Advertisement

גריסן און שמועסן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך ינואר 15, 2014 12:30 pm

farshlufen האט געשריבן:פארוואס מיין שכן זיצט ביים דאווענען אווי אן עקזוקיוטיוו אין זיין אפיס? איז ער גענצליך מיט אלעמען?

פארוואס איז ער נאך דיין שכן? קענסט ניט טוישען דאס פלאץ?

Advertisement

מיטוואך ינואר 15, 2014 1:14 pm

farshlufen האט געשריבן:פארוואס מיין שכן זיצט ביים דאווענען אווי אן עקזוקיוטיוו אין זיין אפיס? איז ער גענצליך מיט אלעמען?

עס שטייט דאך אז מ'זאל דאווענען אזויווי מ'ציילט געלט. נו, ער נעמט עס אן בפשטות

מיטוואך ינואר 15, 2014 1:17 pm

קיקיון האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פארוואס מיין שכן זיצט ביים דאווענען אווי אן עקזוקיוטיוו אין זיין אפיס? איז ער גענצליך מיט אלעמען?

פארוואס איז ער נאך דיין שכן? קענסט ניט טוישען דאס פלאץ?

זאל ער אוועק פון אויבען אן?

מיטוואך ינואר 15, 2014 2:05 pm

געלעגער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:פארוואס מיין שכן זיצט ביים דאווענען אווי אן עקזוקיוטיוו אין זיין אפיס? איז ער גענצליך מיט אלעמען?

עס שטייט דאך אז מ'זאל דאווענען אזויווי מ'ציילט געלט. נו, ער נעמט עס אן בפשטות

;l;p-

מיטוואך ינואר 15, 2014 3:16 pm

וואס איז דער גבול ציווישען גיין דעם ליינער\ציהערער אויף די נערווען און זיין משעובד צי די אידישיסטען?
ווער איז דער "הרכבי" וועם איך זעה ציטירט גאנץ אפט דא אין IVELT ?

מיטוואך ינואר 15, 2014 3:19 pm

farshlufen האט געשריבן:פארוואס מיין שכן זיצט ביים דאווענען אווי אן עקזוקיוטיוו אין זיין אפיס? איז ער גענצליך מיט אלעמען?

דאס איז טאקע דער שורש פונעם פראבלעם, אז אים דוכט זיך אז ער זיצט יעצט "מיט אלעמען" צוגלייך, און האט נישט די הכרה אז ער זיצט לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה און עס דארף אים גארנישט אנגיין די ארומיגע בני אדם.

זונטאג ינואר 19, 2014 12:11 pm

עס מאכט זיך גאנץ אפט אז איך באקום אן אישי פון "יושב בסתר" מיט
הערות ותמהיות אויף מיינס א באמערקונג
ער האלט אזויפיל פון מיר און וויל דערגיין מיין עמקות?
אדער פארקערט ער וויל מיר זאגען אז איך בין אן "איפכא מסתבריניק"?

זונטאג ינואר 19, 2014 2:47 pm

וויאזוי מען מאכט א אייער שפייז אין פארעם פון א געבאָרטע אויער.

זונטאג ינואר 19, 2014 2:48 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:וויאזוי מען מאכט א אייער שפייז אין פארעם פון א געבאָרטע אויער.

ווען דו ווייסט שוין, לאז מיר אויך וויסן.

זונטאג ינואר 19, 2014 2:49 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:וויאזוי מען מאכט א אייער שפייז אין פארעם פון א געבאָרטע אויער.

ווארט אויף דאנערשטיג

זונטאג ינואר 19, 2014 2:53 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:וויאזוי מען מאכט א אייער שפייז אין פארעם פון א געבאָרטע אויער.

ווען דו ווייסט שוין, לאז מיר אויך וויסן.

וועם האט עטץ געלאדענט אויף פרישטיק?

זונטאג ינואר 19, 2014 2:54 pm

ביי מיר פלעגט מען קענען קאכען אייער אויך די באקען ובקצה האוזן פרשת משפטים

אז עס איז דיר זייער נוגע קען איך פרעגן מיין כתה ז' רבי ער איז געוועהן פון די ריכטיגע

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:19 am

אויב לייג איך ארויס יעצט ביר אויף די גאס, ווי לאנג גייט נעמען ביז עס ווערט פארפרוירען?
העי: בכלל נישט, איך וויל נישט עס זאל ווערן פארפרוירען.

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:27 am

עצה טובה, לייג עס נישט אין גאס...

---
די וואשער פלואיד אין מיין קאר איז פארפרוירן געווארן, איז שייך עפעס צו טוהן אויסער ווארטן אז עס זאל ווערן אויפגעלאזט?

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:30 am

וואס זענען די טעקסיס מיט די פענער פון בוני עולם?

איז דאס די נדבנים, אדער קען איך אויך האבן אזאנס

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:33 am

קענסט עס אויך האבן, געווען ביי מסיבה פאר בוני עולם און מען האט עס דארט געטיילט.

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:38 am

מאנ-יימער האט געשריבן:עצה טובה, לייג עס נישט אין גאס...

---
די וואשער פלואיד אין מיין קאר איז פארפרוירן געווארן, איז שייך עפעס צו טוהן אויסער ווארטן אז עס זאל ווערן אויפגעלאזט?

אפשר שפעט נאכמיטאג. איך זיך מיך פשוט צי שפארן מיין לעקטער ביל, וויל איך עס נישט לייגען אין פרישדער.

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:47 am

הייסט דיין פרידזש איז פארלאשן?

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:51 am

מאנ-יימער האט געשריבן:די וואשער פלואיד אין מיין קאר איז פארפרוירן געווארן, איז שייך עפעס צו טוהן אויסער ווארטן אז עס זאל ווערן אויפגעלאזט?

דאן ביסטו נאך פול מיט די זומערדיגע ווערסיע וואס פרירט ביי נידריגע טעמפראטורן, נעם א פריש פלעשל פון גאז סטאנציע און מאך זיכער אז עס שטייט -20.

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 10:59 am

שוין גענומען און אריינגעלייגט, טוט עס דען אויפלאזן דאס וואס ליגט פון פריער?

גראדע פארגאנגענע מאל איך האב עס אנגעפילט איז געווען קנאפע צוויי חדשים צוריק ביים מאכן אן אויל טשעינדזש האט עס דער יעניגער אריינגעלייגט.

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 11:29 am

למעלה משבעים האט געשריבן:הייסט דיין פרידזש איז פארלאשן?

געמאכט א ווערטעל.
איך האב פשוט נישט קיין פלאץ.

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:30 pm

ווי אזוי הייסט דער וואס זינגט אויף קולמעוואסער די אדווערטייזמענט'ס מיט ניגונים ביים ערשטען רוף
יעצט זינגט ער תבשרנו מיט מיכאל'ס ?

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:32 pm

מן הסתם איז עס ר' משה קרויס פון MK סטודיאס.

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:36 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מן הסתם איז עס ר' משה קרויס פון MK סטודיאס.

כהאב אויך אזוי געקלערט אבער ס'איז אביסל אנדערש פון זיין ארגינעלע קול

דאנערשטאג ינואר 23, 2014 1:45 pm

דאכצעך אז ס'איז נישט אלעמאל דער זעלבער.
שרייב א תגובה

Advertisement