בלאט 121 פון 148
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2014 1:40 pm
דורך גערעכטער
גערעכטער האט געשריבן:וואס איז פשט פון דעם אפלאודן אשכול?
ישר כח פארן חשובן ניק פארן ענפערן דאס פאלגנדע באישי
דאס איז א סארט loading dock
ווי מען האלט בילדער וואס מען וויל שפעטער ארויסשטעלען
עס קומט צוניץ ווען מען וויל לייגען מער ווי דריי בילדער אין איין תגובה
אדער מען איז נאך נישט גרייט צו שרייבען דעם הסבר
אזוי ווי לכתחלה האט געטיען
דאדערנאך ווען מען האלט שוין ביים שרייבען די תגובה נעמט דעם URL פון דעם בילד
וואס מען באקומט דורך RIGHT CLICK און מען ניצט דעם Img קנעפעל
דאס העלפט אויך ווען מ'וויל ארויפלייגן בילדער פון אנדערע וועבזייטלעך און מ'וויל נישט דאונלאודן און אפלאודן אהער,
קוועטש אויף ציטיר ביי יענע תגובה וועט איר פארשטיין
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 24, 2014 3:00 pm
דורך קנאפער ידען
farshlufen האט געשריבן:פארוואס עטליכע כאוויירים פארמאגן אין זייער באזיס ספעציעלע לאקאמאטיוון צו אוועקפירן גאנצעטע שנירלעך פון גלייכן וועג צו זייער אייגענע רעלסן?
"פון דאס וואס זיי האלטן איז דער קרומער וועג צו דאס וואס זיי האלטן איז דער גלייכן וועג" כצ"ל.
איך גרייט זיך צום פייערונג...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 5:13 am
דורך שלום אויש
אט אט גיימער אריבערשפרייזן די ראנג פון ווערן א שר האלף און עס איז פאר מיר א שטארקע דערגרייכונג,
איך האב אהערגעשטעלט אפשר צוואנציג בילדער...אבער נישט מער! איך האב גאר אסאך דא געשריבן,
אינאיינעם מיט מיין טויזענט תגובה פייערונג ווערט א יאר פון זיצן אין קרעטשמע און פארברענגען מיט מיינע פילצאליגע ידידי נפשי דא על אדמת אייוועלט.
וואס איך וויל וויסן יעצט איז אזוי,
איך וויל ביי מיין טויזענט'סטע תגובה אהערשטעלן עפעס גאר ניצלעך און אינפארמאטיוו, אלזא זוך איך איידיעס ווי צום ביישפיל אן אינטערוויו מיט עמיצן וואס די ציבור וואלט הנאה געהאט פון לייענען איבער אים,
אישי וואלט בעסער געווען...סורפרייז איז שטערקער...לאמיר האפן אז עס וועט עפעס ווערן,
בתודה למפרע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 12:55 pm
דורך גערעכטער
וואס איז פשט אז יעדע שטיק צייט פאסירט דאס (נאר אויף אייוועלט) נאר אידישע אויתיות זעהט מען, אלע נומבערס און ענגלישע לעטערס באהאלטן זיך..?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 3:51 pm
דורך גערעכטער
וויזוי מאכט מען אז ווען מ'לינקט צו א געוויסע תגובה אז ס'זאל זיך אויפמישן צו יענע תגובה דירעקט, מ'זאל נישט דארפן אראפ סקראולן צום גע'לינק'טן תגובה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 3:54 pm
דורך יאנקעלע קליגער
דריק אויף אייקאן לעבן די תגובה און קאפי עס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 3:59 pm
דורך גערעכטער
שכועך יענקעלע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 25, 2014 7:34 pm
דורך אפטימיסט
מעג א איד גריסן מערי קריסטמעס פאר א גוי?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 12:52 am
דורך קיקיון
אפטימיסט האט געשריבן:מעג א איד גריסן מערי עקסמעס פאר א גוי?
יורה דעה קמ"ח סעיף ט
אסור ליכנס לבית העובד כוכבים ביום חגו וליתן לו שלום מצאו בחוץ מותר אבל יאמר לו בשפה רפה ובכובד ראש
ש"ך ס"ק ז
כתוב בבדק הבית בשם א"ח בשם הר"ם דוקא שלום שהוא שמו של הקב"ה אבל ברכה דליכא שם ליכא קפידא עכ"ל
וכן משמע קצת בפירש"י ומכל מקום צ"ע קצת דבש"ס גבי מקדים ויהיב שלמא ושמא שלמא הוי בכלל שלום:
אבער דער נאמען פון די חגא וואס זיין נאמען ימ"ש איז א חלק דערפין איז אסור וועגען
אסור להזכיר שם עבודה-זרה, בין לצרך, כגון לומר לחברו, המתן לי בצד עבודה-זרה פלונית, בין שלא לצרך,
שנאמר, ושם אלהים אחרים לא תזכירו. ואסור לגרם לגוי, שיזכיר שם עבודה-זרה,
-------
וועגעו טיפס וכדומה
סעיף י"ב
יש אומרים שאין כל דברים אלו אמורים אלא באותו זמן אבל בזמן הזה אינם בקיאים בטיב אלילים לפיכך מותר לשאת ולתת עמהם ביום חגם ולהלוותם וכל שאר דברים:
הגה: ואפילו נותנים המעות לכהנים אין עושין מהם תקרובת או נוי אלילים אלא הכהנים אוכלים ושותים בו. ועוד דאית בזה משום איבה אם נפרוש עצמנו מהם ביום חגם
ואנו שרויים ביניהם וצריכים לשאת ולתת עמהם כל השנה. ולכן אם נכנס לעיר ומצאם שמחים ביום חגם -- ישמח עמהם משום איבה דהוי כמחניף להם (הכל בטור).
ומ"מ בעל נפש ירחיק מלשמוח עמהם אם יוכל לעשות שלא יהיה לו איבה בדבר (ב"י בשם הר"ן).
וכן אם שולח דורון לעובד כוכבים בזמן הזה ביום שיש להם סימן אם יגיע להם דורון בחג ההוא אם אפשר לו ישלח לו מבערב, ואם לא ישלח לו בחג עצמו (ת"ה סימן קצ"ה):
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 1:01 am
דורך גערעכטער
קיקיון האט געשריבן:אפטימיסט האט געשריבן:מעג א איד גריסן מערי עקסמעס פאר א גוי?
אבער דער נאמען פון די חגא וואס זיין נאמען ימ"ש איז א חלק דערפין איז אסור וועגען
אסור להזכיר שם עבודה-זרה, בין לצרך, כגון לומר לחברו, המתן לי בצד עבודה-זרה פלונית, בין שלא לצרך,
שנאמר, ושם אלהים אחרים לא תזכירו. ואסור לגרם לגוי, שיזכיר שם עבודה-זרה,
טאקע מהאי טעמא האט מען זיך געפירט ביי כלל ישראל אז מ'ריפט די חגא 'קראצמעך',
און אגב די סבה וואס מיר רופן עס חגא נישט חג, איז פשוט ווייל מ'וויל נישט רופן אזוי ווי להבדיל אונזערע ימים טובים,
יישר כחכם קקיון פאר די שיינע מראי מקומות.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 1:31 am
דורך אפטימיסט
שקויעך רב קקיון
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 5:45 am
דורך חיים צבי
אויב איז אסור אלץ הזכרת שם ע״ז, דאן וויאזוי מעגן מיר זיי רופן ׳קריסטען׳?
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 8:22 am
דורך farshlufen
קקיון, עיין ע"ז דעם ערשטן עמוד אין תוספות.
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 8:52 am
דורך קיקיון
farshlufen האט געשריבן:קקיון, עיין ע"ז דעם ערשטן עמוד אין תוספות.
ווילסט מיר מודיע זיין דעם מקור פון סםעיף י"ב ?

- Untitled.gif (8.1 KiB) געזעהן געווארן 617 מאל
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 8:57 am
דורך מיסטעריעז
קוקט אויס אז ער האט נוטה געווען להחמיר:
@BloomingburgJCC: Happy holidays to our friends and neighbors celebrating today. #Bloomingburg
און געכאפט...:
@leahsarah98: @BloomingburgJCC What? You cannot even say Merry Christmas to your neighbors? It is CHRISTMAS TODAY, proper say Merry Christmas. Unbeilevable
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 11:41 am
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:אבער דער נאמען פון די חגא וואס זיין נאמען ימ"ש איז א חלק דערפין איז אסור וועגען
אסור להזכיר שם עבודה-זרה, בין לצרך, כגון לומר לחברו, המתן לי בצד עבודה-זרה פלונית, בין שלא לצרך,
שנאמר, ושם אלהים אחרים לא תזכירו. ואסור לגרם לגוי, שיזכיר שם עבודה-זרה,
פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 26, 2014 12:09 pm
דורך חיים צבי
ש׳כוח קיקיון, זייער נוגע
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 8:38 am
דורך מיסטעריעז
ווען די הנהלה שטעלט א אשכול אז דאס זאל זיין זעהבאר איבעראל (למשל די מי מנוחות, און יעצט די לעיקוואוד אדווערטייזמענט), וואו איז דער ריכטיגע פלאץ דערפון?
ווייל אויב ליין איך עס אין ברוכים הבאים באקומט דאס נישט קיין דין פון אפגעליינטע תגובות, און אויב ליין איך עס אין היימישע קרעטשמע ווערט עס יא פאררעכנט ווי געליינט אבער דאך וועט ער מיר נישט פירן צום תגובה וואס איך האב נאך נישט געליינט (די unread לינק פירט נישט צום נייעם תגובה נאר ס'עפנט אויף די לעצטע בלאט פונעם אשכול)
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 10:32 am
דורך לכאורה
דאס רופט זיך א "גלאבאלע מעלדונג", און אזעלכע מעלדונגען מאכן טאקע פראבלעמען און האלטן נישט ביים ווערן 'געליינט'. זיי בלייבן אומגעליינט א לענגערע צייט און עפענען זיך אויף צו פריערדיגע תגובות וואס מען האט שוין לאנג צוריק געליינט.
נידער מיט די גלאבאליסטן...
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 02, 2015 11:16 am
דורך מיסטעריעז
ס'ווערט יא "געליינט", ס'ווענדט זיך וואו מ'ליינט עס. ווי געשריבן
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:10 am
דורך farshlufen
וויפיל מאל דארף מען צו איינ'חזר'ן א שקר ביז מען גלויבט עס אליין?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:48 am
דורך גערעכטער
farshlufen האט געשריבן:וויפיל מאל דארף מען צו איינ'חזר'ן א שקר ביז מען גלויבט עס אליין?
ווענט זיך ווי געלונגען די ליגנט איז..
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:58 am
דורך יוראפ
farshlufen האט געשריבן:וויפיל מאל דארף מען צו איינ'חזר'ן א שקר ביז מען גלויבט עס אליין?
מאנכע פירן זיך צו גלייבן אפילו ווען ס'איז נאך בדמיון וק"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:18 am
דורך farshlufen
כ'קלער אז נאך 3 מאל, איבערהויפט אז קיינער לייקענט עס נישט האט ער שוין חזקה, ער האט דאך א חזקת כשרות.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 10:28 am
דורך יוראפ
גראדע איז דא א תרומת הדשן [געדענק איך נישט די מ"מ, די ב"י ברענגט עס צו דאכצעך] אז מ'דמיונ'ט עפעס און מיט די צייט ווערט עס א פאקט...
עפעס אזוי געדענק איך שוין נישט פונקטליך - "באלד וועט עס נאך זיכער ווערן אמת"