בלאט 126 פון 148

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:12 am
דורך נישט
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אז עס איז נישט געקומען דער בליזארד איז א נס ?
אדער מיינט דאס אז Meteorology איז נישט קיין חכמה?

סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אז ס'איז נישט ריכטיג אנצורופען די וועטער עקספערטען נביאי שקר, ווייל מעטראלאגיע איז א חכמה און ס'האט נישט מיט נביאות צו טון, איי אסאך מאל זאגען זיי נישט פאר ריכטיג , איז דאך דער רבש"ע א משנה עיתים,

זייער ריכטיג געזאגט ר' יענקלע,און כוועל נאר מוסיף זיין, וואו עס שיינט האט עס אויך נישט מיט משנה עתים.
דהיינו, סאיז דא א שטורעם/בליזערד וואס דארף גיין אויף א געוויסע וועט. די וועטער מעטאראליסטן פרובירן אויסציפוגרן וויאזוי סוועט גיין. דאס אז זיי האבן נישט אויסגעפיגורט מיינט נאך נישט אז די שטורעם/בליזערד איז נשתנה געווארן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:22 am
דורך קיקיון
נישט האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:אז עס איז נישט געקומען דער בליזארד איז א נס ?
אדער מיינט דאס אז Meteorology איז נישט קיין חכמה?

סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אז ס'איז נישט ריכטיג אנצורופען די וועטער עקספערטען נביאי שקר, ווייל מעטראלאגיע איז א חכמה און ס'האט נישט מיט נביאות צו טון, איי אסאך מאל זאגען זיי נישט פאר ריכטיג , איז דאך דער רבש"ע א משנה עיתים,

זייער ריכטיג געזאגט ר' יענקלע,און כוועל נאר מוסיף זיין, וואו עס שיינט האט עס אויך נישט מיט משנה עתים.
דהיינו, סאיז דא א שטורעם/בליזערד וואס דארף גיין אויף א געוויסע וועט. די וועטער מעטאראליסטן פרובירן אויסציפוגרן וויאזוי סוועט גיין. דאס אז זיי האבן נישט אויסגעפיגורט מיינט נאך נישט אז די שטורעם/בליזערד איז נשתנה געווארן


בקיצור
אז מען ווארפט עפעס ארויף איז מסדרי בראשית אז עס פאלט אראף
אז מען הייצט אן וואסער איז מסדרי בראשית אז עס גייט א פארע
אז די וואלקענעס זענען דא אין דער ווינט קומט פון דארט וועט על פי סטאטיסטיק מן הסתם זיין אזוי אדער אזוי

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 10:31 am
דורך נישט
@קיקיון, אקוראט אזוי

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 1:38 am
דורך שלום אויש
נאכדעם וואס איך שליס זיך אויס צו ערהאלטן אפדעיט'ס-עדכונים פון א געוויסע טעמע, און איך שרייב נאך עפעס צו, פארשטייט די סיסטעם מיר צוריק צו אנהויבן שיקן אימעיל אפדעיט'ס פון יענע טעמע?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 1:43 am
דורך עין טובה
וודאי

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 1:52 am
דורך יוראפ
ניין וואס עפעס?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 1:57 am
דורך שלום אויש
ערנסטע מחלוקת הפוסקים דא...עין ביזטו זיכער מיט דיין הנחה?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 1:59 am
דורך עין טובה
הונדרעט פראצענט! ס'שטייט דאך קלאר

לא ישלחו התראות נוספות עד שלא תבקר
בנושא.

ומכלל לאו אתה שומע הן

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:02 am
דורך מיסטעריעז
עין, א שיינער דיוק (איך האב נישט נאכגעקוקט צו ס'שטייט טאקע אזוי) אבער די מציאות איז אנדערש

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:05 am
דורך עין טובה
וועט מען מוזן איינזעצן איינס פון צוויי.

אדער אז ס'איז א סעטינג אין די קונטרול פענעל, אדער אז ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט עס נאכמאל.

(איך נוץ עס דורך דעסקטאפ, נייע הודעות זינט דיין לעצטע באזוך)

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:22 am
דורך מיסטעריעז
עין, ביי מיר קומט ארויף אזא מעסידזש: איר זענט מער נישט פארצייכענט צו באקומען מעסעדזשעס איבער די נושא.
דיין לעצטע תגובה פארשטיי איך בכלל נישט...

איי געס איר רעדט פון עפעס א אנדערע אפשען

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:25 am
דורך יוראפ
שלום אויש האט געשריבן:ערנסטע מחלוקת דא...

אה ב"ה זוך איך שוין לאנג אנצוהייבן עפעס א פייט מיט איינעם

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:30 am
דורך עין טובה
יוראפ, ס'מוז דווקא זיין ברבים?

מיסטעריעז, ווי קומט ארויף די מעלדונג?

איך זאג, אז איך באקום יא מעלדונגען אפי' אויב איך קליק נישט אויף די לינק, ממילא האב איך צוויי זאכן וואס קענען זיין די סיבה דערצו, הא' אז איך האב עפעס אנגעשטעלט אין די קונטרול פענעל, אדער קען זיין אז ס'האט צו טוהן מיט וויאזוי די ליינסט די אשכול, איך ליין עס דורך א דעסקטאפ מיטן קליקן אויפן לינק "נייע הודעות זינט דיין לעצטע באזוך"

(גענוג פארשטענדליך?)

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:32 am
דורך יוראפ
מישיכמיכויחריין

ערעב שלום רעדט פון: שיקט מיר מער נישט קיין מעלדונגען ווען עס קומט עפעס צו צו די נושא
און איר רעדט פון: נייע הודעות זינט דיין לעצטע באזוך

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:33 am
דורך שלום אויש
דרוק נישט צו באקומען קיין הודעות פון א ספעציפישע טעמע און דערנאך נעם אנטייל אינעם שמועס ווייטער און זעה אויב דו באקומסט ווייטער עדכונים פון יענעם נושא אפילו האסט איינגעשטעלט נישט צו באקומען מער פון יענעם נושא.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:35 am
דורך עין טובה
איי איי איי..... ניש גוט פארשטאנען..........


וואס קען מען טוהן?????

יוראפ! וועסט מוזן טרעפן א צווייטן מיט וועם זיך צו שלאגן, אדער טרעפן א צווייטע נושא דערצו!

שלום, פרוביר עס אויס דא...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:37 am
דורך יוראפ
נו האסטו אראנגענומען דעם אפשען ביי דיעזען אשכול?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:38 am
דורך עין טובה
יוראפ, וואס מיינסטו? איך מיין פארקערט פון דיר.

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:40 am
דורך יוראפ
חחח כ'לאז דיך מיטן צינג אינדרויסן...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:42 am
דורך שלום אויש
שלום אויש האט געשריבן:נאכדעם וואס איך שליס זיך אויס צו ערהאלטן אפדעיט'ס-עדכונים פון א געוויסע טעמע, און איך שרייב נאך עפעס צו, פארשטייט די סיסטעם מיר צוריק צו אנהויבן שיקן אימעיל אפדעיט'ס פון יענע טעמע?
אינטערסאנט ווי האסטעך געקענט פארמישן נאכדעם וואס איך האב עס אזוי קלאר מסביר געווען...

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:42 am
דורך עין טובה
אגב, ווער איז די מענטש וואס מ'זעהט יעצט אויף גוגל'ס האום פעידזש?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:43 am
דורך מיסטעריעז
עין, און פון וואס האסטו גערעדט?

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:44 am
דורך מיסטעריעז
עין טובה האט געשריבן:אגב, ווער איז די מענטש וואס מ'זעהט יעצט אויף גוגל'ס האום פעידזש?

גוגל זאגט אז ער הייסט Langston Hughes

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:45 am
דורך יוראפ
שלום אויש האט געשריבן:
שלום אויש האט געשריבן:נאכדעם וואס איך שליס זיך אויס צו ערהאלטן אפדעיט'ס-עדכונים פון א געוויסע טעמע, און איך שרייב נאך עפעס צו, פארשטייט די סיסטעם מיר צוריק צו אנהויבן שיקן אימעיל אפדעיט'ס פון יענע טעמע?
אינטערסאנט ווי האסטעך געקענט פארמישן נאכדעם וואס איך האב עס אזוי קלאר מסביר געווען...

ער האט געליינט אן אנדער תגובה, ווייל ער עס דאך אנגעשטעלט אז ער זאל עס נישט באקומען....

פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 01, 2015 2:45 am
דורך יוראפ
מיסטעריעז האט געשריבן:
עין טובה האט געשריבן:אגב, ווער איז די מענטש וואס מ'זעהט יעצט אויף גוגל'ס האום פעידזש?

גוגל זאגט אז ער הייסט Langston Hughes

גראדע זעה איך אים נישט אבער מה טיבו?