Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג ינואר 24, 2014 10:33 am

איז דא א וועג צו שיקן לענגער ווי 160 קערעקטערס פון א ווערייזאן פאון?

Advertisement

זונטאג ינואר 26, 2014 4:47 am

אויב איינער האט געקויפט אנ'עבד עברי דריי יאהר פאר יובל
ווי אזוי רעכענט מען דעם מגרע מפדיונו ויוצא לחירות?
לפי שש שנים אדער נאר ביז יובל?

זונטאג ינואר 26, 2014 9:45 am

msp האט געשריבן:אויב איינער האט געקויפט אנ'עבד עברי דריי יאהר פאר יובל
ווי אזוי רעכענט מען דעם מגרע מפדיונו ויוצא לחירות?
לפי שש שנים אדער נאר ביז יובל?

דאכט זיך אז מגרע הפדיון גייט נאר אן ביי א אמה העבריה

זונטאג ינואר 26, 2014 12:01 pm

AHA האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אויב איינער האט געקויפט אנ'עבד עברי דריי יאהר פאר יובל
ווי אזוי רעכענט מען דעם מגרע מפדיונו ויוצא לחירות?
לפי שש שנים אדער נאר ביז יובל?

דאכט זיך אז מגרע הפדיון גייט נאר אן ביי א אמה העבריה

MISH.JPG
MISH.JPG (41.52 KiB) געזעהן געווארן 252 מאל


רמב"ם פרק ב הלכות עבדים הלכה ח
אחד המוכר עצמו בין לישראל בין לעכו"ם ואחד שמכרוהו ב"ד הרי זה מגרע מפדיונו ויוצא. כיצד הרי שמכרוהו בששים דינרים ועבד ארבע שנים ומצאה ידו הרי זה נותן עשרים דינרים ויצא לחירות. וכן אם מכר עצמו בארבעים דינרין לעשר שנים הרי זה מגרע ארבעה דינרין לכל שנה שעבד ונותן הנשאר כסף או שוה כסף ויוצא. וכן הנמכר לעכו"ם מחשב הדמים לפי השנים הנשארות עד שנת היובל שנאמר וחשב עם קונהו משנת המכרו לו עד שנת היובל. כיצד מכר עצמו במאה ונשאר ליובל משנת מכירה עשר שנים מחשב עשרה לכל שנה שעבד וגורע הדמים ומשיב השאר כסף לא תבואה ולא כלים שנאמר כסף ממכרו בכסף הוא נגאל מיד העכו"ם ואינו נגאל בשוה כסף:

זונטאג ינואר 26, 2014 1:06 pm

ווען און פארוואס האט מען איינגעפירט אז מען זאגט מיט קליינע קינדער בורא נפשות במקום
ברהמ"ז ?
פארוואס ניט בריך רחמנא וכ" אדער בדומה אויף אידיש ?
ראה
כף החיים
איך האב ג'הערט אמאל פון א קינד א אידישע נוסח א טייטש פון בריך רחמנא

זונטאג ינואר 26, 2014 1:35 pm

פארוואס די סידורים האבען ביי די שחרית שמונה עשרה גרעסערע אותיות ווי מנחה אדער מעריב?

זונטאג ינואר 26, 2014 1:39 pm

AHA האט געשריבן:פארוואס די סידורים האבען ביי די שחרית שמונה עשרה גרעסערע אותיות ווי מנחה אדער מעריב?

ביי מנחה מעריב קען מען שוין פון אויסערווענדיג

זונטאג ינואר 26, 2014 2:07 pm

נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:פארוואס די סידורים האבען ביי די שחרית שמונה עשרה גרעסערע אותיות ווי מנחה אדער מעריב?

ביי מנחה מעריב קען מען שוין פון אויסערווענדיג

הייסט עס שחרית קען מען נאכנישט?

מאנטאג ינואר 27, 2014 8:36 am

קיקיון האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:
msp האט געשריבן:אויב איינער האט געקויפט אנ'עבד עברי דריי יאהר פאר יובל
ווי אזוי רעכענט מען דעם מגרע מפדיונו ויוצא לחירות?
לפי שש שנים אדער נאר ביז יובל?

דאכט זיך אז מגרע הפדיון גייט נאר אן ביי א אמה העבריה

MISH.JPG


רמב"ם פרק ב הלכות עבדים הלכה ח
אחד המוכר עצמו בין לישראל בין לעכו"ם ואחד שמכרוהו ב"ד הרי זה מגרע מפדיונו ויוצא. כיצד הרי שמכרוהו בששים דינרים ועבד ארבע שנים ומצאה ידו הרי זה נותן עשרים דינרים ויצא לחירות. וכן אם מכר עצמו בארבעים דינרין לעשר שנים הרי זה מגרע ארבעה דינרין לכל שנה שעבד ונותן הנשאר כסף או שוה כסף ויוצא. וכן הנמכר לעכו"ם מחשב הדמים לפי השנים הנשארות עד שנת היובל שנאמר וחשב עם קונהו משנת המכרו לו עד שנת היובל. כיצד מכר עצמו במאה ונשאר ליובל משנת מכירה עשר שנים מחשב עשרה לכל שנה שעבד וגורע הדמים ומשיב השאר כסף לא תבואה ולא כלים שנאמר כסף ממכרו בכסף הוא נגאל מיד העכו"ם ואינו נגאל בשוה כסף:


לכאורה א דיוק אין רמב"ם ניין?

מאנטאג ינואר 27, 2014 1:57 pm

AHA האט געשריבן:
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:פארוואס די סידורים האבען ביי די שחרית שמונה עשרה גרעסערע אותיות ווי מנחה אדער מעריב?

ביי מנחה מעריב קען מען שוין פון אויסערווענדיג

הייסט עס שחרית קען מען נאכנישט?


אולי יש לתרץ באופן אחר, שחרית איז א לענגערע תפלה, מען נעמט זיך די צייט מען זעצט זיך אוועק, און מען קוקט אריין מיט ישוב הדעת, נעמט מען א גרויסע סידור און מען לייגט עס אויפן סטענדער/טיש. מנחה מעריב איז קורץ און מען דאווענט עס שנעל מען נוצט דעם סידור אין די האנט, ממילא מאכט מען עס אויף א קליינע פארמאט, מוז מען ארייניאגן ווערטער מאכט מען דאס קליין - כך נלענ"ד, והבוחר יבחר

מאנטאג ינואר 27, 2014 7:41 pm

פון אן הקדמה פון א גאר א חשוב'ן אינגערמאן
moikir.JPG

א מוקיר רבנן וואס זכה לבנין וחחנין רבנן
אויב אזוי פארוואס איז ער ניט מוקיר חז"ל ורבותינו הבאים אחריהם
וואס שרייבען וועגען דעם חומר פון שמיעסען ביי תזרת הש"ץ וקה"ת

מאנטאג ינואר 27, 2014 10:28 pm

און אויב ליינט יענער דא?

מאנטאג ינואר 27, 2014 10:36 pm

לכאורה האט געשריבן:און אויב ליינט יענער דא?

איז וואס?

מאנטאג ינואר 27, 2014 10:37 pm

אין וועלט אריין האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:
נישט אלעס איז אמת האט געשריבן:
AHA האט געשריבן:פארוואס די סידורים האבען ביי די שחרית שמונה עשרה גרעסערע אותיות ווי מנחה אדער מעריב?

ביי מנחה מעריב קען מען שוין פון אויסערווענדיג

הייסט עס שחרית קען מען נאכנישט?


אולי יש לתרץ באופן אחר, שחרית איז א לענגערע תפלה, מען נעמט זיך די צייט מען זעצט זיך אוועק, און מען קוקט אריין מיט ישוב הדעת, נעמט מען א גרויסע סידור און מען לייגט עס אויפן סטענדער/טיש. מנחה מעריב איז קורץ און מען דאווענט עס שנעל מען נוצט דעם סידור אין די האנט, ממילא מאכט מען עס אויף א קליינע פארמאט, מוז מען ארייניאגן ווערטער מאכט מען דאס קליין - כך נלענ"ד, והבוחר יבחר


ולפי פשוטו משמע שלא יהיה הסידור כל כך עבה והרוצה דוקא באותיות גדולות יעיין אצל שחרית וראיה לזה שתפילת "נחם" וכן "עננו" הם גדולים כ"כ כמו כל השמו"ע ביחד דו"ק ותשכח

מאנטאג ינואר 27, 2014 10:49 pm

קיקיון האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:און אויב ליינט יענער דא?

איז וואס?

מעגליך איך האב נישט גוט פארשטאנען אייערע רייד, אבער עס האט מיר אויסגעקוקט ווי א מוסר פארציע ברבים.

מאנטאג ינואר 27, 2014 11:28 pm

די זעלבע כוונה ווי
farshlufen האט געשריבן:פארוואס מיין שכן זיצט ביים דאווענען אווי אן עקזוקיוטיוו אין זיין אפיס? איז ער גענצליך מיט אלעמען?

venting

מאנטאג ינואר 27, 2014 11:52 pm

1) ווען גייט מען אויפהערן צו בויען די ברוקלין בריק? נאך אין מיינע צייטען אדער מיינע איינקליך?

2) איז דא עני טשאנס אז מען זאל אמאל פיקסען די פעוומענט אויפן FDR? ווי נאך אין די וועלט אחוץ נ״י לאזט מען אזא וויכטיגע ראוד אין אזא נאכגעלאזטע צובראכענע צושטאנד?
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מאנטאג ינואר 27, 2014 11:58 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג ינואר 27, 2014 11:55 pm

מחותן האט געשריבן:1) ווען גייט מען אויפהערן צו בויען די ברוקלין בריק? נאך אין מיינע צייטען אדער מיינע איינקליך?

2) איז דא עני טשאנס אז מען זאל אמאל פיקסען די פעוומענט אויפן FDR? ווי נאך אין די וועלט אחוץ נ״י לאזט מען אזא וויכטיגע ראוד און אזא חרוב צושטאנד?

הוא הנותן, עס איז זייער שווער אפצושטעלן אזא וויכטיגע ראוד פאר ריפיער.

דינסטאג ינואר 28, 2014 12:04 am

מען קען עס פיקסען ביינאכט שטיקעל נאך שטיקעל,

---

יעצט קימט שוין א חידה...

ווער געדענקט נאך די BQS (ברוקלין קווינס שטייטעוועג) ווען עס האט נאך נישט געהאט קיין קאונס און טעמפערערי בעריקעדס פון בעפאר די פראספעקט ביז בערך די בעלט פארקוועי??

דער וואס געדענקט עס נאך... דער מוז שוין זיין א עלטער זיידע.

דינסטאג ינואר 28, 2014 12:18 pm

קיקיון האט געשריבן:וואס איז דער גבול ציווישען גיין דעם ליינער\ציהערער אויף די נערווען און זיין משעובד צי די אידישיסטען?
ווער איז דער "הרכבי" וועם איך זעה ציטירט גאנץ אפט דא אין IVELT ?

דער תירוץ אויף דער איז לדעתי אזוי.

איך האב נישט קיין אנונג ווער הארקווי [אדער ווי דו רופסט אים הרכבי] איז, אבער ווי איך פארשטיי איז ער איינער פון די משכילים - אדער זייער נאכפאלגערס די יידישיסטן - וואס האבן אוועקגעשטעלט דעם שפראך אידיש, און דער פאקט איז אז אידיש איז ליידער געבויעט געווארן דורך משכילים!! און ווען דו זאגסט 'ניט' וכדומה איז עס נישט אפגענויגט פון די משכילים נאר געטון ווי א צווייטע משכיל האט געהאלטן!

און ווער רעדט פון זיך 'משעבד' זיין צו איינעם? איך האב נישט געקוקט ביי קיינעם פון די שקצים און איך האב מיך קיינמאל נישט געלערנט קיין שפראך, נאר פשוט איך שרייב אויף דער אופן וואס רוב שרייבן, ווייל דאס איז דער וועג וואס מ'שרייבט! און כדי עס זאל זיין אן אופן וואס יעדער פארשטייט גרינג [און פליז ענפער מיר נישט אז למעשה פארשטייט יעדער, ווייל בעצם קענסטו אויכעט שרייבן איעדע ווארט פארקערט און כ'מיין אז מ'וועט עס פארשטיין...] דארף מען שרייבן לויט די כללים וואס יעדער נוצט, וואו מ'נוצט א וא"ו און וואו א יו"ד וכדומה.

און יא! נערוועז מאכן מענטשן איז א זאך וואס דארף שטארק אויסמאכן אינעם החלטה!!

דינסטאג ינואר 28, 2014 12:31 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:וואס טוט מען אז די פריוואטע הודעות קעסטעל איז פיל?


איך האלט כמעט דארט



וויאזוי האסטו למעשה געטוהן? האסט אריינגעטשעקט ביי יעדע הודעה און געפירט ווייטער? ביי געשיקט הודעות האסטו אויך אויסגעליידיגט?

לכתחילה דו קענסט אויך מיטטיילן דיין עקספיריענס

דינסטאג ינואר 28, 2014 12:33 pm

געעפענט א נייע פאלדער מיטן נאמען "ארכיוון" געקליקט "צייכן אן אלעס" און אריבערגעפירט צום נייעם פאלדער.

דינסטאג ינואר 28, 2014 12:40 pm

ביי צייכן אן אלעס ווערט אנגעצייכנט נאר איין בלאט, אמת?

וואס טוט זיך מיט די געשיקטע הודעות?

דינסטאג ינואר 28, 2014 12:41 pm

מחותן האט געשריבן:1) ווען גייט מען אויפהערן צו בויען די ברוקלין בריק? נאך אין מיינע צייטען אדער מיינע איינקליך?

2) איז דא עני טשאנס אז מען זאל אמאל פיקסען די פעוומענט אויפן FDR? ווי נאך אין די וועלט אחוץ נ״י לאזט מען אזא וויכטיגע ראוד אין אזא נאכגעלאזטע צובראכענע צושטאנד?

לגבי איינס; דער ברוקלין בריק שטייט ממש בניסי ניסים. מען האט עס גע'ענדיגט בויען און שנת תרמ"ג, דאס הייסט ווען דער ייטב לב האט נאך געלעבט. מען האט עס אנגעהויבען בויען און שנת תר"ל, ווען דער דברי חיים האט נאך געלעבט! דער שטול פון די יסודות איז נאך פון דענמאלץ! די פלענער פאר דער בריק איז שוין געווען אין תרכ"ז, זעה דא: http://www.archives.gov/historical-docs ... d-date=524
דאס הייסט מען האט געפלאנט דער בריק און אנגעהויבין איין האנדלען די מאטריאל פאר דער בריק בערך ביים הסתלקות פונעם צמח צדק.

היינט פארט אויף דעם בערך הונדרעט דרייסיג טויזענט קארס א טאג, און אויב מען זאל עס נישט אלע טאג פארעכטען פון וואס זאל עס בדרך הטבע שטיין? איך מיין אז מען דארף בענטשען ברכת הגומל יעדען מאל מען קומט אן אויפען אנדערע זייט. מאנכע זאגען אז פארקערט, אז די אנדערע בריקען איבערען איסט ריווער זענען א סאך שוואכערע, ווייל דעס האט מען נאך געבויעט נישט שפארעדיג.

בקיצור, אלע בריקען איבערען איסט ריווער דארפען א גרויסען תיקון, והשם ירחם.

וועגען צוויי; אויב מען זאל פארעכטען די FDR, וועט יעדער פליען אויף ניינציג. בעסער אזוי.

ענטשולדיגט מאנ-יימער פאר אריין האקען.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג ינואר 28, 2014 12:54 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל בסך הכל.

דינסטאג ינואר 28, 2014 12:41 pm

אמת.

מקמאכט א עקסטערע פאלדער פאר די געשיקטע ארכיוון און מ'רוקט אלעס אהין.
שרייב א תגובה

Advertisement