בלאט 125 פון 148
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 10:59 am
דורך קיקיון
פאר 10-12 יאר צוריק האט מיין איידעם נ"י א מלמד תשב"ר געהאט א פריוואט תלמיד
וועמען ער האט געמיזט אפלאזען
ווייל ווען דער טאטע האט אים געקויפט א SCANNER ער זאל קענען הערען אלע ALERTS פון הצלה וכ'
די ביסט נישט אפשר יענער אינגעלע ?
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 23, 2015 11:08 am
דורך קנאפער ידען
אלטן דור האט געשריבן:אפשר רעדסטו פון מיין אייגענע דרייו דא רעד מען אבער א לינק צו גוגל דרייוו וואס איינער האט מיר געשיקט יעצט ווען איך דריק אויף דעים נעמט ער זיך צו שפילן / ווייזט ער די בילד וכו' וכו'
אה, איך רעד אוודאי פון דער אייגענע דרייוו. אויב באקומסט א לינק מאך 'עדד טו דרייוו' וועט עס ווערן אזויווי אינעןם אייגענע דרייוו.
פארעפענטליכט: שבת ינואר 24, 2015 2:14 pm
דורך אלטן דור
יא יישר כח
סאטמאר עטרה
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 1:28 am
דורך מחותן
פארוואס גייען די סאטמארע רבי׳ס א אנדערע סארט עטרה שבת ווי אינדערוואכען?
און פארוואס גייען נישט די סאטמארע חסידים מיט די זעלבע סארט עטרה (אינדערוואכען) ווי זייער רבי׳ן?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 1:55 am
דורך פליגל
די דריי-עקיגע עטרה קומט נאכדעם וואס יאסל אשכנזי האט זיך געוואלט שפארען זילבער האט'ר געוואלט מאכן דריי עקיגע עטרות וואס נעמט אריין פיל ווייניגער זילבער, אנשטאט די פיר עקיגע. אבער דער רבי האט עכט נישט געוואלט משנה זיין מדרך אבותיו האט מען'ס געטאהן נאר אויף די שבת'דיגע, פאר 2 טעמים:
איינס, עס'ז נאר איינמאל א וואך.
צווי, עס'ז דא 10 שורות עטרה (7 אויפן קאפ און 3 אינמיטען). און עס'ז פיל מער זילבער אינוואלווד.
מילא האט מען'ס געמאכט נאר אויף די שבת'דיגע.
היצט, די חסידים האבן'ס נישט נאכגעמאכט ווייל;
איינס, דעם רבי'ן מילא אבער די חסידים האט מען געצווינגען דערצו אפילו אינדערוואכען.
צוויי, ווייסט'ך די סאטמארע ניצען נאר דעם רבי'ן ווען עס קומט זיי גוט אויס.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 1:59 am
דורך מחותן
איך זע פון דיין ענטפער אז איך האב דא געמאכט א ערענסטע טעות און דאס דארף א עקסטערע אשכול

פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 2:00 am
דורך ידיד
און וואס איז אנגעגאנגען פאר ר' יוסל'ען אז די חסידים גיבן אויס געלט?
אה, מסתם ווייל אזוי קענען זיי געבן מער פאר די מוסדות. וואס?
--
מחותן, האק נישט אריין פליז.
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 2:11 am
דורך ים רויבער
מעשה שהיה כך היה
א איד איז אריין צום רבין וויינען אז ער האט אינוועסטעד אסאך געלט אין מאכען עטרות אין אויסלאנד דערווייל איז געשעהן א מיספארשטענדעניש און די מאניופעקטשער האט געמאכט בטעות דריי עקעדיגע עטרות און ער שטייט אויס צו פארלירען שווערע טויזענטער דאלער,
האט דער רבי מיט זיין ווייעך הארץ געזאגט פארן איד ער זאל אים ברענגען איינס און ער וועט עס אנטוהן און אזוי וועלן אלע חסידים נאכטוהן וועט ער מאכען שיין פרנסה
איי פארוואס אינדערוואכען איז די רבי ווייטער געגאנגען מיט די פיר עקעדיגע אה דאס איז ווייל די עטרה איז געווען א ירושה פון צאנזער רב
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 7:34 am
דורך אַבּערוואַס
איך האב געהערט אביסל אנאנדערע ווערסיע דערויף, אבער מיט'ן זעלבן סגנון. הצד השוה א הונדערט פראצענט אקוראטע תשובה האמיר נאכנישט געקריגן דערויף, כ'זוך נאך טאקע אויך עמיצן וואס ווייסט א קלארע טעם דערונטער.
נישט געזארגט, איך זוך נישט שטייענדיג...
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 9:35 am
דורך מיסטעריעז
מחותן האט געשריבן:פארוואס גייען די סאטמארע רבי׳ס א אנדערע סארט עטרה שבת ווי אינדערוואכען?
אויב געדענק איך גוט גייען אדמור"י בית באבוב אויך מיט אנדערע עטרות אינדערוואכן ווי שבת, אינדערוואכן מיט די דריי-עקיגע און שבת מיט די קעסטלעך, ואם שגיתי......
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 9:54 am
דורך מיסטעריעז
יאנקל: שמואל, שלום עליכם!!!! וואס טוט זיך? דיר שוין לאנג נישט געזעהן!
שמואל: עליכם שלום, איך בין געווען אין פלארידע.
און זיי שמועסן ווייטער (געמיטליך?..).
-
חיים: גוט מארגן משה.
איין מינוט כ'אדיר שוין לאנג נישט געזעהן, ריכטיג?
משה: יאפ, כ'בין געווען פאר צוויי וואכן אין פאלם ספרינגס.
חיים: אה! שיין!!! וכו'
-
יושע: וואס איז נייעס העניך?
העניך: ערשט זאג מיר שלום עליכם!
יושע (בלאשט): ביסט נישט דא געווען?? וויזוי קען זיין כ'אנישט באמערקט?
העניך: וואדע! כ'בין געווען אין די שווייץ פאר א וואך! פיין קאלט געווען....
-
נחום (אויפן טעלעפאן): יחיאל, איך זעה דיר נישט לעצטנס, ביסט אוועקגעפארן?
יחיאל: יא.
נחום: שיין! אליינס, אדער מיט די ב"ב? כ'מיין... פאר ביזנעס אדער וויקעישן? (איי וואס א חילוק? ביזנעס נעמט מען איר אויך מיט, ניין?)
יחיאל: אליינס, אין טשיינע בינעך.
העי! חרם דרבינו גרשום אלערט!
-----
אלעס שטימט? ליינט עס נאכאמאל איבער.
-
אלעס איז די זעלבע? ליינט עס נאכאמאל איבער.
-
כאפסט נאכאלץ נישט?
1) איך בין געווען אין פלארידע.
2) כ'בין געווען פאר צוויי וואכן אין פאלם ספרינגס.
3) כ'בין געווען אין די שווייץ
4) אין טשיינע בינעך.
וואס איז פשט דערפון???
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 9:57 am
דורך מחותן
@ פליגעל, אינטערסאנט, אויף שבת האט ער יא מסכים געווען אוועקצוגיין פון מסורת אבות אבער אויף אינדערוואכען נישט?!
איז שייך ביי א עטרה א מסורה?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 10:06 am
דורך farshlufen
מחותן האט געשריבן:איך זע פון דיין ענטפער אז איך האב דא געמאכט א ערענסטע טעות און דאס דארף א עקסטערע אשכול :o :?
viewtopic.php?p=159441#p159441
לייטס
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 5:31 pm
דורך לאזאר
איך זיך צו קויפן קאלירדיגע LED לייטס פאר א מסיבה פאר מיר אינדערהיים
איינער קען מיר העלפן מיט א גיטע מאדדעל און מאשין ?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 5:33 pm
דורך ניקעל
'
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 6:08 pm
דורך געלעגער
לאזאר האט געשריבן:איך זיך צו קויפן קאלירדיגע LED לייטס פאר א מסיבה פאר מיר אינדערהיים
איינער קען מיר העלפן מיט א גיטע מאדדעל און מאשין ?
אויב מיינסטו 'פארטי לייטס' פאר איין מסיבה לוינט נישט צו קויפן ס'איז דא וואס פארדינגן עס
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2015 6:19 pm
דורך לאזאר
איך דארף מאכן און די קומענדיגע וואכן 10 15 מסיבות איך וויל עס קויפן קענס מיר אהער ברענגען א גיטען מאדדעל
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 2:06 am
דורך חסידישער יוד
1. לכאורה ווען מ'שרייבט אין לשון הקודש [אדער יודיש] פון רעכטס צו לינקס וואלט מען באדארפט צו מאכן דעם שיפן שטראך אזוי: \ [פארקערט פון די ענגלישע /] אבער למעשה פירן זיך אסאך נישט אזוי נאר שרייבן אזוי: /, וויל איך וויסן וואס איז 'ריכטיג'.
2. ווען ס'שטייט "באנוצער וואס באזוכן יעצט אין די פארום" מיינט עס די אשכול אדער פארום?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 8:10 am
דורך מיסטעריעז
די פארום
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 8:42 am
דורך קיקיון
אז עס איז נישט געקומען דער בליזארד איז א נס ?
אדער מיינט דאס אז Meteorology איז נישט קיין חכמה?
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 9:12 am
דורך עין טובה
אפשר מיינט עס אז די כולל חצות אידן האבן גוט מתפלל געווען.
(ס'איז דאך געווען נאך חצות...)
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 9:28 am
דורך חסידישער יוד
קיקיון האט געשריבן:אז עס איז נישט געקומען דער בליזארד איז א נס ?
אדער מיינט דאס אז Meteorology איז נישט קיין חכמה?
אויפ'ן פסוק כי מי גוי גדול אשר אלוקים קרובים אליו כו' האבן בעלזע רבי'ס געזאגט אז אפילו ס'שוין באשטומט געווארן ע"פ מערכת השמים (עננים וכו') ס'זאל זיין ביטער קאלט, אויב א יונגעלע גייט אין חדר און זאגט רבוש"ע ס'מיר קאלט קען זיך דאס טוישן!
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 9:44 am
דורך יאנקעלע קליגער
קיקיון האט געשריבן:אז עס איז נישט געקומען דער בליזארד איז א נס ?
אדער מיינט דאס אז Meteorology איז נישט קיין חכמה?
סאטמארער רבי זי"ע האט אמאל געזאגט אז ס'איז נישט ריכטיג אנצורופען די וועטער עקספערטען נביאי שקר, ווייל מעטראלאגיע איז א חכמה און ס'האט נישט מיט נביאות צו טון, איי אסאך מאל זאגען זיי נישט פאר ריכטיג , איז דאך דער רבש"ע א משנה עיתים,
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 9:46 am
דורך מחותן
וואס האט ער מחדש געווען דערמיט אז מען איז איז מתיחס די ווארט נאך אים? א פשוטע מציאות, ניין?!
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 27, 2015 9:53 am
דורך יאנקעלע קליגער
ס'איז פשוט א מעשה שהיה אז איינער האט זיך אנגערופען אז דער נביא שקר זאגט עפעס פאר וועגן די וועטער, האט ער רעאגירט מיט די אויבנדערמאנטע,