Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג פבואר 01, 2015 2:47 am

נאו איידיע, געקליקט אויף די אימעדזש און די סוירטש האט געברענגט די ריזאלטס

Advertisement

זונטאג פבואר 01, 2015 2:47 am

גערעדט בכלליות, אויב מ'דרוקט נישט די לינק און שפעטער שטאט מען אפ א באזוך דארט.


__
נאכן זאגן די נאמען ווייס איך שוין ווער ס'איז.... (ווי זעהט מען די באדייט אויפן דודל?)

זונטאג פבואר 01, 2015 2:50 am

גוגל זאגט אז היינט איז זיין 113'טע געבורטס טאג

זונטאג פבואר 01, 2015 2:50 am

עין טובה האט געשריבן:גערעדט בכלליות, אויב מ'דרוקט נישט די לינק און שפעטער שטאט מען אפ א באזוך דארט.

געשעהט וואס?

זונטאג פבואר 01, 2015 2:53 am

מ'באקומט ווייטער מעלדונגען

זונטאג פבואר 01, 2015 2:56 am

וועלכע לינק??? זיך אראפצוסיינען פון באקומען מעלדונגען? נו פארוואס זאלסטו אויפהערן צו באקומען? און וואו האסטו באקומען די מעסידזש וואס האסט מעתיק געווען אז דו האסט גארנישט געקליקט???

וויינגארטן

זונטאג פבואר 01, 2015 3:00 am

שוין גענדיגט דעם שמועס?
נאך א זאך וואס איך וויל וויסן,
די וועלטל האט ........... יעדע ........ האט, אדער סוב ....... אדער גראד אשכולות, איך מיין אז אלע .............'ס דארפן הייסן "וויינגערטנער"

די אשכול געפינט זיך אינם היימישע קרעטשמע וויינגארטן, אולי דארף עס זיין אין אן אנדערע וויינגארטן.


נו, וואס זאגט די עולם דערצו?

זונטאג פבואר 01, 2015 3:08 am

דערווייל הייסט עס פארום, געוויסט?

זונטאג פבואר 01, 2015 3:24 am

איך מיין עס וועט זיך נישט איינעסן און וועט נישט האבן קיין חן...איך האב יעצט געלייענט אין א "וויינגארטן" פון "זאכן וואס איך וויל יעצט וויסן" אז...כ'מיין קאמאן.

זונטאג פבואר 01, 2015 3:31 am

שלום, פריער האט ער נישט פארשטאנען וואס דו רעדסט, יעצט איז פארקערט...
ער וויל איינפירן אז די "פארומ'ס" זאלן הייסן ווינגערטנער, דו רעדסט פון אשכולות (שטרענגלעך)

זונטאג פבואר 01, 2015 3:35 am

גוט גוט...
ווידער האב איך געלייענט אין א וויינגארטן ווי מיסטריעז שרייבט אז...

די גאנצע געדאנק פון אשכול איז נאר ווייל אין העברעאיש מיינט דאס "א טעמע" וואס אין אידיש קימט "וויינגארטן" גאר ווייניג אין פלאץ פון "א טעמע"

מען קען טוישן אפשר פון פארום צו "פארעפנטליך א נייע טעמע"

אבער וועם גייט עס אהן?

זונטאג פבואר 01, 2015 3:41 am

ניין דו האסט געליינט אין א אשכול (א געהענגל, פון טרויבן אין לשון הקודש און פון תגובות אין העברעאיש) ווא געפונט זיך אין א "פארום".
די פארום איז היימישע פארברענג"ע"ן און די אשכול איז זאכן וואס איך וויל וויסן.
עין וויל איינפירן (איך נישט...) אז מ'זאל נישט זאגן פארום, נאר וויינגארטן (ווייל אין א וויינגארטן וואקסן געהענגלעך טרויבן-אשכולות).

זונטאג פבואר 01, 2015 3:44 am

נו. זאלער עפענען א קאמפיין מיט סטראטעגיע איך בין גרייט אויב מען דארף מיין הילף...

זונטאג פבואר 01, 2015 10:28 am

מיסטעריעז, האסט פארשטאנען איינזייטיג, און איך האב טאקע נישט געטוהן אזוי ווי חז"ל הייסן, אל תאמר דבר שאי אפשר לשמוע שסופו להישמע,

איך וויל ענדערש פארשטיין פארוואס מ'נוצט דעם העברעיש ווארט?
אויב מיינט עס עברי טייטש, זאל מען גיין צו וויינגארטן אויך, אויב מיינט מען טאקע די עברית שבו, איז אפשר זאל מען עס טוישן?

זונטאג פבואר 01, 2015 10:43 am

עין טובה האט געשריבן:מיסטעריעז, האסט פארשטאנען איינזייטיג, און איך האב טאקע נישט געטוהן אזוי ווי חז"ל הייסן, אל תאמר דבר שאי אפשר לשמוע שסופו להישמע,

איך וויל ענדערש פארשטיין פארוואס מ'נוצט דעם העברעיש ווארט?
אויב מיינט עס עברי טייטש, זאל מען גיין צו וויינגארטן אויך, אויב מיינט מען טאקע די עברית שבו, איז אפשר זאל מען עס טוישן?


לפי הבנתי
אייוועלט נוצט א פראגראם פון אן איזראעלי פירמע PPHBB
און ווי די מנהלים האלטען פאר וויכטיג און ווי עס איז מעגליך טוישען זיי דעם שפראך

זונטאג פבואר 01, 2015 10:45 am

עס איז נישט דוקא העברעאיש, אשכול איז טייטש א געהענגל, און געהענגל מיינט נישט דוקא טרויבן.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט די געוואוינהייט דערצו פון אלט-שטאט און ווי אויך פון פאר מ'האט איבערגעטייטשט די גאנצע סייט און אזוי איז עס פארבליבן

-
ר' קקיון האקט
php איז א איזראעלי סייט, אדער מ'נוצט די איזראעלי ווערסיע?
דאכט זיך מיר אז די צווייטע איז די ריכטיגע

זונטאג פבואר 01, 2015 10:54 am

מיסטעריעז האט געשריבן:עס איז נישט דוקא העברעאיש, אשכול איז טייטש א געהענגל, און געהענגל מיינט נישט דוקא טרויבן.

עס האט זיך אנגעהויבן מיט די געוואוינהייט דערצו פון אלט-שטאט און ווי אויך פון פאר מ'האט איבערגעטייטשט די גאנצע סייט און אזוי איז עס פארבליבן

-
ר' קקיון האקט
php איז א איזראעלי סייט, אדער מ'נוצט די איזראעלי ווערסיע?
דאכט זיך מיר אז די צווייטע איז די ריכטיגע

עין טובה
ווייסט וואס
פרעג די מנהלים דא
מצדי וואלט איך מציע געווען דעם ענגלישע טהרעד THREAD עס האט פונקט אזויפיל שייכות צו "שמיעס " "משא ומתן" ווי אשכול

זונטאג פבואר 01, 2015 11:14 am

האט די ווארט אשכול אן אנדערע באדייט אין העברעאיש ווי אין לה"ק ?

זונטאג פבואר 01, 2015 11:17 am

מיסטעריעז האט געשריבן:עס איז נישט דוקא העברעאיש, אשכול איז טייטש א געהענגל, און געהענגל מיינט נישט דוקא טרויבן.

זונטאג פבואר 01, 2015 11:21 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:עס איז נישט דוקא העברעאיש, אשכול איז טייטש א געהענגל, און געהענגל מיינט נישט דוקא טרויבן.

א שייכות צו הענג אוט HANGOUT ?

זונטאג פבואר 01, 2015 11:28 am

וואס עפעס? א געהענגל איז בערך די זעלבע ווי א קופקע
מ'טרעפט די אויסדרוק אין אידישע ביכער דאכט זיך מיר

דינסטאג פבואר 03, 2015 5:50 pm

איך האב א פיקטשער פון א קאר וואס האט אפגעפיצט פון א עקסידענט סיען אבער מקען כמעט נישט זעין די פלעיט נאמבער,
וויל איך וויסן אויב סדא עפעס טעכנאלאגיע וואס קען מיך העלפן זעין די נאמבערס
(איך קען נישט ארויף לייגן די פיקטשער ווייל סקומט ארוף אז די פייל איז צו גרויס איך קען עס אימעילן פאר ווער סקען עס ארויף לייגן)

דינסטאג פבואר 03, 2015 8:33 pm

ער האט געמאכט קאר דעמעדזש אגער מענטשליכע שאדן?

דינסטאג פבואר 03, 2015 9:30 pm

געלעגער האט געשריבן:ער האט געמאכט קאר דעמעדזש אגער מענטשליכע שאדן?

נאר קאר דעמעדזש
ער איז געבליבן שטיין איך האב געריפן פאליס אפאר מינוט שפעטער זעה איך אז ער פארט אוועק איך האב שנעל גענימן א פיקטשער אבער סנישט קלאר

דינסטאג פבואר 03, 2015 9:33 pm

צו מען קען זוכן ביי פארגעשריטענע זוכעניש נאר א תגובה וואס האט אן אטטעטשמענט?
שרייב א תגובה

Advertisement