Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג מרץ 31, 2015 9:46 pm

איז ארויסנעמען די פאון פון טאש בשעת'ן ארבעטן מיט פסח'דיגע זאכן, פארבינדען מיט ערנסטע שאלות?

איך פרעג, ווייל ווען איך בין געווען מצות באקן האב איך געזעהן עטליכע אידן ארויס נעמען זייער פאון פון טאש און גלייך נאכדעם צוריק געגאנגען ארבעטן מיט די מצות, האב איך דעמאלטס געטראכט אויב אינמיטן באקן מצות איז דא וויכטיגע זאכן צו ארלעדעגן מיט די פאון, איז מסתם נישט אנדערש ווען מען האלט אינמיטן עסן א טונא סענדוויטש. נו אויב אזוי איז ווי אפגעהיטן קען שוין דער פאון זיין פון חמץ ?

איז עס טאקע אזא פראבלעם אדער ס'איז פארבינדען מיט אביסעלע א.סי.די.?

Advertisement

דינסטאג מרץ 31, 2015 10:38 pm

זיכער איז עס א פראבלעם מן הסתם האבען זיי זיך אפילו נישט געכאפט ווי זיי טוהון

דאנערשטאג אפריל 02, 2015 7:49 am

איז דא א נארמאלע סיבה פארוואס די חדרים זענען פארמאכט דעם טאג פון בדיקת חמץ?

די קינדעגארטן מלמדים וואס ענדיגען יעדן טאג אום דריי אזייגער האבן נישט גענוג צייט פאר הכנות צום יום טוב אז עס זאל אויספעלן צו געבן א טאג דערפאר?

דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:46 am

פאר די פרייז וואס מען צאלט זיי, זאלן זיי ארבייטן בדיקת חמץ?

דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:48 am

די קינדערגארטן מלמדים זענען אינטערגעצאלט פער שעה? זיי באקומען גאר שיין באצאלט פער שעה פלאס בענעפיטן פון אלע זייטן.

דאנערשטאג אפריל 02, 2015 8:58 am

ווער באצאלט די יו.דזשעי.או. חלוקה אויף פסח?

דאנערשטאג אפריל 02, 2015 10:45 am

farshlufen האט געשריבן:ווער באצאלט די יו.דזשעי.או. חלוקה אויף פסח?

Metropolitan Council on Jewish Poverty
affiliated with UJA-Federation of New York

דאנערשטאג אפריל 02, 2015 12:08 pm

עין טובה האט געשריבן:שיין, נישט באמערקט...

(וויאזוי דו באמערקסט דאס אלעס....)


לכאורה מיט די אויגן

#השערה

דאנערשטאג אפריל 02, 2015 6:07 pm

מלמדים ארבעטן אלע אפציעלע חגא'ס, מלמדים ארבעטן זינטאג אויך.
איך פארגין זיי עס מיט די גאנצע הארץ!!

מאנטאג אפריל 06, 2015 9:02 am

איז שוין דא ערגעץ אן אשכול וואס שטייט איידיעס ווי מען קען גיין חול המועד האלטן?

מאנטאג אפריל 06, 2015 9:16 am

יאפ, אין דעם לאחיו יאמר חזק אשכול.

מאנטאג אפריל 06, 2015 9:19 am

לינק אויב מעגליך.

מאנטאג אפריל 06, 2015 9:23 am

viewtopic.php?f=25&t=4336

מאנטאג אפריל 06, 2015 9:35 am

ישר כוח לאמפ

מיטוואך אפריל 08, 2015 10:23 am

געהערט אז א בעל ברית האט ביים וואך נאכט זיך אן עצה געגעבען
ציגעגרייט פירות אראנזשען וכדומה מיט א juicer
וואס האט ער געטוען ביים זכור?
אין בה"מ ביי ברית?
געמאכט ביי כ"ק אדמו"ר שליט"א ?

זונטאג אפריל 12, 2015 2:52 pm

לאמפ האט געשריבן:די קינדערגארטן מלמדים זענען אינטערגעצאלט פער שעה? זיי באקומען גאר שיין באצאלט פער שעה פלאס בענעפיטן פון אלע זייטן.


נישט קיין גרויסע נפ"מ פער שעה,

למעשה וויפיל ענדיגט ער די וואך? פון דעם דארף ער לעבן

מאנטאג אפריל 13, 2015 4:51 pm

וואס איז דער באדייט פון דעם און פון דעם וכדומה ??

מאנטאג אפריל 13, 2015 4:52 pm

שיינט אז דער פותח האשכול איז פארמעקט געווארן מיט אלע זיינע תגובות

דינסטאג אפריל 14, 2015 2:01 pm

איך האב געליינט א באריכט פון א משגיח כשרות ווי אזוי עס איז ציגעגאנגען דאס פראדוצירען
א פראדוקט
בין הדברים שרייבט ער אז נאכדעם ווי ער האט מברר געווען דעם מציאות געמאלדען פאר די רבנים
און צוריק באקימען הוראות וואס עס פעלט אויס
האט ער געפרעגט דעם סוחר צי ער וויל ממשיך זיין אדער זאל ער זיך איינפאקען און אהיים פארען
און ער האט באקומען תשובה
איך וויל קענען שלאפען ראויג ביינאכט וויסענדיג אז איך פארקויף א מהודר'דיגע כשר לפסח פראדוקט נישט אלעס איז געלט

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין
1) ווען נישט ער וואלט ער אימיצער געחלום'ט אז דער פראדוקט איז לעבענס וויכטיג
2) "נישט אלעס איז געלט" כאילו ער האט נישט גערעכענט $10 פאר 3 פונט
3) אין דעם גאנצען אריכות האב איך נישט געזעהן איין חמץ פראבלעם אלעס האט זיך געדרייט
וועגען שקצים ורמשים נו"ט וכ"

דינסטאג אפריל 14, 2015 2:09 pm

איר רעד געוויס פון קאקונוס צוקער, אפענע פריוואטע פרימיטיווע טעפ איז נישט קיין חמץ פראבלעם?

דינסטאג אפריל 14, 2015 2:19 pm

farshlufen האט געשריבן:איר רעד געוויס פון קאקונוס צוקער, אפענע פריוואטע פרימיטיווע טעפ איז נישט קיין חמץ פראבלעם?

אויב עס וואקסט אין יענע געגענט חמשת מיני דגן
הרב וואגשאל דערנמאנט בכלל נישט באקען
ר' יוא' מס"נ פאר אידישע קינדער פארשטייסט די יא ?

מיטוואך אפריל 15, 2015 7:42 am

ווי אזוי קען מען זעהן א פריוויא פון א פידיעף פייל אזוי ווי מען זעהט ביי אjpg ?

מיטוואך אפריל 15, 2015 7:51 am

אלטן דור האט געשריבן:ווי אזוי קען מען זעהן א פריוויא פון א פידיעף פייל אזוי ווי מען זעהט ביי אjpg ?

אויב האט מען אינסטאלירט אדאובי דארף דאס אטאמאטיש צו זיין. ווען מען האט אנגעצינדן דער פריוואו פען אין ווינדאוס עקספלארער. אונטן דארט וואו מען זעט דער קליינער פיקטשער פריוויאו קעןן מען נישט זען א PDF.

מיטוואך אפריל 15, 2015 7:56 am

איך מיין נישט אין די זייט, נאר פונקט אזוי ווי ביי ש JPG זעהט מען פון אינדערויסן וואס דאס איז מען מוז עס נישט עפענען וויל איך ביי פידעף אויך

מיטוואך אפריל 15, 2015 8:39 am

אלטן דור האט געשריבן:איך מיין נישט אין די זייט, נאר פונקט אזוי ווי ביי ש JPG זעהט מען פון אינדערויסן וואס דאס איז מען מוז עס נישט עפענען וויל איך ביי פידעף אויך

דאס איז דאך אויכעט דא אויב מען האט אדאובי [עס ארבעט אבער נישט אויף יעדע PDF, אבער אויף רוב יא]:
Preview.PNG
שרייב א תגובה

Advertisement