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט.
אבער איך האב געזאגט פאר דעם אינגערמאן מיין אינגל איז נישט דיין שבת גוי, אזוי ווי ער וועט נישט אנצינדן א לעקטער פאר דיר, אז מ'טאר עס נישט עפענען לשיטתך דעמאלט האלט דיך איין פון טרינקן.
על כגון זה נאמר דעת תורה היפך...