Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג פבואר 04, 2014 6:12 pm

מען באקומט נישט קיין סיניער סיטיזענס דיסקאונט?

Advertisement

דינסטאג פבואר 04, 2014 8:31 pm

אומגלויבלעך אז איו א מוסד וואס עס הייסט אז עס זיך פירט כפי הוראת רבותינו
(עכ"פ מיט ניט לערנען לה"ק) זאל מען פארדרייען די קינדער די קעפ מיט זאכען
וואס עס איז זיי ניט למעשה
דאס הייסט ניט כל המלמד בתו... כאלו .... ?
קען שוין אלע הלכות שבת וואס מדארף קענען ?
הלכות ברכות ?
בדיקת תולעים?
טבילת כלים?
פעלט וואס ?
מיינס אן אייניקעל האלט יעצט אין מיטען שרייבען וועגען קורות ימיהם וכ וכ
פון א זוג עלטער זיידע\באבע

דינסטאג פבואר 04, 2014 8:36 pm

קקיון, האסט אויסגעלאזט ס'וויכטיגסטע.

א קאקאש קעיק אדער א טשיז קעיק דארף מען אויך וויכטיג קענען.

מיטוואך פבואר 05, 2014 8:04 am

און צונייען א קנעפעל אויך

מיטוואך פבואר 05, 2014 8:16 am

מיין באמערקונג וועגען א מוסד איז געווען בענין א געוויסע לימוד
אזוי ווי דער מנהל האט מחליט געווען אז עס איז פאסט ניט אהין
און אהער ג'ברענגט וועל איך עס אויך לאזען א חידה סתימה

מיטוואך פבואר 05, 2014 9:04 am

הלואי זאלן די נשים קלאר זיין אין די חלק התורה וואס זיי מעגן און דארפן לערנען.

מיטוואך פבואר 05, 2014 11:02 am

אזאנס קען היינט פאסירען?
פאר 40 יאר צוריק זענען געזעסען נשים צדקניות און געשמיעסט קאכען חידושים
דרציילט איינע (פון א גאר שיינע שטוב) א חידוש בענין לעבער
איז נתגלה געווארען אז זי האט ניט געוויסט אז לעבער דארף מען בראטען

תשתפכנה אבני קדש בראש כל חוצות ???

דאנערשטאג פבואר 06, 2014 11:59 am

מילא מר גרינפעלד אבער וואס טראכטען עטליכע נייטרא תלמידים ווען זיי זיכען
אז מען זאל געבען א נאמען א גאס נאך א הייליגען איד וואס איז געווען ווייט פון
אזעלכע זאכען

דאנערשטאג פבואר 06, 2014 12:15 pm

איך ווייס נישט גענוי אויף וואס איר באציהט זיך, אבער עס האט מיר אויך שטארק געאהרט ווען מען האט "אויסגעווירקט" אז די ניו יארקע לעגיסלאטור זאל "באעהרן" דעם גאון וצדיק רחמ"ד וומ"ד איבער זיינע פעולות הצלה ביים קריג, און זעהנדיג א בילד וויאזוי די "באעהרונג" ווערט רעפרעזענטירט דורך די עוכרי ישראל דארטן, האב איך ממש געוואלט ברעכן.

עס איז א בושה און א חרפה, און עס טוט שענדן די געוואלדיגע גרויסע פעולות פון דעם איד, און עס טוט אראפברענגען די גרויסקייט פון דעם גאון וצדיק

תשתפכנה אבני קדש בראש כל חוצות ???

דאנערשטאג פבואר 06, 2014 12:44 pm

דאס

זונטאג פבואר 09, 2014 9:38 am

50878
אין א שמיעס וועגען א דרייפאכיגען קדוש א בנש"ק וואס האט מרבה געווען קדושה און אומגעקיען על קדושת השם
איז א אריינגעפאלען עפעס א ידיעה אינגאנצען שלא מן הענין
האב איך זיך דערמאנט א שאלה וואס עס האט געפרעגט איינער פון די קדושים לבית סקווירא ביי א חתונה
ביי א רוזינער חתונה האט מען אריינגעברענגט א מאכל נאך די המוציא
האט הרה"ק געפרעגט וואס דאס איז האט מען אים געזאגט אז דאס איז צי מאכען אפעטיט
האט ער געפרעגט
און צי וואס פעלט דאס אויס?

זונטאג פבואר 09, 2014 12:16 pm

וואס מיינט די נאומבער אנפאנג פין די פאוסט?

זונטאג פבואר 09, 2014 12:36 pm

וויאזוי הייסט דער וועטער עקספערט וואס שמועסט לעטלי מיט הענדיל ברייער אויף קולמעוואסער
לעצט פאראכטן דורך והמבין יבין אום דינסטאג פבואר 11, 2014 11:59 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג פבואר 09, 2014 6:12 pm

משנה מקום האט געשריבן:וואס מיינט די נאומבער אנפאנג פין די פאוסט?

וויפיל מאל דער אשכול איז געזען געווארן בשעת'ן שרייבן יענע תגובה

דינסטאג פבואר 11, 2014 11:30 am

פארוואס ביי געוויסע אשכולות האט אנעים געשריבן אוכלין מיט א נון און ביי געוויסע אוכלים מיט א מם

זעה דא

דינסטאג פבואר 11, 2014 11:56 am

עי תוספות האשה נקנית פארוואס אמאל שטייט מיט א ה' הידיעה און אמאל אהן. דער לעצטע תירוץ.

מיטוואך פבואר 12, 2014 12:23 pm

איז דא א זייטל ווי מ'קען הערן שיעורים אנליין ?

מיטוואך פבואר 12, 2014 12:36 pm

והמבין יבין האט געשריבן:איז דא א זייטל ווי מ'קען הערן שיעורים אנליין ?

קול הלשון'ס וועבזייטל

מיטוואך פבואר 12, 2014 4:04 pm

קנאפי א דאנק

פרייטאג פבואר 14, 2014 9:56 am

מאנ-יימער האט געשריבן:---
די וואשער פלואיד אין מיין קאר איז פארפרוירן געווארן, איז שייך עפעס צו טוהן אויסער ווארטן אז עס זאל ווערן אויפגעלאזט?

אמאל קען זיין אז ס'איז נאר פארפרוירן ביים ספרעי פון ווי ס'שפריצט ארויס, בדידי הווה עובדה אין איך האב עס אנגעגאסן מיט הייס וואסער אין ס'האט געארבעט א מחי'

פרייטאג פבואר 14, 2014 10:05 am

maybeeynot האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:---
די וואשער פלואיד אין מיין קאר איז פארפרוירן געווארן, איז שייך עפעס צו טוהן אויסער ווארטן אז עס זאל ווערן אויפגעלאזט?

אמאל קען זיין אז ס'איז נאר פארפרוירן ביים ספרעי פון ווי ס'שפריצט ארויס, בדידי הווה עובדה אין איך האב עס אנגעגאסן מיט הייס וואסער אין ס'האט געארבעט א מחי'

נישט אין דעם פאל, אבער א גוטע עצה איז עס צו וויסן פאר א צווייט מאל,
למעשה איז עס שוין לאנג אויפגעלאזט און שוין אריינגעלייגט -20 פלואיד.

זונטאג פבואר 16, 2014 5:11 am

דער פראבלעם קען זיך מאכען אז אויב איז טאקע פארפרוירען געווארען די פלואיד אז די רעהרען זאלעןם נישט חלילה זיין געפלאצט

זונטאג פבואר 16, 2014 11:28 am

וואס איז דאס א נייע מנהג צו מאכען שבע ברכות'ן נעבען קברי צדיקים וצדקניות?

זונטאג פבואר 16, 2014 1:04 pm

ווי איז דא א פאבליק טעלעפאן

זונטאג פבואר 16, 2014 1:05 pm

ביי דיקארנער
לעצט פאראכטן דורך יוראפ אום זונטאג פבואר 16, 2014 1:08 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
שרייב א תגובה

Advertisement